בית פורומים אידישע געדאנק

נאך און נאך און נאך און נאך א חתונה אין בני יואל, מיט אלע טעמים כן ירבו!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/6/2011 17:06 לינק ישיר 
נאך און נאך און נאך און נאך א חתונה אין בני יואל, מיט אלע טעמים כן ירבו!

http://youtu.be/tNPwdeuyvmE




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2011 17:13 לינק ישיר 

ברוך השם שמחות מערן זיך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 19:14 לינק ישיר 

משהלע וואו ביסטו ??
לאמיר צוזאמען לאכן אין די פויסטן !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2011 19:30 לינק ישיר 

קוק ווי די ווערעמליך שלענגליך זיך קע"ה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 19:44 לינק ישיר 

עפעס א ווערעמיגס האט מיט מיר געטשעפעט אז דארט איז יעדע נאכט דא א חתונה בין איך מאנטיג נאכט געגאנגען קוקן צו ס'איז טאקע דא דארט א חתונה, און ווי ווען וואס, ס'איז געווען חושך ואפילה, חוץ פון די נפטרים ונפטרות פון דערנעבנדיגער בית החיים האב איך קיינעם נישט געזען, איז דער תירוץ געווען אז די כלה וואס האט געדארפט חתונה האבן דארט מאנטיג נאכט איז אריבער קיין מאנסי ווייל זי ארבייט דארט, אה קיי!, וועלן מיר היינט נאכט נאכאמאל גיין קיקן, לאמיר זען צו ס'איז טאקע דארט דא חתונות אדער איז דאס בלויז א זאלי בוידעם מעשה  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 19:56 לינק ישיר 

ברוך שלא עשני דעקל

פאר מוישי איז עטרת מאיר צבי א ווין ווין סיטואציע, ווען ס'איז דא חתונות איז עס גלייך צום כותל וואס טויזענטער גייען טראץ רביה"ק האט עס ג'אסרט, ווען ס'איז נישט דא א חתונה איז עס מאוסע דורכפאל ווילאנג אין פאראדייס איז יא דא,

איך מוז מודה זיין אז איר האט געווינען מישאן אקאמפלישאד, עטרת מ"צ האט וויניגער חתונות ווי פאראדייס, און יא ס'איז געווען איין בנ"י חתונה אין עטריום, אלס אדאנק די שטרענגע דרשות פון לאוב מיט בעראוויטש,

העי כ'האב שיעור פארגעסן, וואסיז געשעהן מיט די פאשקעווילן און די מייק טראק'ס האט דער רבי ז"ל נאר געהייסן מ'זאל עס טוהן 25 מאהל און דערנאך ווערט עס בטל ברוב אדער וועט עס נאך נאכקומען?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 19:58 לינק ישיר 

היינט איז א היסטארישע טאג, עס וועט צום ערשטע מאל געפראוועט ווערן 4 חתונות בעיר קרית יואל.
 
קרן ויואל משה
 
פאראדייס
 
בלעם עקעלשטיין
 
עטרת מאיר צבי. בלע"ה וכן ירבו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 21:01 לינק ישיר 
ווער געדנקט נאך די ארוינים פאשקעווילן היסטארי

J NET also welcome

http://www.mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=15028


http://youtu.be/ntZeZibQ2Ys



תוקן על ידי 123news ב- 22/06/2011 21:26:49




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2011 21:15 לינק ישיר 

משהלע כתב:
איז דער תירוץ געווען אז די כלה וואס האט געדארפט חתונה האבן דארט מאנטיג נאכט איז אריבער קיין מאנסי ווייל זי ארבייט דארט, אה קיי!, וועלן מיר היינט נאכט נאכאמאל גיין קיקן, לאמיר זען צו ס'איז טאקע דארט דא חתונות אדער איז דאס בלויז א זאלי בוידעם מעשה  

נאך א מזל ביסט נישט אריבערגעפארן קיין מאנסי געבן א קוק, ווייל דו וואלסט דארט אויך גארנישט געטראפן, דו ווייסט נישט? דעי חברה האבן בכלל נישט חתונה, מען ווייסט אהער מען שיקט אהין, סע הייבט זיך גארנישט אן.

דעריבער בעט איך דיך פערזענליך משהלע טייערע, גיי היינט אויך נישט נאכקוקן, ווייל סע וועט אונז זיין א וויסטן דורכפאל, און מארגן וועסטו שנעל אהערלויפן פארציילן דעם אמת אז סיז גאר געווען חושך ואפילה, און חוץ פון וכו׳ (גרויליג ארויסצושרייבן!) האסטו גארנישט געזעהן.
משהלע גיי נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2011 21:38 לינק ישיר 

ס'איז מיר געפאלן איינער זאגט מיר היינט אז די פנקס איז שוין כעיה"ר דיקער ווי די ערשטע טעלעפאן ביכל אין קרית יואל..

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 21:44 לינק ישיר 

zibala כתב:
ברוך שלא עשני דעקל

פאר מוישי איז עטרת מאיר צבי א ווין ווין סיטואציע, ווען ס'איז דא חתונות איז עס גלייך צום כותל וואס טויזענטער גייען טראץ רביה"ק האט עס ג'אסרט, ווען ס'איז נישט דא א חתונה איז עס מאוסע דורכפאל ווילאנג אין פאראדייס איז יא דא,

איך מוז מודה זיין אז איר האט געווינען מישאן אקאמפלישאד, עטרת מ"צ האט וויניגער חתונות ווי פאראדייס, און יא ס'איז געווען איין בנ"י חתונה אין עטריום, אלס אדאנק די שטרענגע דרשות פון לאוב מיט בעראוויטש,

העי כ'האב שיעור פארגעסן, וואסיז געשעהן מיט די פאשקעווילן און די מייק טראק'ס האט דער רבי ז"ל נאר געהייסן מ'זאל עס טוהן 25 מאהל און דערנאך ווערט עס בטל ברוב אדער וועט עס נאך נאכקומען?

ווי לאנג איר האט א קאמפלעקס פון א חתונה אין עטרת פושעים איז עס א ווין ווין סיטואציע, און אפילו עס וועט דארט זיין 10 חתונות א נאכט ווערט דאס נאכנישט מותר, דאס מיינט נאר אז די בני המן האבן פלענטי פושעים ופורצי גדר, און ווי לאנג אין סאמע חודש סיון ווי יעדעס לעכל וואס ווערט נאר אנגערופן האל איז פארנומען און אין עטרת פושעים איז חושך ואפילה, יא, דאס איז א שטיקל טרייסט, אז אפילו צעווישן מחוצפים איז נאך דא אידן וואס דער פסק פון הייליגן דברי יואל זי''ע איז נאך יא מאסגעבענד, און געטרויען זיך נישט צו שפילן מיט פייער, אפילו מספק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 21:58 לינק ישיר 

אן דורכגיין די סוגיא אין דיטעלס זענען די תוצאות ווי פאלגענד

ס'איז דא א מחלוקה צווישען לאוב/בערקאוויטש/ש לאנדא/יענקי שווארץ וכו' (פעיראלל דיינים) מיט אלע סאטמארע און אינדעפענדענט רבנים דייינם איבער די דיון פון דעם זאל

ביז אהער האמעיר נאר געהערט פונעם שטארקן אפקלאנג וואס די הוראות פון פעיראלל האט געהאט אז ס'איז מאר גיווען 2 חתונות און א האלב יאר און מיליאנען בני יואל'ס זענען "חושש" צו די גאוני ורזי עולם די בעלי פעיראלל פון עקשטיין און די דעקלעך האבן נישט אויפגעהערט צו טריאומפירן מיט'ן היסטארישן געווינס

נאכער קלארט זיך די בילד אויס מער און מער אז דער עולם זענען נישט אזוי שטארק חושש צו פעיראלל נאר 95% בני יואל מאכט גאר חתונה דארט, האלט מען שוין ביי א "שטיקל טרייסט" ווילאנג ס'איז נישט געבוקט יעדע נאכט פון יאר,

כה לחי געווינטס נאר אזוי ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2011 22:14 לינק ישיר 

זיבעלע

באט דאוינט ווארי, משהלע קומט שוין באלד, און ער וועט דיך זיס צוריקענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2011 22:15 לינק ישיר 

ס'קען זיך ממש דאכטן פון משהלעס ווערטער אז די ארונים האבן געגעבן אסאך געלט פאר בני יואל צוצוענדיגן די זאל וויסענדיג אז דאס גייט זיי זיין א קוואל פון געווינסן...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2011 03:35 לינק ישיר 

פאר וועם דער איסור איז געווען געצילט, ארבייט דאס עקסעלענט!, זייער גיט!!!, קיינער האט נישט געמיינט אז די בני המן וועלן אנעמען דעם איסור, פונקט ווי דער דברי יואל האט נישט געקלערט איין מינוט אז די ציונים אדער אפילו די אגודיסטן וועלן אנעמען זיין איסור אויף די בחירות, די איסורים איז נאר געווען פאר ערליכע אידן וואס זענען נחרדים לדבר השם און ביי זיי איז דער פסק פון הייליגן דברי יואל זי''ע א הלכה למשה מסיני, זיי האט מען געמיינט און ביי זיי ארבייט דאס זייער גיט, שטעלט אייך פאר אז אין גרעסטן ביזי סיזען ווען אלע האלס זענען פיל מיט חתונות שטייט דער מערת פריצים ליידיג עטליכע נעכט א וואך, און אפילו ווען עס איז יא דא חתונות, איז דאס פיל מיט מחלוקת און שנאה בין המשפחות, קיין איין אנערקענטער רב אדער רבי וויל דארט נישט מסדר קידושין זיין, קען מען דען נישט זאגן אז חפץ השם בידינו הצליח?,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2011 17:04 לינק ישיר 

און אנדערע ווערטער איר האט געזיגט ווייל מיטעלמאן אדער צוויבל מאכן נישט חתונה דארט, און אפאר איינצעלע דערביטערטע חרינערס בויקאטען משפחה שמחות,

הוא אשר דיברתי נאר אזאנע געווינסען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נאך און נאך און נאך און נאך א חתונה אין בני יואל, מיט אלע טעמים כן ירבו!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext