|
|
| נשלח ב-24/6/2011 06:29 |
|
| |
פרשת ראטנבערג - סקווירא, תשע''א
הקדמה
דאס וואס איך שרייב דא, איז ציטירט געווארן אנדערע פלעצער, אבער צוליב די פארלאנג פון מיינע פוהלע לייענער, הייב איך דא אן א אשכול מתחילה
ובכן:
די פרטים וואס איך קען אנטפלעקן איז
מיטוואך קרח. שפיצר איז נאכנישט געשטעמפלט געווארן ביים גרענד דזשורי אלץ אטעמט מערדער, ווייל זוגעבי קוקט אויפן פייער אויסברוך א פייט נישט א חלק פונעם הויז, נאר צוליב די אויפברויז פונעם המון, קען ער נאכנישט אראפנעמען די ווערטער 'מערדער' ער האט אומאפציעל די נאמען 'אטעמט ארסן' וועלנדיג אנצינדן א הויז.
די דיסקוסיה וועגן א ענדגילטיגע אנדייטמענד איז נאך אין פראסעס, נאכנישט פארטיג.
דערווייל איז דא א אפשען פון מאכן א פשרה, וואס ראטנבערג וויל נאכנישט. די פינעך מיליאן איז געווען נכלל אין דעם פלאן, אבער נישט אויף למעשה, ווייל ווילאנג ס'נישטא קיין ענדייטמענט איז נישטא קיין פריוואטע פשרה, און ס'נישטא קיין קלארע פשרה פון ביידע זייטן, סיי ראטנבערג איז נישט מפשר, און וויל נאר נאך א מנין וואס דאס איז נישט אין באטראכט, און סיי סקווער אלץ פארבארגענע פרטים אינעם ספעקטאקל, קען נישט קלאר זאגן וואס מ'האנדעלט נאר פארן שופט ווען ס'וועט זיין די פאבליק העירינג בקרוב.
ווען כ'וועל זיין ערלויבט צו זינגען מער, וועל איך זיכער שרייבן, און איך בעט נאכאמאל אז טאמער איינער וויל וויסן פרטים, אדער וויל מיך עפעס מעורר זיין, זאל ער וויסן אז ביי מיר איז אויכעט דא געפילן און אויך סיוויל רייטס און פרידאם אף ספיטש, איך מעג האלטן וואס איך וויל. ממילא זאל מען האנדלען שיין, און נישט שיקן קיין שטעך ווערטער ווי יענער וואס האט מיך נעכטן זייער זייער מיאוס וויי געטון בחינם.
כל הכבוד ווי לאנג ס'נישט קיין לשון הרע צו רכילות און הלבנת פנים וואס איז נישט ערלויבט ע''פ תורה הקדושה המסורה לנו מדור דור
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 25/06/2011 01:43:29
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2011 06:33 |
|
| |
לויט ווי עס שטייט יעצט, איז די פייל, צעטיילט אויף עטליכע חלקים.
די חלק פון ארסן - די פרואוו אנצוצינדן, די דיספיוט - די פייער געשלעג, און א דריטע שטארקע חלק פון לאנג טערמ קאנטראל - וויפיל כח א ווילידש האט צו פארלאנגן רעגולעשאנס, און ווי גרעניצט זיך א פארלעצונג אינעם פרייהייט, פון ביידע זייטן.
דאס איז א קאמפליצירטע זאך, וואס רוטנברג האט מיט דעם אנגעהויבן אבער ס'איז דערווייל א באזונדערע טעמע ביים גרענד דזשורי, ווייל ס'נישטא קיין עווידענס אז ס'געווען א דיירעקט באפעל צו שעדיגן.
דערווייל איז נאך א צעמישעניש צווישן די צוויי זייטן, וואס גענוי צו האנדלען, ווייל רוטנברג צילט אויף דער רבי דיירעקט פון ווי ער וויל פארדינען רעכט, און פון שפיטצער שטייט ער אפ, [מאנכע זאגן אז ס'לוינט עהם נישט צו האנדלען וועגן דעם פייט, ווייל דארט האט ער מער אומרעכט] סקווער ווידער האט די זאך מסודר יעדע נושא פאר זיך. און סטעפ ביי סטעפ צו פארשטיין וואס עס ווערט פארלאנגט און ס'נאכנישט דא קיין פארלאנג וואס איז דיירעקט צום אומאפציעלע ענדייטמענט פון גרענד דזשורי. ווייל נישט רוטנברג צילט אהין און נישט די גרענד דזשורי האנדעלט מיט א זאך וואס איז נישטא קיין קראנטע עדות אויף ביידע זייטן, ווען אויפן פייט איז יא דא עפעס עדות [וואס איז נאך פארהעלטמעסיג]
פרישע אפדייט:
[הקדמה. לשאלת החברים, פארוואס איך מעלדט מער נישט קיין פרטים פאר די מידיא, ווייל זיי האבן פארדרייעט מיינע ווערטער, און כ'האב זיי געגעבן איינס שאנס, און האבן דאס ווידער פארלעצט.]
פריער דאנערשטיג נאכט פ' קרח, איז אפציעל ארויסגעקומען די 'אינדייטמענט' אויף שפיצער.
דאס טענה וועגן דעם רבין צו וועגן די חסידות איז אפגעשלאגן, ווייל ס'נישטא קיין באווייזן, אבער וועגן די אזויגערופענע טעראר, וועט ווערן אויפגעברענגט אין א באזונדערע העירינג.
שפיצר ווערט פארדאמט אלץ 'אטעמט מערדער', בכללות. וועלנדיג אומברענגן 'אינמיטן נאכט' א משפחה. אבער די חלק פונעם פייט, דאס טייטש אטעמט מערדער פארן פאקטיש פארברענען, איז נישט גילטיג, צוליב צוויי סיבות, איינס, צוליב די פאקטן וואס זענען נאכנישט באקאנט פארן פאבליק העירינג פונקטליך ווער האט וואס צוגעברענגט און וויאזוי און פונקטליך ווי. דאס וועט ווערן אויפגעפאדערט צווישן די לויערס ביים עצם משפט שפעטער.
און צווייטענס, איז דאס געווען א 'דיספיוט' א פייט, וואס איז בכלל נישט אינעם קאטעגאריע פון רציחה, נאר 'סעלף דיפענס' פון ביידע זייטן, כל דאלים גבר.
ס'דא פירושים אויף דעם אינדייטמענט, אינעם קומענדיגן מודעה
פרישע אפדייט:
[הקדמה. לשאלת החברים, פארוואס איך מעלדט מער נישט קיין פרטים פאר די מידיא, ווייל זיי האבן פארדרייעט מיינע ווערטער, און כ'האב זיי געגעבן איינס שאנס, און האבן דאס ווידער פארלעצט.]
פריער דאנערשטיג נאכט פ' קרח, איז אפציעל ארויסגעקומען די 'אינדייטמענט' אויף שפיצער.
דאס טענה וועגן דעם רבין צו וועגן די חסידות איז אפגעשלאגן, ווייל ס'נישטא קיין באווייזן, אבער וועגן די אזויגערופענע טעראר, וועט ווערן אויפגעברענגט אין א באזונדערע העירינג.
שפיצר ווערט פארדאמט אלץ 'אטעמט מערדער', בכללות. וועלנדיג אומברענגן 'אינמיטן נאכט' א משפחה. אבער די חלק פונעם פייט, דאס טייטש אטעמט מערדער פארן פאקטיש פארברענען, איז נישט גילטיג, צוליב צוויי סיבות, איינס, צוליב די פאקטן וואס זענען נאכנישט באקאנט פארן פאבליק העירינג פונקטליך ווער האט וואס צוגעברענגט און וויאזוי און פונקטליך ווי. דאס וועט ווערן אויפגעפאדערט צווישן די לויערס ביים עצם משפט שפעטער.
און צווייטענס, איז דאס געווען א 'דיספיוט' א פייט, וואס איז בכלל נישט אינעם קאטעגאריע פון רציחה, נאר 'סעלף דיפענס' פון ביידע זייטן, כל דאלים גבר.
ס'דא פירושים אויף דעם אינדייטמענט, אינעם קומענדיגן מודעה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2011 07:00 |
|
| |
"פרשת סקוירא" איז די נאמען.......
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2011 07:04 |
|
| |
צו ערקלערן פונקטליך פרטים, איז אביסל שווער, וויבאלד די עצם זאך אליין איז נאך פיל מיט סודות פון סקווערס זייט, און די 'טים אף לויערס' זענען שא שטיל, און געבן שווער ארויס זייערע טענות ביזן פאקטישער משפט.
אבער, ארן ענדייטמענט, איז פארגעקומען הייסע דעבאטעס וויאזוי מ'זאל דאס מסכם זיין. צו איז דאס 'אטעמט מערדער' וואס דאס איז דער קלונג ווארט ביים מאסע, אדער אטעמט ארסען, לויט ווי די דזשאסטעס דעפארטמענט זעט עס לויט די יעצטיגע אומשטענדן.
אבער וויבאלד ס'נאכנישט קלאר ביידע זייטן, און אלע פרטים, איז געווען געצווינגן ארויפלייגן דעם ענדייטמענט אלץ 'אטעמט מערדער' זייענדיג גרייט צו אטאקירן מיט פייער אין א שווערע אומשטענד דאס פאמיליע ראטנבערג.
דא קומט אבער אריין א וויכטיגע נייעס.
דאס איז היסטאריע, אז איינע פון די לויערס, איז 'קענט גריביץ' איינער פון סקווערס גרעסטע שונאים אינעם פארגאנגענהייט, זייענדיג דער וואס האט אנגעקלאגט דעם היסטארישע 'פרשת הפראגראמען' אין די פריע תשנ' יארן
דער דאזיגער פארשוין, האט א לאנגע וועג געמאכט ביז ער איז אנגעקומען אהער, צו דינען אלץ סקווערס פאקטישע פארטיידיגער, אינעם 'קרימינאלען' קעיס אויף וואס ער איז באזירט.
[דאס אויספירליכע געשיכטע ביז אהער, קען איך נישט מפרסם זיין דא, וויבאלד איך פראביר צו שרייבן טרוקענע פאקטן נייטראל, און דאס איז א זאך וואס איז נוגע פאר סקווער, ווער ס'וויל קען עס הערן אין אישי.]
די אויספיר איז, אז 'קענט גריביץ' זייענדיג אמאל א פראסעקיוטער, האט געהאט א שטארקע מיינונג וויאזוי מ'זאל באהאנדלען דעם נאמען פונעם ענדייטמענט, און לויט זיין קענטעניס, זאגט ער, איז דאס דערווייל די פשרה מיטן פאקט, אז ס'זאל הייסן 'אטעמט מערדער' און די שופט וועט קלאר מאכן אויף צוריק צואוועגס אויב ס'איז דעם פאקט צו ערגער צו בעסער.
זוגעבי, וואס ווייסט דעם גריביץ אלץ עקספיריענס אינעם פעלד, האט קלאר געשטעלט אז ער זאל פארשטיין, אז דאס יעצטיגע אטעמט מערדער אנדייטמענט, איז דאס בעסטע לפי הזמן. און ס'איז טאקע אמת, וויבאלד סיי ראטנבערג און סיי סקווער ווילן נישט אנרירן דעם נושא פון די פייט נאר בכללות די פלאן פון שפיטצער לכתחילה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2011 00:07 |
|
| |
http://www.youtube.com/watch?v=ivKEY86_aD8
פרייטיג קרח, איז אפציעל געווען די ענדייטמענט. ווי נאך די עטליכע קלאגעס לויטן געזעץ, שטייט שפיצער פאר, צווישן פינף און צוואנציג יאר טורמע ביז א געוויסע סומע קנס געלט און ווידערגוטמאכונג.
דאס טייטש, דאס מערסטע אדער דאס ווייניגסטע, דאס איז געוואנדן לויט די זיג פון לויערס, ביים יום המשפט.
לויט ווי איך האב צוזאמגעקליבן אינפארמאציע, [וואס איך מעג ארויסגעבן, אבער עס שטייט נישט אין קיין שום פלאץ נאר ווי איך האב עס אריינגעגעבן, ווייל ס'כמעט נישטא קיין פארלאנג פון סקווערס זייט צו פארגיטיגן, נאר אויף גאר געוויסע פונקטן]
איז די פסק הרבנים ע''פ תורה גארנישט קיין שולד לגבי די עצם געפעכט, ווייל ס'געווען שווה בשווה, און לגבי וועלן צווינגן ראטנבערג צו פארלאזן סקווער, איז ע''פ פסק הרבנים געווען גענוג דאס אפזונדערן אלע צרכי ציבור ענינים פון עהם, זייענדיג א מסרב לבית דין און א מורד במרא דאתרא און מורד בנשיאות סקווירא. לגבי די פייער איז די מחשבה נישט קיין זאך וואס מ'קען מחייב זיין, און קיין פאקטישע מעשה איז נישט געווען ביים הויז.
ע''פ דינא דמלכותא דינא, וואס מוז פארסירן דעם געזעץ פון פרידאם, און פון וויילענס, און טעראר און דאס ענליכעס, בלייבט די עיקר קלאגע פון וויילענס, אויף עטליכע פונקטן ווי ס'איז געווען מעגליך צו פארברענען עטליכע מענטשן באישון לילה.
לויט די טענות פון ביידע לויערס פון סקווערס זייט, קען גאר זיין אז די ערציילונג איז היבש אנדערש, ווייל יעדע פרט מאכט אויס ביים יוסטיץ וואס קען טוישן אסאך דעם קוק. און וויבאלד ס'נאכנישט פארעפענטליכט געווארן די טענות פון ביידע זייטן, איז נישטא קיין מערכה, נאר א 'ענדייטמענט' צוצוגיין דערמיט צום נעקסטן שטאפל פון א 'העירינג' און א הכנה צום פאקטישן משפט.
איינע פון די פרטים וואס איך פערזענליך האב דערווישט, און וואס איך מעג פארציילן, איז, אז דער בחור שפיטצער האט געהאט א פלעסטיג בעג אויפן פנים וואס האט עהם געשטערט זיך קאנצעטרירן אויפן אקט, און ווען ראטנבערג האט עהם אפגעווארט איז ער ממש אריינגעלאפן אין זיינע הענט. דאס צייגט ווי אומבאלומפערט עס איז געווען אויסגעארבעט ווייט פון א טעראר אקציע. נאר א ווילדע אקציע 'וויילענס'.
איך האב נישט גענומען דעם פענע אין האנט, פאר איך האב אויסגעאקערט דעם שטח דארט, און געזען יעדע אינטש ווי און וואס האט פאסירט דארט. און ווער ס'האט די מעגליכקייט, זאל טאקע אהינגיין און זען די 'זייער אינטערעסאנטע שטח ווי ס'איז פארגעקומען ווי עס קומען ארויף זייער אסאך קשיות, אבער פאקטיש איז דאס געווען די פלאץ. זייער מאדנע
די פרטים פונעם פייט, איז פארהעלטמעסיג צו פארציילן ביזן די לויערס וועלן דאס אויסלייגן וויאזוי זיי האבן אלץ ארויסגעשעפט באריכטן.
אבער וויפיל איך האב אין ידיעה, האט לויער 'שעכטמאן' א פונקטליכע רשימה פון אלע באטייליגטע פון ביידע זייטן, דורכאויס די מערכה פון ביידע זייטן די לעצטע פאר יאר. אנגעהויבן פון פארשפארן די ישיבה, שיסן פענסטער, מתפללים אין פרידוואלד, באזוכער דארט מטעם הקהילה, יעדער וואס איז געווען אין די שטח ארום ביים ארסען אטעק מדעתו ושלא מדעתו, דאס הייסט סיי די הצלה אגענטן און סיי די ארומיגע, וואס די אינפארמאציע איז געהערט געווארן פון פרייוויליגע תושבים ארום, און צודעם קלארע עדות אויף געוויסע אקטן וואס איז נוגע דעם פרשה.
וויבאלד סקווער איז אוודאי נישט גרייט צו אריינגעבן מסירה אקעגן אנדערע, וועגן דעם איז זייער שווער צו פארציילן אסאך פרטים, וואס איז למעשה מסירה פאר א גויאישע קארט, און נישט ביי א בי''ד ווי מ'וואלט יא געמעגט פארציילן.
וועגן דעם, ליגט עס אין די הענט פון די לויערס, און טאמער וועלן זיי איינזען ארויסצוגעבן פרטים, וואס וועט אוודאי נישט גורם זיין אויף צו באשולדיגן שטרענג די קעגנער ווייל דאס איז אסור. נאר וועט פראטעקטן די באשולדיגטער פון א שווערערע פסק.
זאכן וואס קומען דא פאר, און וואס זענען פארגעקומען, זענען דאך רוב פון זיי א סוד פאר גאנץ בראדט, און אזוי ווער איך אויכעט געוואויר פרטים, מיטן נישטערן און שפיאנירן. הער איך גראדע, אז דער לויער שעכטמאן, האט געצאלט א איבערזעצער אויף אלע ווידיאוס וואס איז ערשינען אויף יודיש גערעדט פון דעם מצב, אויכעט ווער ס'איז פאראנטפארטליך פארן עס פארשפרייטן, ווער ס'האט אפגעכאפט יענע, און אויכעט דעם ווידיאו אין ישיבה פון שפיטצער, וואס לויטן לויער איז דאס היבש אקעגן די געזעץ.
ווידער אמאל, סקווער איז נישט אויסן צו באשולדיגן נאר צו פראטעקטן. און דאס ארבעט אין די טעג ביזן ענדגילטיגע ארויסגעבן די טענות פון סקווערס לויערס, זענען אהערצושטעלן א פארטיידיגונג בלאט וואס זאגט די מציאות מיט וואס מ'ערקלערט גילטיג און וואס נישט.
איך האב אסאך גענישטערט איבערן 'רומער' אז מ'האט געשיקט א קבוצה צו ראטנבערג מיט א פלאן פון פינעף מיליאן קאמפאסעישאן.
איך האב באקומען די אינפארמאציע זייער קלאר, ניין! ביז היינט, האט מען שטארק געוואלט מאכן א פשרה ווילאנג ס'נאכנישט געווען קיין הכנה צו א ענדייטמענט, און דעמאלט וואלט געווען שייך צו צאלן גרויס געלט פאר שאדן פאר עתיד'דיגע קאסטן, פאר איבערבעטונג. אבער דאן האט ראטנבערג געוואלט נאר איין זאך, ברענגן צום גערעכטיגקייט דעם רבין און אויספירן רעכט צו מאכן נאך מניינים און מבטל זיין ענליכע תקנות. דאס האט אפגעהאלטן א פשרה פראצעס.
ס'איז נישטא פון סקווערס זייט קיין שום אפפער יעצט אויף געלט, נאך וואס ס'איז אפגעשלאגן געווארן יעדע קאנטאקט מיט ראטנבערג די לעצטע וואכן. און וויבאלד די משפחה ארום ארבעט יא מיט, ווערט די נויטיגע געלט געגעבן פאר זיי, צו העלפן די משפחה אט די הילף וואס ווערט געגעבן פאר יעדן נצרך אין שטעטל, און וואס ראטנבערג האט שטארק צוריקגעוויזן.
למעשה, האט זיך ארויסגעשטעלט א מהלך, וואס איז אנדערש פון ביידע זייטן, סיי ראטנבערג האט נישט געצילט שפיצער נאר סקווער, און סיי סקווער האט נישט געצילט אויף טענות נאר פשרה, און יעצט איז געווארן מער ווייניגער די פוינט, אויף שפיצער אליין, און אויפן הויז, און אויפן פייט ווי ס'איז נאך פארהוילן די וויכטיגסטע פרטים פונעם פאבליק.
וואס סקווערע רבי אליין האלט, און זאגט, איז נישט אויף ארויפצוברענגן דא, וויבאלד איך האלט מיך נייטראל צו שרייבן טרוקענע פאקטן. איך האף אז מ'האט פארשטאנען אויב נישט קען מען איבערפרעגן.. חח
די פלאן פון א משפט הערשט נעקסטע יאר ווינטער, איז נאכנישט אפגעשלאגן, ווייל דאך ווענדט זיך אסאך זאכן אין די 'וואויטס' אויף וואס יעדע פאלאטישן און שטאטסמאן קוקט ארויס. דאך איז רוב ארבעט געצילט צו זיין פארטיג שוין גאנץ נאנט.
אבער יודעי דבר זאגן א שטארקע פוינט. דאס אז מ'האט געוואלט אוועקנעמען די משפט פון די היזיגע שופטים, און געמאכט רעמעפאוי הויפטן אלץ פאר'רעטער, האט אויסגערופן זייער שטארקע אויפברויז ביי זיי, און ווען ס'וואלט געווארן א סעטלמענט דורך סוסמאן מיט זיי, וואלט ראטנבערג געהאט א בעסערע אויסזיכט, למעשה איז סוסמאן נישט גרייט צו נאכגעבן און זיך איבערבעטן מיט זיי, און זיי פון זייער זייט זענען היבש נייטראל, ווילנדיג צייגן אז זיי קענען אליין פירן דעם קעיס. און וואס וועט זיין די אויסקומפנטן, וועלן דאך שוין אלע זען ביים ענדע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 05:20 |
|
| |
א גרויסן דאנק מנשה'לע פאר די נייטראלע אפדעיט'ס. האלט אן ביטע.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 10:27 |
|
| |
מוצאי שבת קרח. לויט די אינפארמאציע וואס איך האב געקריגן, איז די נושא פאראויס מיט איין חלק - די געפעכט פון שפיצער ראטנבערג, און אונטערשטעליג מיטן צווייטע נושא - בונגע סקווערע ממשלה.
די שפיטצער ראטנבערג געפעכט, איז אין פראסעס, ווען לויער גריביץ האט גענומען איף זיך די אויפגאבע צו דעקן דעם 'נאט גילטי' קלעים, און אקעגן דעם פראסעקיוטער מצד ראנטבערג וואס איז באמת פונעם די עי.
ווידר לויער 'שעכטמאן' וואס איז אויכעט אינעם 'טים אף לויער' פון סקווערס זייט, האט נאכדערווייל נישט געזאגט קיין פיפס. ער האט אפגעשלאגן דעם פארלאנג פון געבן אפילו א הינט. אבער אזויפיל האט ער געמאלדן, אז ער פארשטייט אינגאנצן נישט מר. סוסמן, וויאזוי ער האט געלאזט ראטנבערג ארויסרעדן די אלע אינפארמאציע, וואס דאס האט צוגעברענגט נאך שטאף פאר עהם אקעגן ראטנבערג.
לויער שעכטער האט געמאלדן, אז ווען ס'וועט קומען די צייט ווען ער וועט האלטן פאר פאסיג אויסצולייגן זיין פייל אף קליעמס, וועט ער מסביר זיין דאס אויבנדערמאנטע ווערטער אויכעט.
אינעם נושא פון פארטרעטער, האט סקווער געהאט אנהייב 'שיינקאף' אלץ טעמפארערי ווארט זאגער, אצינד איז די זאך אין יוסטיץ פראסעס, און איז מער נישט אינעם פארענטפערונג ליניע.
ראטנבערג ווידעראום, האט גענומען וואלדמאן אלץ וועג ווייזער און סוסמן אין זיינע פיסטריט, צו פארעפענטליכן דעם טענה אקעגן די רעזשים, און האט געוואלט אויסמיידן דעם געפעכט, אבער די יוסטיץ דעפארטמענט האט דווקא געוואלט אריינקריכן אינעם געפעכט, און האלט אינמיטן אויסקלארן פאקטן וואס זענען זייער ווייט פון באקאנט.
אלע ווידיאוס וואס זענען מעגליך א הילף פארן אינצידענט פון יענע נאכט, זענען אין די רשות פון רעמעפא פאליס, און ווערט אויסגעפילטערט צו די סאמע וויכטיגע אינפארמאציע, וואס האט דערווייל נישט געוויזן אויף שייכות, אז וועלכע כח הקהילה האט געזאלט האבן געשיקט דעם שפיצער אין זיין אקט.
די קאמערעס ווייזן ווי ער נעמט זאכן, ווי ער באגריסט חברים, און ווי ער לויפט אהין און צוריק, וואס איז זייער אומפארשטענדליך פאר א אויסגערעכנטע אקציע, זייענדיג נאטורליך און אומבאשיצט, פארן אפטוהן אזא גערופענע 'אויסגערעכנטע פלאנירטע' אקציע.
די איבריגע פרטים וועגן דעם געפעכט, איז נאכנישט ערלויבט צו אנפלעקן, וועל איך דעריבער אריבערפירן דעם נושא צום צווייטן און הויפט קלעים פון ראטנבערג, אקעגן דעם רבין און קהילה.
איך פערזענליך, זאג נישט קיין זאכן און קיין מיינונג, בעפאר איך האב אויסגעזוכט דעם אינפארמאציע ווי קראנט עס איז, און איך האב עטליכע מאל גוט אויסגעאקערט דעם שטח ארום ראטנבערגס הויז, און די פרטים וואס האבן ארומקורסירט וועגן דעם געפעכט למשל, איז אסאך דערפון ממש נישט רעאליסטיש, ווי למשל דער בוים ווי ראטנבערג האט געזאלט זיך פארשטעקן דער קעמרע וואס האט געזאלט זען דעם בחור קומען, איך האב א גוטע עצה, ווער ס'וויל און האט געדולדט, צו זאגן זיינע שפעקעלאציעס, 'נאכדעם' וואס ער באזוכט דעם שטח דארט, עס איז אפען און לעיני השמש,ווי פרטים ווערן קלאר און מער קראנטער מיטן זען די סיטואציע פון די נאנט.
פארוואס זאג איך דאס יעצט, ווייל אויכעט בונגע די טענה, אז קהילה האט עהם נישט געגעבן די געלעגנהייט צו בויען, אדער וואס אומער מיט זיין טייערן לאט אין די בעק יארד, און דאס גלייכן, ווער ס'וואלט נאר אריבער געשפרייזט דעם 'וואלק' פונעם מקוה טהרה, וואס איך וויל נישט זיין דער יעצנו רע דאס צו הייסן טוהן. אבער איך האב כחום היום ווען ס'נישטא קיין פראבלעם פון אריבערגיין, אבזערווירט דעם געגענט, און געזען זאכן וואס איך האב מיך שטארק געוואונדערט אויפן טענה, אז מ'לאזט דארט נישט בויען, ווען פון די אנדערע זייט אקעגן איבער איז דא גרויסע הייזער.
איינס, איך ווייס בכלל נישט וויאזוי מ'האט געמעגט לאזן עני וואן וואוינען אין א הויז, וואס איז אינגאנצן פינעף פיס אוועק פונעם הויפט אריינגאנג צום מקוה, און א גרויסע גלאזערנע פענסטער איז דורכזיכטיג צום טיר [דאס קען יעדער אליין זיך איבערצייגן ביים זיך אריבערכאפן אינמיטן טאג דעם וואלק] און וואס ביימער פארשטעלן ווען ביימער פארשטעלן..
און אקעגן איבער זעט מען גארנישט, ווייל ס'דא א גרויסע געיט, און מיט אלעס גרויסע ביימער וואס איז סתם ליתר שאת.
א יודישע קהילה וואלט שוין לאנג געברויכט מאכן פריי דעם שטח פון עטליכע פיס אוועק פונעם הויפט אריינגאנג, און דאס וואס מ'האט עס נישט געטון איז געווען צוליב די פראבלעם, אז די שטח איז א טייערע און ער וועט דאס נישט קענען פארקויפן ווייל מ'וועט דאך נישט מעגן לאזן בויען דארט, קוים וואס דאס הויז וועט מען לאזן דארט.
בנוגע דעם נושא צום געזעץ, און בכלל צו גלייכע רעכט, לויט די אמעריקאנע פרידעם, קען מען נישט שטערן רעליגיע, קען מען נישט שטערן עדיוקעישאן, וואס ביידע זענען פארלעצט געווארן ביים צולאזן צעברעכן תקנות וואס די וועד החינוך און קהילה האבן אוועקגעשטעלט בנוגע די כשרות השיכון.
בנוגע די רעכטן פון צווינגן א איינוואוינער צו רעגולאציעס, איז אויכעט אויב ס'איז געסיינט ביים קויפן דעם הויז אויף אנדערע זאכן, איז דאך ראלס אף וויליטש נישט ערגער ווי רולס אף ביזנעס. און די לאו איז נישט אזוי גלאט מפקיר יעדע 'כל מה שליבו חפץ' ספעציעל ווען א וויליטש איז פרייוועט.
בנוגע וויילענס אקציעס, דארף מען באצאלן שאדענס, און מ'דארף אויסגלייכן ביי קארט די טענות, אבער טאמער איז דא באווייזן אז ס'איז דירעקטירט וויילענס פונעם וויליטש אפיס, איז די נושא נוגע צום פעדערל קארט. ביז דערווייל איז נישטא קיין אנווייזונג פינגער וואס ציט אויפמערקזאם פון די אפיס פון זאויניג צו פון די אפיס אף עדיוקעישאן אדער פון די אפיס אף וויליטש סעיפטי קער, אז שיסן א פענסטער אדער ווייניגער צו מער זאל זיין גוט געהייסן פון סיי וועלכע ארדער אף אפיס פראיעקט. נישט געשריבן און נישט געזאגט מונדליך.
די קעיס וועט ווערן שפעטער אויסגערעדט, אבער וועט זיך נאך שלעפן פיל לענגער ווי די קעיס פון שפיצער אליין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 20:32 |
|
| |
איז דער בחור, שפיטצער?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 20:35 |
|
| |
יא
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2011 21:46 |
|
| |
זאל השי"ת העלפן אז די זאך זאל זיך שליכטן ווי שנעלער און נישט פאראורזאכן קיין חילול ה' און צער פאר אזויפיל אידן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 02:15 |
|
| |
די טים אף לויערס - לובנבערג, גריביץ און שעכטמאן, האבן אויסגעדרוקט קורצע אנעקדאטן, זאגנדיג, אז די פרטים וואס זיי וועלן אויפברענגן ביים געריכט, וועט טוישן דאס בילד פונעם געריכטן גאנג, און גריביץ האט צוגעגעבן, פון שפיצער איז נישטא קיין ציל אויף רציחה, נאר א פאנאטישקייט.
די מידיע האט געמאלדן דערויף, אז 'אלבוים' וואס האט זיך געשטעלט אלץ פארטרעטער פון זיין שווער ראטנבערג, לאכט אויס די לויערס, זאגנדיג, זיי רעדן סתם אין די וועלט אריין, זיי קענען גארנישט מאכן, די זאך איז שוין קליפ קלאר, און זיי רעדן נאר אזוי, ווייל מ'האט זיי באצאלט. די ווערטער האבן אויסגעדרוקט א מאדנע רעאקציע וואס צייגט ווי דאס שטאנד פון ראטנבערג זייט האלט.
ס'איז אויפגעוויזן געווארן, אז פונעם ערשטן טאג אן, האט ראטנבערג שווער איינגעשטימט מיט זיין איידים אלבוים'ס מעשים, ווייל פונעם אנדערן זייט האט די גרופע 'ראטנבערג שטיצער' אויף מאטאר בייקס, געצילט אויף אנדערע ליניעס, אין די צייט וואס ראטנבערג אליין איז שוין לאנג געווען מיט 'סוסמאן' אין ציל, אויף א געשמאקע קעיס איבערן שטעטל.
די צעמישעניש האט פאראורזאכט שווערע פראבלעמען אינעם אנטוויקלונג פון קומען צו א סך הכול, ווייל צילנדיג צום שטעטל און זיינע פירער, און אוועקטרייבנדיג דאס שפיצער אקט אלץ נישט וויכטיג, האט ארויסגערופן פארדאכט ביים דיסטריק אטורני 'זוגעבי' אז עפעס איז דא א שפיל.
פונעם אנדערן זייט, דאס שווייגן און האנדלען פארזיכטיג, וואס איז ארויסגעוויזן געווארן פונעם סקווערן קאמיונעטי ביהעיווער, האט געצייגט א בילד פון סדר און קאנטראל, איבער וועלכע נאר טענה וואס זאל דיסקאטירן מיטן געזעץ און זיך מפשר זיין צום ענדע מיט פארשטאנד.
די גרופע 'ראטנבערג שטיצער' איז היבש רעדוצירט געווארן, זינט עס האט אנגעהויבן קאסטן געלט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז זיי האבן זיך פארלייגט אויפן ציל צו לייגן דרוק אין רעמעפא פאליס דעפארטמענט, צו מוטשענען סקווער מיט אויספארשונג, וואס איז יעצט באמת איבריג, זינט דאן וואס די יוסטיץ דעפארטמענט איז שוין פארנומען דערמיט, און זעט דערין אנדערע ליניעס, און אויכעט זייטיגע געפילן, זייענדיג באקריוודעט פון די פארשעמונג אז זיי האבן נישט קאנטראלירט די וויילענס ווי געהעריג.
דאס ענטפער פון פאליס שעף איז, מיר קענען נישט ארבעטן אויף א קעיס, וואס זאגט אן שיסן פענסטער און רעדער, און קיין אנווייזונג אויף א געוויסע מענטש מיט עדות איז בכלל נישט פארהאנען, בכלל, לויט זייער שטודיע די לעצטע צייטן, איז נישט געווען קיין ארדער פונעם וויליטש אויף וויילענס, און דאס וואס פריוואטע יונגען האבן געטון, איז ביי לאו נישט דא קיין שום חיוב מוחה צוזיין, נאר יעדע אקט פון א אכצן יעריגער און העכער, ליגט אויף זיין אייגענע אחריות, אזויווי יעצט ביי שפיצער.
שפיצער ווערט אנגעקלאגט אלץ צווייטע שטאפל גורם צו רציחה, אלץ וועלן מאכן א פייער אינמיטן נאכט, און צווייטע שטאפל גורם צו א ווילדן פייער, וואס איז בכלל אלץ וועלן מאכן א פייער אין א פרייוועט פראפעטי, און נאך צוויי אקטן פון וויילענס אינעם געפעכט טעמע.
דא ווערט אויפגעברענגט א קוועשען, ביי די פארשער, דאס פייער וואס איז געשען אויף אכט בוש לעין, אינעם בוידעם פון אהרן אויסטערליץ'ס הויז, און ווי עס צייגט אן קלאר, נאכן נישט טרעפן קיין רמז אז איינער זאל האבן געזאלט אנקומען צום בוידעם, מוז עס זיין אז די אייגענטומער האבן געהאט א האנט דארט, איז דאך דארט נישט געווען בלויז גורם צו פייער און רציחה, נאר ממש דאס אליין, ווען א פאמיליע 'הערמאן' האט געלייגט שלאפן א שטוב מיט קליינע קינדער, און דאס פייער האט זיי ארויסגעטריבן נאקעט נאכן באדן, אויפן גאס.
דער שופט 'וויליאם א. קעלי', האט פארארדענט א געריכט דאטום אויף יולי 28, און קטיגור 'טינא גוטשעני' פונעם די עי, האט געמאלדן גרייטקייט צום באשטומטן צייט, אויך גריביץ און שעכטמאן, וואס זענען שוין גוט באהאווענט אינעם טעמע, און האבן פון דער נאנט באזוכט אלע דעטאלן, און פלעצער ווי עס איז קווארטירט די אנגעגעבענע אנגעקלאגטע, האבן געזאגט זיי האבן גאר א גרינגע ארבעט, און ס'איז א קינדער שפיל, ענדערש וועט נעמען געוויכט וויכטיגע חלקים אינעם פרשה וואס איז נישט דיסקאטירט דערווייל, ווי איידער די עצם געפעכט, וואס איז ווייט פון ריאליסטיג.
גריביץ, וואס איז געווארן א עמטליכער שומר שבת, האט אנגעבאטן פילע הילף אלץ רעליגיעזע שטאנד, און זיכער פון זיין ניסיון אין קרימינאלע געזעצן, און האט באזוכט אינעם שטעטל לארכה ולרחבה, און גענומען מיט זיך פילע אינפארמאציע.
פון דאס נישט רעדן, איז דאך ארויסגעקומען עטליכע סטעיטמענטס, וואס האט געווארפן ליכט אויף וויכטיגע פונקטן.
דאס זיין א מסרב לבית דין, איז א וויילענס אלץ זיך שלאגן מיט א רעביניקל רעליטשעס קארט, און דאס גיין אקעגן עדיוקעישן אף וויליטש ענד מאוומענט, איז א קריים פון דיסקרימינאצע, און שלאגט אפ דאס טענה פון סיוויל רייטס, ווען דאס ווארט ווי צו דאווענען איז נישט וויכטיג אין א מצב ווען די עצם ציל איז אפווארפן און צעברעכן א קולטור ביזן גרונד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 02:34 |
|
| |
ס'איז דא א אפציע, אז ביים עצם משפט זאל נישט זיין קיין 'דזשוריס', אזוי ארום וועלן די לויערס און געריכט לייט, בעסער קענען אבסערווירן א ריכטיגע משפט, ווי איידער אינאכט נעמען וואס די פובליקום פראסטע פארשטאנד זאל זאגן, אין א צייט וואס מ'דארף ניצן שכל פון גערעכטיגקייט און טיפזיניגע שיקול הדעת.
דאס עצם פאקט, אז דא איז א האנדל פון א כח הרבים, די פאויער פון א קאמיונעטי און א קולטור, אקעגן יחי
די סגולה וואס ווילן נישט נאר אפווארפן נאר שטערן דעם עצם לעבנסגאנג אינעם קאמיונעטי, איז זייער אין חשבון ביים יוסטיץ און אפילו העכערע פעדעראלע רייען, און דערפאר און נאר דערפאר, האבן זיי געמאלדן, אז דאס איז די ארבעט פון די לאקאלע סטעיט סופרים קארט, אליין צו וויסן ווי איין און ווי אויס, און עס איז בכלל נישט קיין אויסערארדענטליכע קעיס.
יודעי דבר האבן געלאזט פאלן ווערטער, אז כאטש די מאקסימום שטראף פאר שפיצער, איז געמאלדן אויף 25 יאר פריזן, איז דאס נישט מער ווי א מליצה, ווייל אויב זאל שוין יא זיין פריזן [וואס איז ווייט פון ריאלעטי לויט די שאצער] איז דאס מאקסימום עטליכע חדשים, און אפילו אזוי, אין גאר א גרינגע צושטאנד ווען בעיל איז אינדערמיט סיי ווען.
און דאס ריכטיגע שטראף, איז געשאצט אויף געלט קנס, פון די געגענט פון אפשר צוויי מיליאן.
אבער גארנישט איז נישט קלאר, ווילאנג מ'האט נישט דיסקאטירט עמטליך די אלע פאקטן און טענות, פון ביידע זייטן, און דאס קלאפ פונעם שופט איז פוסק דעם סך הכל, לויט אלע דיעות און נאך אלע סיכומים.
דאס איז זיכער, אז פון היינט מאל אן, וועט יעדע ראל אין שטעטל זיין געזעצליך, און אנשטאט די קהילה זאל דארפן פאטשקען מיט א טראבל מעיקער, איז דאס איין קנעפל 911, און די זאך איז אין פראסעס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 04:32 |
|
| |
געדאנקן כתב: דאס זיין א מסרב לבית דין, איז א וויילענס אלץ זיך שלאגן מיט א רעביניקל רעליטשעס קארט, און דאס גיין אקעגן עדיוקעישן אף וויליטש ענד מאוומענט, איז א קריים פון דיסקרימינאצע, און שלאגט אפ דאס טענה פון סיוויל רייטס, ווען דאס ווארט ווי צו דאווענען איז נישט וויכטיג אין א מצב ווען די עצם ציל איז אפווארפן און צעברעכן א קולטור ביזן גרונד. ע"כ. איך ווייס נישט ווי דו האסט שטודירט געזעץ, איך האב סך הכל נאר געלערנט אין ישיבה און אין כולל, אבער דיינע לעגאלע ארגומענטן במחילת כבודך קלעבן מיר ווי רויע בונדלעך אויפ'ן וואנט, איך האף אז דו זאגסט נישט נאך דעם שומר שבת גריביטץ, ווייל אויב יא מיין איך איז סקווער אויף גרויסע צרות. 'מסרב לדין' איז א וויאלענס אין אמעריקא, הערן גוט מיינע אויערן? צוברעכן א קולטור ביז'ן גרונד איז אויך מיר א פעדעראל קריים? גיין אקעגן עדיוקעישאן אין מאוומענט אוו די ווילידש איז דיסקרימינאציע.... די ביסט אינגאנצן אויפ'ן קאפ געפאלן? אין וואס איז פארברענען א מענטש? סך הכל א שטיקל געפעכט פין צוויי וואוילע בירגער... עס שטערט מיך נישט אז סקווער גייט ארויס ריין פונ'ם גאנצן שמוץ, פאר'ן כבוד שמים איז לכאורה זיכער בעסער אז סקווער זאל נישט באשולדיגט ווערן אין געריכט, אפגעזעהן צו זיי זענען שולדיג אדער נישט, אבער מיט דיינע טענות גייען זיי מיט'ן קאפ אין די וואנט. אין מיינע אויגן איז פארבאענען א מענטש ווייעלענס, ארויסווארפן קינדער פון מוסד ווייל די האסט נישט ליב זייער טאטע איז דיסקרימינאציע, און נישט לאזן א מענטש דאוונען ווי ער וויל איז שוין איינמאל א פארברעך אקעגן סיוויל רייטס.
סאו פליס ריקאלקיולעיט דיינע טענות, און אויב מעגליך אויך איבערגעבן פאר הרב גריביטץ. עוד כתב: דאס איז זיכער, אז פון היינט מאל אן, וועט יעדע ראל אין שטעטל זיין געזעצליך, און אנשטאט די קהילה זאל דארפן פאטשקען מיט א טראבל מעיקער, איז דאס איין קנעפל 911, און די זאך איז אין פראסעס.
הייסט עס אז נעקסטע מאל איינער גייט דאווענען אינדרויסן פין שטעטל גייט מען דיילן 911? גוד לאק!!!!!! און האלט אונז ביטע אינפארמירט וואס 911 האט געענטפערט...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 04:39 |
|
| |
איי מנשה'לע מנשה'לע איך זעה דו מוטשעסט דיך צו שרייבן, רעדן קאנסטו סאך סאאאאך בעסער, עפשער וואלט געווען א גוטע עצה זאלסט אלעס זאגן פארנט פון א קעמרע און עס ארויפלייגן ערגעץ? דר'עולם פארשטייט דיך נישט דא אזוי גוט, אז דו וועסט רעדן וועט מען דיך בעסער פארשטיין
(א עצה פון א גוטן פריינט...)
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 06:19 |
|
| |
ווער ס'ווארט איך זאל עהם באצאלן פארן גלייבן, זאל בעסער שוין זוכען א צווייטע פרנסה קוואל, איך פארצייל קליינינקע פרטים פון א גרויסע פאזעל, און יעדעס ווארט וואס איך שרייב איז נישט מוכרח אויף למעשה, איך זאג נאר וואס פארא הווא מינא'ס ס'איז פארהאנען, און יא! אין כולל שמועסט מען טאקע אז מ'קען נישט זאגן פאר קארט אז מ'האט עובר געווען רביניקל לאו און דארט שמועסט מען נאך אסאך חלומות, אז דו וועסט האבן געדולדט וועסטו געוואויר ווערן וואס אלץ מ'קען האבן טענות, און ווער איז דא דער פארלעצער פונעם מענטשן רעכט. אגב, די פאקט וואס כ'האב געשריבן וועגן 911 איז נישט קיין קאנספיראציע, נאר אמת, און דאס איז כאטש א טובה אז ביז היינט האט סקווער זיך נישט באמיעט צו אריינשטעלן די וויליטש רעגולאציעס אינעם סיסטעם פונעם שטאט געזעץ פון היינט מאל אן גייט דאס זיין לכתחילה. אודך וועל איך זאגן, איך האב קיינעם נישט געבעטן גלייבן קיין איין ווארט, איך טוה אייך א טובה און פארצייל סודות פון אונטער די קוליסן. ביז ווי אהין איך מעג. לייענט און האט הנאה אויב איר האט הנאה און אויב נישט ביטע ליינט נישט.. כל טוב סלא
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.
|