בית פורומים אידישע געדאנק

דזשיגאן רעדט שוין ווידעראמאל שטותים מיט לאקשען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/6/2011 08:00 לינק ישיר 
דזשיגאן רעדט שוין ווידעראמאל שטותים מיט לאקשען

היינט קומט צו צי מיר א צוקאכטע ארוני און הייבט אן שרייען אויף מיר "זאלי וואס די ביסט, עטס מיינטס אז אייביג דארפן ענק טון פארקערט ווי די רבי הייסט?!". נאך פאר איך האב אויפגעהויבן מיין קאפ צו זעהן ווער עס איז אזוי בייז היינט אויף מיר, האט ער שוין מיט איין כעס ארויסגעשלעפט די צוויי שאפינג בעגס פון מיין הענט וואס איך ווייס נאך אלץ נישט וואס ער האט געזיכט דארט.
 
ענדליך איז מיר געלונגען אים איינצושטילן, איך פרעג אים איך בין שוין א זאלי 12 יאר נא פארוואס האסטו דיר יעצט דערמאנט?
 
ער הייבט אן מורמלען עפעס ווערטער רבי... וואל-מארט... ניין יא... גלעזער ציצית...
 
נישט פארשטייענדיג וואס ער וויל הייב איך אן אוועקשפאצירן איך טראכט ביי מיר אז האפענטליך וועט ער זיך שנעל בארואיגן און אויב איז עס וויכטיג דאן וועט ער מיר קענען ערקלערן ביים קומענדיגע געלעגנהייט וואס ער וויל פון מיר.
 
שפעטער ביי מנחה צייט גיי איך אריין אין א ספרים געשעפט איז געווען דארט ביי די ציצית שאפע א גרויסע טומל און א גרויס שמייכל האט זיך געצויגן אויף די לעפצן פון איין זייט ביז די ביי אלע אנוועזענדע. אינמיטן הער איך ווי דער איינער (דאכט זיך מיר א ארבייטער) ריפט זיך אן "רעדטס אביסל שטילער ווייל די בעל הבית דא איז א ארוני און ער וועט ווילד ווערן".
 
דא איז מיין נייגער שוין געוואקסן, איך האב שוין פארשטאנען אז עפעס א פרישע משוגה'נע דרשה איז געזאגט געווארן די לעצטערע טעג ביי די ארונים.
 
איך האב זיך נישט געפוילט נאר פונקט פארקערט מיט פרישע כוחות און שפאנענדע געפילן בין איך געלאפן צום טעלעפאן טרייבל אנרופן דעם קול דזשיגאן האטליין, פאר גרויס נייגער שוין וועלענדיג זיך אונטערהאלטן מיט זיין נייע פאני דרשה האט מיינע פינגערס ווי פון זיך אליין אנגעהויבן דריקן די קנעפלעך פון 0 ביז 9, איך האב נישט געוויסט וועלכע איז די נייעסטע צו וועלכע איז פון די פריערדיגע. אבער צו מיין אנטוישונג האב איך נישט געקענט טרעפן א דרשה וואס אנהאלט די ווערטער ווי ציצית... וואל-מארט.
 
נישט האבענדיג קיין ברירה קלינג איך אן מיין חבר וואס האט אזוי געשריגן היינט אויף מיר, צום ערשט פארשטייט זיך האב איך אים געפרעגט וואס ר' אהרן האט געזאגט נעכטן ביים פארלערנען פרקי אבות, עס נעמט נישט קיין סעקונדע ער שרייט אויס פרייליכערהייט "איך האב געוויסט אז די זאליס הערן אויס די רבי'ס דרשות! די גאנצע וועלט קוקט ארויס אויף די רבי'ס מיינונג"...
 
פרעג איך אים נא זאג שוין וואס האט ער געזאגט?? זאגט ער מיר צוריק ר' זלמן לייב קען גארנישט בעסער רעדן...
 
פרעג איך אים נאכאמאל וואס האט דאס יעצט מיט ר' זלמן לייב? איך האב געפרעגט וואס ר' אהרן האט געזאגט!, באליידיגט און פארשעמט האקט ער אפ די טעלעפאן, פארשטייט זיך דא האט זיך די שמיעס געענדיגט.
 
איך האב אבער נישט אויפגעגעבן און ווייטער געזיכט ווער עס קען מיר איבערזאגן דזשיגאן'ס דרשה, יגעתי מצאתי תאמין ענדליך ענדליך טרעף איך א צווייטע חבר מיינע וואס האט לעצטענס חתונה איך פרעג אים ביסט געווען שבת אין קרית יואל? זאגט ער ניין. פרעגט ער מיר פארוואס איך וויל וויסן זאג איך אים דעם אמת איך וויל הערן פון איינעם וואס ר' אהרן האט גערעדט שבת. זאגט ער גראדע איז ר' אהרן געווען אין וויליאמסבורג דעם שבת אין ער איז געווען זיי זיין פרק פארלערנען.
 
בקיצור ער זאגט מיר איבער אין קורצע ווערטער די תוכן פון זיין דרשה
 
וז"ל; א אינגערמאן וויסן זאל ער ווען מען איז אין קאנטרי טאר מען זיך נישט ארומדרייען אויף די אלע פלעצער וואס מיר זענען באשאנקן געווארן. זאל עס זיין א גרויסע שאפינג מאל צו א קליינע שאפינג מאל, מען קען זייער גרינג נכשל ווערן בפרט......
 
אבער ווען די ווייב די אשת חיל פארלאנגט אז די מאן זאל גיין מיט איר קיין וואל-מארט דאן וועגן שלום בית זאל מען איר נישט אפזאגן פון זיין אהין נאר... מען זאל יא גיין קיין וואל-מארט אבער נאר מיט גרויסע ברייטע וואלענע טלית קטן אינדרויסן. קאמענטארן זענען איבריג.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2011 09:00 לינק ישיר 

ספרינטער האסט מיר ארויפגעברענגט א שמייכל אראפלייגענדיג אזוי דראמאטיש די געשיכטע. ‎​
 
איך זע אז דער דזשיגאן האט זיך ערענסט אריינגעלאזט אין ציצית, דער בלאט קעפל שרייט ציצית, ער שרייט ביי פרק ציצית, אפאר וואכן צוריק האט ער זיך געטוישט צו א טערקישער טלית. הכלל א פרישע מערכה מיט די ציצית. נו, אז נישט קיין דאסטער'ס זאל כאטש זיין ציצית...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2011 16:20 לינק ישיר 

קרח איז אויך פארנומען געווען מיט ציצית. געוואלט זיין א מנהיג און חולק געווען אויף אמת'ע מנהיגים. ער האט געזאגט כי כל העדה כולם קדושים פארנומען געווען מיט ערליכע דאסטערס און פאדזשעלאוס און לאנגע שארט קאטס, און מיט קדושת האכילה ווי מהודרת שחיטה און אריזאנע מצות. ויקח קרח - לקחן בדברים, ער האט זיך געהאלטן פאר א רעדנער און בעל דרשן. ער האט פארמאגט א 'בית מלא ספרים' און ער האט געווארפן מיט בקיאות און פשט'לעך. אבער וואס איז געווארן מיט אים צום סוף? די אדמה האט אים איינגעשלינגען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2011 17:04 לינק ישיר 

יא יא
קרח האט אויך געשפעט פון ציצית, משה רבינו האט געזאגט דעם דבר ה' וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה', האט קרח אנגעהויבן מיט ליצנות אויב א טלית שכולה תכלת דארף האבן ציצית.
משה רבינו האט אויסגעלערנט ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, האט קרח געשריגן כי כל העדה כולם קדושים, מען איז שוין גענוג הייליג, זיי נישט פרומער ווי אמאל.
און יא, נישט פארגעסן, קרח האט געהאט א בד"ץ אויך, ר"נ ראשי סנהדראות, ווי איז ער אנגעקומען? אין די אדמה אריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2011 17:38 לינק ישיר 

ווי אויך קען דא נישט ארויסגעלאזט ווערן די פייערדיגע ש"ס תורה פרשת שלח ווי דער רבי האטשטארק ארום גערעדט איבער די שמירה וואס א יוד האט פון עבירות דורך גיין מיט ציצית און דוקא דורך גיין מיט די ציצית אין דרויסן און נישט אינטערן העמד וכו' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2011 23:35 לינק ישיר 

קארופציע כתב:
ווי אויך קען דא נישט ארויסגעלאזט ווערן די פייערדיגע ש"ס תורה פרשת שלח ווי דער רבי האטשטארק ארום גערעדט איבער די שמירה וואס א יוד האט פון עבירות דורך גיין מיט ציצית און דוקא דורך גיין מיט די ציצית אין דרויסן און נישט אינטערן העמד וכו' וכו'


שוין לאנג נישט אזוי געלאכט... ביז אין זיבעטן ריפ אריין.

תוקן על ידי KJ ב- 27/06/2011 23:36:32




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2011 00:42 לינק ישיר 

יא יא יא דו האסט נישט אנגעהויבן צו לאכן ביי די תורות פונעם בעל לב אהרן

דו האסט שוין אפגעלאכט, במישרין ועיקופין, פון תורת משה רבינו ע"ה

דו לאכסט און לאכסט פון יעדע דברי חכמים

דו האסט שוין אפגעלאכט פון די מנהיגים פונעם פריערדיגן דור

און גענוי יעצט איז געקומען דיין צייט צו לאכן פון די הייליגע תורות געזאגט געווארן פונעם מנהיג הדור סאטמארער רבי שליט"א

אוי אוי אוי, לאכן לאכט, ווער עס לאכט די לעצטע.

געדענק אבער דעם הייליגן מאמר המשנה הוי זהיר בגחלתן!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 00:48 לינק ישיר 

קארופציע, אצינד רעדסטו פאר פייער און וואסער, תלמיד המחכים את רבו,
ווען איינער לאכט פון דעם לץ וואס שמייסט גדולי הדור אין זיבעטן ריפ אריין, און בעלעקט זיך מיט ניבול פה ביי יעדן דריטן דרשה, שפרינגסטו צו לאכן פון תורת משה? כ'האב שוין אזא פלאכן חלה דעקל שוין לאנג נישט געזען!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2011 00:57 לינק ישיר 

זאג נאהר ווען ביסטו אנגעקומען צי די געם, וואס שפילט זיך שוין א קנאפע צוויי צענדליגע יאהרן, די רעדסט ווי איינער וואס איז, אדער נעכטן געבוירן געווארן, אדער נארוואס אנגעקומען פון אזבאקיסטאן, איך וואס איך קען ארונים שוין לענגער פון נעכטען, האט מיר נאך קיינמאהל נישט געענטפערט אזוי, די רעדסט ענדרשט ווי א סקווערער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 01:06 לינק ישיר 

יא יא יא איך האב נישט אנגעהויבן צו לאכן ביי די תורות פונעם בעל לב אהרן

איך האב שוין אפגעלאכט, במישרין, פון רב קוק ואהרן חרינער אויך

איך לאך און לאך פון יעדע משכיל ומסית

איך האב שוין אפגעלאכט פון די מנהיגי הערב רב פונעם פריערדיגן דור

און גענוי יעצט איז געקומען דיין צייט צו לאכן פון די אזויגעריפענע תורות וואס איז געזאגט געווארן פונעם מנהיג הכת הידוע לשומצה

אוי אוי אוי, לאכן לאכט, ווער עס לאכט די לעצטע.

און וויינען וועט דער וואס האט נישט געלאכט פון וועם די תורה הייסט לאכן,

געדענק אבער דעם הייליגן מאמר חז"ל המחפה על עוברי עבירה נוטל שכר כיוצא בהם!!!!!!!!!!!!!!

וועסט דיך ווינדערן ווי קום איך אהער האסט דאך נישט גערעדט צי מיר,
איך בון אריין געקומען און פארים און איך האב געזעהן דיינע ווערטער און איך האב געהאט צייט אפאהר מעניט, האב איך גענטפערט, איך האף אז KJ וועט נישט זיין ברוגז.

תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 28/06/2011 01:08:18




תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 28/06/2011 01:09:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 17:12 לינק ישיר 

קארופציע במלא מובן במילה..

ווען איינער לאכט פון בעל "לץ אהרן" דעמאלט איז............... אבער,

ווען איינער איז מבזה זיין טאטן יארן נאכאנאנד איז נישט "והיזהר בגחלתן"?

ווען איינער איז מבזה כל גדולי ישראל ווייל זיי האלטן אנדערש פון אים צו ווייל זיי בארירן זיין כבוד המדומה  איז נישט "והיזהר בגחלתן"?

ווען א רב זקן וגדול הדור באקומט "מנה אחת אפיים אין זיבעטן ריפ"  איז נישט "והיזהר בגחלתן"?

דו זעסט נישט ווי דו מאכסט חוזק פון זיך אליין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2011 19:15 לינק ישיר 
פון אישי

איינער האט מיר פארציילט א גוטס, גראדע אן אהרויני, ס'כדי צו לייגן אויף הפ... אהרן איז דא געווען אויף שבת, און ער האט געזאגט אז יעדער זאל לייגן די ציצית אינדרויסן, און צוגאב צו די דאסטער מבצע.. זאגט'ר, ס'אמאל געווען א איד וואס האט געהאט א הויז, נישקשה. גאנץ א שיין בנין בכלל נישט אזוי אלט. אבער איין פראבלעם האט ער זיך ארומגעמוטשעט, די דאך. עס פלעגט האלטן אין איין אריינרעגענען, ער האט געהאלטן אינאיין רופן די הענדימען'ס פארן פראבלעמאטישן דאך. יעדע מאל האט די הענדי מען אים געזאגט: איך גיי דיך נישט ראטן צו טוישן די דאך, ווייל עס איז זייער א מעידזשער עקספענס. דעריבער מסתם קומט עס פון א עירקאנדישאן אדער ווארעווער, סא איך וועל לייגן א לאטע דארט ווי ס'רינט. אזוי יעדעס מאל האט ער געטראפן א אנדערע געשיכטע, אמאל א עירקאנדישאן, אמאל א פייפ, אמאל א אנדערע מעשה. ביז איינמאל ער איז געקומען, זאגט אים דער הענדימען הער מיך אויס יענקל, עס איז נישט קיין ערקאנדישאן, עס איז נישט קיין פייפ, די דארפסט א נייע ROOF! לענינינו..... א טייער ווארט פון א באזעסענער אהרויני! ודפח"ח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דזשיגאן רעדט שוין ווידעראמאל שטותים מיט לאקשען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext