| נשלח ב-21/6/2011 18:06 |
|
| |
האט די "מהודרת דאסטער" מערכה אפגעפייגערט?
פארלאפענעם חול המועד פסח האט דער דזשיגאן עם הארץ געמאלדן בקול רעש גדול אז ער גייט זיך נעמען צו די דאסטער'ס וואס די אידישע מאמע'ס גייען.
די אהרונים זענען געווארן אויפגעהייטערט, א פרישע מערכה אויף די אגענדע, מ'וועט מאכן די זאלי'ס פאר גויטע'ס ווייל זיי גייען נישט מיט דאסטער'ס וואס דעם דזשיגאן עם הארץ שמעקט. מ'וועט פראטעסטירן און בויקאטירן געשעפטן וועלכע וועלן נישט פארקויפן דאסטער'ס וואס דער דזשיגאן עם הארץ גלייכט. הקיצור, א פולע "דאסטער עפאכע".
מאנכע האבן שוין אפילו געוויסט צו זאגן אז מענדעלע שומר הנשים בבית המלך האט אראפגערופן געשעפט אייגענטומער און פארהאנדלט מיט זיי דער גענויער שניט און סטייל וויאזוי די נייע דזשיגאנע דאסטער'ס וועלן אויסקוקן. בנציון לאוב האט שוין פארארדענט די בחורים און שלעגער אז ווען מ'זעט א דאסטער נישט לויטן שניט פון דזשיגאן, איז א מצוה דאס אראפצורייסן פון די פרוי ברבים.
א גרויסע שריפה, באלד אזוי גרויס ווי דזשיגאן האט געמאכט ביי די שייטלעך פרשה און ווי ער מאכט יעדן ל"ג בעומר אנגעטון מיטן גארטל, איז געווארן אויספלאנירט, וואו דארט וועלן אלע אהרונים אריינווארפן זייערע אלטע דאסטער'ס. אפילו די שפיי'ער רעבעצין איז געווארן איינגעשפאנט, מיט א הבטחה אז זי וועט שפייען אויף יעדע פרוי וואס וועט נישט גיין מיט דעם מהודרת דאסטער.
אבער מ'האלט שוין באלד 3 חדשים שפעטער, און דער מערכה שלאפט און שנארכעצט. דער ערשטער שפאלט האט זיך אנגעהויבן ווען דער בלאט וועלכער איז דער פאן טרעגער פון די אלע פאני מערכות האט זיך אפגעשאקלט נאך איין וואך מעלדן די נייעס, און געשיקט די דאסטער עסקנים צו די עקסטרעמע "אוצרות" אויסגאבע. זאלן זיי זיך ספראווען מיט די משוגעים.
א גרויסע מיטונג וועלכער דזשיגאן האט פאררופן, און דאסמאל אן די געוועזענע דיינים פון סאטמאר, האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט מיט א באריכט אויף בחדרי חרדים אז די זאליס זענען ל"ע "נישט" געקומען צו די אסיפה, און דאס צייגט קלאר אז זיי זענען פאלנע גוים וואס ווילן זייערע פרויען זאלן זיין גויטע'ס.
קען איינער ביטע אפדעיטן וואו די מערכה האלט, צי האט עס שוין אפשר געפייגערט ווייל דער דזשיגאן איז צוריק געווארן ביזי מיט אריזאנע ווייץ, דעריבער האט ער נישט קיין צייט מער פאר די דאסטער'ס?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 18:48 |
|
| |
זאלסט נישט זיין סורפרייזד ווען נאך אביסל וועט מען מפרסם זיין בילדער ווי דער ״מהדר במצוות״ צינד אליין אהן די ניי מאשינען פאר די בגדים המהודרות .....
ווארט מיט געדולד ......
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 18:49 |
|
| |
חלילה אזוי צו רעדן!! עס מאכט דיר ביליג!!
איך האלט מיר ב"ה גוט אינפארמירט איבער די פארשריט פון די הייליגע פעולות. און איך האב די זכי' איבערצוגעבן פארן ברייטן ציבור די שמועות משמחות, וואס דערפרייט דאס הארץ פון יעדן ערליכן איד, אפגעזעהן צי ער איז א סאטמארער / וויזניצער / ספינקער / בעלזער / סקוויראער / באבוב'ער / און אפילו יעדע נארמאלע מעהטש פון סאטמאר צד המרז"ל.
ב"ה ווי עוסקים במלאכת הקודש גיבן יעצט איבער, איז שוין דא גרויס האפענונוג אז אויפן קומענדיגן סעזאן וועט אי"ה שוין זיין צו באקומען די אויסגעהאלטענע און צניעות'דיגע דאסטערס
שישו ושמחו בשמחת היהדות החרדית
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 18:55 |
|
| |
Aron will call up all ladies with the kosher dusters to dance on the table pirim.... Don't be surprised if this will happen
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 18:57 |
|
| |
עס פריידט מיר ס'הארץ צו הערן די גוטע נייעס. זאג נאר, וואס הייסט קומענדיגער סעזאן?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 18:58 |
|
| |
| דאסטערס כתב: |  | | Aron will call up all ladies with the kosher dusters to dance on the table pirim.... Don't be surprised if this will happen |
|
לעפינג אוט לאוד!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 19:07 |
|
| |
| מאטעלע כתב: |  |
ב"ה ווי עוסקים במלאכת הקודש גיבן יעצט איבער, איז שוין דא גרויס האפענונוג אז אויפן קומענדיגן סעזאן וועט אי"ה שוין זיין צו באקומען די אויסגעהאלטענע און צניעות'דיגע דאסטערס
שישו ושמחו בשמחת היהדות החרדית
|
|
איך פרעג מיט אן ערנסטקייט: איז יעצט נישט דא צובאקומען אויסגעהאלטענע דאסטערס?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 19:21 |
|
| |
קומענדיגע סעזאן מיינט מען דעם ווינטער סעזאן
א קוצע הערה פאר די שרייבערס פון צד המהרז"ל
לויט וויפל איך קוק מיך אום האט דער עולם ביי צד מהר"א זיך שוין אביסעלע פארגרוילט פון די נארישע סארט קרוגעריי וואס ווערט אנגערופן את אשר התרת אסרתי ואת אשר אסרת התרתי
חשובע שרייבערס!
עס איז קלאר אז דער מהלך איז צביעות'דיג און פאלש, עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר די חסידות אדער פארטיי נאר פארקערט! קוקט זיך אום ביי דעם קאלום אליין דער דאסטער מערכה איז בלי שום ספק א מערכה בלויז לשם שמים, גאר א שווערע פעלד און מסירות נפש'דיגע ארבעט און ווען עס קומט א שרייבער און פריבובירט אראפברענגן די גאנצע זאך על לא דבר בלויז ווייל........ האט דאס זייער נישט א גוטע שמעק און עס וועט אים זיין צו פארשולדיגן דאס שטינק פונעם גאנצן חסידות. דער צווייטער שרייבער אויף דעם קאלום איז שוין פארכישופט און האט נישט געכאפט און גלייך ארויפגעשטעלט א מיאוסע ניבול פה רח"ל אויף ענגליש ואכמ"ל
אנשטאט זיך צו בויען די אייגענע גוטע חלקים פון אינעווייניג אין די קהלה, זיכט מען זיך צו בויען דורך נארישע וועגן וואס די מציאות האט שוין געוויזן טויזענטער מאל אז עס בעקפייערד.
די תגובה איז געשריבן געווארן במהירת
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2011 20:11 |
|
| |
| מאטעלע כתב: |  | אנשטאט זיך צו בויען די אייגענע גוטע חלקים פון אינעווייניג אין די קהלה, זיכט מען זיך צו בויען דורך נארישע וועגן וואס די מציאות האט שוין געוויזן טויזענטער מאל אז עס בעקפייערד.
די תגובה איז געשריבן געווארן במהירת |
|
מאטעלע, גוט ארויסגעברענגט ענקער פארשעמטער התנהגות.
דיין תגובה איז שוין גארנישט געשריבן במהירות, נאר גאר בבהירות .......
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 22:20 |
|
| |
אין קורצן פירוש אויף מיין פריערדיגע תגובה,
איך האב די זאך אסאך געסוירטשט און לאנג נאכגעקוקט, די מציאות הדברים איז אז כהיום יום ווען מען קוקט אום זיך אינעווייניג ביי קהלת מהר"א, זעהט מען אז זיי האבן לעצטנס גענומען מאסיווע שריט צו טוישן דעם מהלך און גענצליך בייטן דעם צוגאנג ווען עס קומט נוגע צו בויען זייער קהלה, חסידות, דהיינו: רובם ככולם פון זייערע עסקנים, כלל טוער, שענערע אידן, ראשי הקהלה, און אפילו אין קרית יואל דער ווילידזש, וכו', וכו' , אנשטאט דעם ביז יעצטיגן מהלך פון אינטערייסן די אלע וואס גייען נישט מיט זיי אין שפאן, זענען זיי אלע שטארק קאנצעטרירט און לייגן כולם כא' אריין קאפ און מח וויאזוי צו בויען און פארברייטערן די קהלה / חסידות אין "איכות"און יא חפץ ד' בידם מצליח ווי יעדער מענטש פון אינדרויסן ווי אינעווייניג צוגלייך קען מעיד זיין דערויף יא! זיי וואקסן אויב א הערליכע קהלה א קהלה מיט רעספעקט ביי אנדערע קהלות, און דאס קען איך מעיד זיין און יא! נישט אומזיסט זעהט מען אז אנדערע גרויסע קהלות בישראל זענען כסדר גרייט צו פארקוקן אויף נגיעות און אויף אלטע ווייטאגן וואס זיי זעלבסט האבן געליטן פון סאטמאר ,און זיי אליינס מאכן היינט נאך די שיינע אקטיוויטעטן פון סאטמאר קהלת מהר"א, א שטייגער ווי חתונה תקנות, שחיטה לעופות, שחיטה לגסות, שניידן ווייץ אויף פסח אין אריזאנע,והרבה הרבה.
די סיבה דערצו איז אויך זייער פשוט, קהלת מהר"א האט זיך נאכן גוט אנאלאזירן זייערע אינערליכע ציפערן -(די אמת'דיגע)פון יעצט אין די עין'ס-זיך דערזעהן אז יא! זיי פארמאגן קיע"ה א אייגן פאלק פון עטליכע רבבות אייגענע מענטשן אלטוועלטליך, -דאס איז נישט קיין גוזמא יעדער וואס וועט דאס גוט נאכקוקן קען זיך עס אליין איבערצייגן- {מענטשן מיינען אז עס איז שווער צו נאכקוקן די זאכן פרובירט וועט איר זעהן אז דאב איז א גרינג פעלד} האבן זיי פעסט באשלאסן אז גענדיגט עס איז געקומען די צייט צו פארקירעווען די אויגן אויף אינעווייניג אין די קהלה און צו זיכער מאכן אז "וואס מען האט, בלייבט" און אז עס וואקסט און בליהט און דאס איז וואס איך פערזענליך קוק ארויס אז צד מהרז"ל זאל אויך נאכמאכן
איך בעט אנטשולדיגונג די צייט לויפט מיר אויס ... ועוד חזון למועד...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 09:35 |
|
| |
מאטעלע מיר ווארטן זייער שטארק זאלסט ממשיך זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 16:46 |
|
| |
מאטעלע, איך ווייס נישט צו דו וואוינסט אין האנאלולו אדער זיד אפריקע, צו מיינסטו גאר אז די ליינער זענען משוגע..?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 19:04 |
|
| |
| מאטעלע כתב: |  | אין קורצן פירוש אויף מיין פריערדיגע תגובה,
איך האב די זאך אסאך געסוירטשט און לאנג נאכגעקוקט, די מציאות הדברים איז אז כהיום יום ווען מען קוקט אום זיך אינעווייניג ביי קהלת מהר"א, זעהט מען אז זיי האבן לעצטנס גענומען מאסיווע שריט צו טוישן דעם מהלך און גענצליך בייטן דעם צוגאנג ווען עס קומט נוגע צו בויען זייער קהלה, חסידות, ווי שעמט זיך נישט א סאטמערע חסיד צו רעדן פון בויען חסידות? דהיינו: רובם ככולם פון זייערע עסקנים, כלל טוער, שענערע אידן, ראשי הקהלה, און אפילו אין קרית יואל דער ווילידזש, וכו', וכו' , אנשטאט דעם ביז יעצטיגן מהלך עליבה עיסה שנחתומה מעיד פון אינטערייסן די אלע וואס גייען נישט מיט זיי אין שפאן, זענען זיי אלע שטארק קאנצעטרירט און לייגן כולם כא' אריין קאפ און מח וויאזוי צו בויען און פארברייטערן די קהלה / חסידות אין "איכות"און יא חפץ ד' בידם מצליח ווי יעדער מענטש פון אינדרויסן איך האב א בעלזער חבר, ער זאגט מיר יעדן טאג די זעלבע נוסח אויף זיין חסידות.... ווי אינעווייניג צוגלייך קען מעיד זיין דערויף יא! זיי וואקסן אויב א הערליכע קהלה א קהלה מיט רעספעקט ביי אנדערע קהלות, און דאס קען איך מעיד זיין איך ווייס! ווייל די גלייבסט די בלאט!
און יא! נישט אומזיסט זעהט מען אז אנדערע גרויסע קהלות בישראל זענען כסדר גרייט צו פארקוקן אויף נגיעות און אויף אלטע ווייטאגן וואס זיי זעלבסט האבן געליטן פון סאטמאר פון וועם???, און זיי אליינס מאכן היינט נאך די שיינע אקטיוויטעטן פון סאטמאר קהלת מהר"א, איך האב א בעלזער חבר, ער זאגט מיר יעדן טאג די זעלבע נוסח אויף זיין חסידות.... א שטייגער ווי חתונה תקנות, שחיטה לעופות, שחיטה לגסות, שניידן ווייץ אויף פסח אין אריזאנע,והרבה הרבה.
..... און דאס איז וואס איך פערזענליך קוק ארויס אז צד מהרז"ל זאל אויך נאכמאכן ניין ניין!!!! צד מהרז"ל גייט נישט בויען חסידות, צד מהרז"ל גייט נישט גלייבן די איד ווי א בת היענה, צד מהרז"ל גייט נישט אוועק קוקן פון פרצות הדור, צד מהרז"ל גייט נישט זיכן הידורים להגדיל שמו, צד מהרז"ל גייט נישט זיין בעזהי""ת א חסידות אזויווי אלע היינטיגע חסידות'ער. חסידי מהרז"ל זענען סטאק געבליבן אין תורת משה! חסידי מהרז"ל ווייסן אז די רבי'ס תקנות מייסד קהילת סאטמאר איז געווען די עשרת הדיברות, חסידי מהרז"ל איז נאך גילטיג די אלטע סיגיטע מעשה מיט די דבר אחר.. , חסידי מהרז"ל איז אנגענימען אז יש לנו אב זקן לא נשתנה ולא ישתנה!!! ....
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 21:52 |
|
| |
| קוק_ווינקל כתב: |  | אין קורצן פירוש אויף מיין פריערדיגע תגובה,
איך האב די זאך אסאך געסוירטשט און לאנג נאכגעקוקט,
די מציאות הדברים איז אז כהיום יום ווען מען קוקט אום זיך אינעווייניג ביי קהלת מהר"א, זעהט מען אז זיי האבן לעצטנס גענומען מאסיווע שריט צו טוישן דעם מהלך און גענצליך בייטן דעם צוגאנג ווען עס קומט נוגע צו בויען זייער קהלה, חסידות, ווי שעמט זיך נישט א סאטמערע חסיד צו רעדן פון בויען חסידות? הגם די טענה איז אפשר ריכטיג, אבער פון וועלכן שטאנדפונקט קומט איהר דאס צו טענה'ן? פארוואס זענט איהר אזוי פארנומען מיט וואס קהלת מהר"א טוט נישט גוט? דאס איז יא די דרך פון סאטמאר צו זיין פארנומען מיט וואס יענער טוט? טאקע על זה אנו דנין!
דהיינו:
רובם ככולם פון זייערע עסקנים, כלל טוער, שענערע אידן, ראשי הקהלה, און אפילו אין קרית יואל דער ווילידזש, וכו', וכו' , אנשטאט דעם ביז יעצטיגן מהלך עליבה עיסה שנחתומה מעיד און וואס טוט איהר יעצט? אבי זיי זענען נישט ממשיך. פון אינטערייסן די אלע וואס גייען נישט מיט זיי אין שפאן, זענען זיי אלע שטארק קאנצעטרירט און לייגן כולם כא' אריין קאפ און מח וויאזוי צו בויען און פארברייטערן די קהלה / חסידות אין "איכות"און יא חפץ ד' בידם מצליח ווי יעדער מענטש פון אינדרויסן איך האב א בעלזער חבר, ער זאגט מיר יעדן טאג די זעלבע נוסח אויף זיין חסידות.... וממילא?? אוי האט יענער גוט געשריבן אין זיין תגובה, נו אז קוק האט געזאגט שלש סעודות תורה טאר מען שוין נישט זאגן של"ס תורה? ווי אינעווייניג צוגלייך קען מעיד זיין דערויף
יא! זיי וואקסן אויב א הערליכע קהלה
א קהלה מיט רעספעקט ביי אנדערע קהלות, און דאס קען איך מעיד זיין איך ווייס! ווייל די גלייבסט די בלאט! און וואס זאגט די איד? אז זיי האבן נישט רעספעקט? אה! דעמאלץ ביסטו דאך גערעכט! איז וואס וויל מאטל?
און יא! נישט אומזיסט זעהט מען אז אנדערע גרויסע קהלות בישראל זענען כסדר גרייט צו פארקוקן אויף נגיעות און אויף אלטע ווייטאגן וואס זיי זעלבסט האבן געליטן פון סאטמאר פון וועם???, און זיי אליינס מאכן היינט נאך די שיינע אקטיוויטעטן פון סאטמאר קהלת מהר"א, איך האב א בעלזער חבר, ער זאגט מיר יעדן טאג די זעלבע נוסח אויף זיין חסידות.... וממילא?? אוי האט יענער גוט געשריבן אין זיין תגובה, נו אז קוק האט געזאגט שלש סעודות תורה טאר מען שוין נישט זאגן של"ס תורה? א שטייגער ווי חתונה תקנות, שחיטה לעופות, שחיטה לגסות, שניידן ווייץ אויף פסח אין אריזאנע,והרבה הרבה.
.....
און דאס איז וואס איך פערזענליך קוק ארויס אז צד מהרז"ל זאל אויך נאכמאכן
ניין ניין!!!! צד מהרז"ל גייט נישט בויען חסידות, צד מהרז"ל גייט נישט גלייבן די איד ווי א בת היענה, צד מהרז"ל גייט נישט אוועק קוקן פון פרצות הדור, צד מהרז"ל גייט נישט זיכן הידורים להגדיל שמו, צד מהרז"ל גייט נישט זיין בעזהי""ת א חסידות אזויווי אלע היינטיגע חסידות'ער. חסידי מהרז"ל זענען סטאק געבליבן אין תורת משה! חסידי מהרז"ל ווייסן אז די רבי'ס תקנות מייסד קהילת סאטמאר איז געווען די עשרת הדיברות, חסידי מהרז"ל איז נאך גילטיג די אלטע סיגיטע מעשה מיט די דבר אחר.. , חסידי מהרז"ל איז אנגענימען אז יש לנו אב זקן לא נשתנה ולא ישתנה!!! "אנשטאט דעם ביז יעצטיגן מהלך פון אינטערייסן די אלע וואס גייען נישט מיט זיי אין שפאן עליבה עיסה שנחתומה מעיד און וואס טוט איהר יעצט? אבי קהלת מהר"א זענען שוין נישט ממשיך די מהלך" אבי איהר זענט נישט משנה די דרכים. איך זוך נאך ווי עס שטייט אין רבינס תורות אז ס'איז א מצוה אינטערצורייסן דער ווער עס גייט נישט אין זייער שפאן (איך רעד נישט פון זאכן וואס זענען קעגן די תורה), איך מיין אז מ'דארף דא זאגן פלגינן דיבורי' א) יש לנו אב זקן. ב) לא נשתנה ולא ישתנה (דאס גייט נישט ארויף אויף אב זקן נאר אויף די 'הייליגע דרך' פון ארונטעררייסן יענעם על לא דבר. זייט ממשיך!
|
|
תוקן על ידי האורח ב- 28/06/2011 21:55:23
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 00:18 |
|
| |
ווי האלט מהרז"ל מיט די כשערע סעל טעלפאנס וואס ער האט געהאמערט פאר יאר חול המועד ? ?
אין ווי האלט ער מיט די מערכה איבער די האטליינס ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 00:55 |
|
| |
יא! די חשובע ליינער / שרייבער זענען באמת גערעכט איך האף אי"ה אין די קומענדיגע טעג אביסל ממשיך צו זיין און אויך אביסל אויסקלארן אז מען זאל נישט קענען פארדרייען מיין בליק.
|
|
|
|
|