ווי עס האבן שוין מאנכע געוויס באמערקט, האבן די אהרונים גענומען א נייעם גאנג אין זייער פי-אר אפעראציע. מ'האט אנגעהויבן רופן דעם דזשיגאן עם הארץ "לב אהרן".
פאר אונז דארף מען דאך נישט פארציילן וואספארא זעלטן הארץ דער ר' אהרן פארמאגט. כ'מיין אז אין די היסטאריע איז נאך ביי כלל ישראל אזא הארץ נישט געווען פארהאן. א הארץ וואס האט אזויפיל בלוט פארגאסן, געפייניגט הונדערטער אידן, און מבזה געווען רבנים וצדיקים קדושי ארץ נ"ע והחיים אתנו עד מאה ועשרים שנה. א הארץ וואס האט אריינגעשלעפט די גרעסטע קהלה קדושה בישראל אין דאס נידריגסטע שמוץ ווי גיין אין ערכאות של עכו"ם, און דערמיט אונטערגעברענט דעם פעסטן חומה וואס אידן האבן אלץ געהאט קעגן דעם. א הארץ וואס האט נאר געבלוטיגט ווען ער האט נישט געקענט צוקוקן וויאזוי מ'לאזט נישט זיין טאטן קומען צו זיינע קינדער'ס שמחות, אבער האט אין די זעלבע צייט יא געקענט צוקוקן וויאזוי מ'סערווירט קאורט פאפירן פאר דעם זעלבן טאטן לעיני השמש אין זיינע עלטערע יארן. און אזוי ווייטער און ווייטער וואס דער זעלטן הארץ האט אלץ צוגעשטעלט פאר כלל ישראל.
אבער די אהרונים, זיי גייען דאך ניסלעך פאר זיין הארץ, האבן זיי באשלאסן אז אט דאס איז דער פאסיגער נאמען אנצורופן זייער רבי'ן, "לב אהרן". פיין.
לאמיר אייך נאר געבן א קורצע דיסקריפציע וואס שטעקט אונטער די פרישע מיסיע, און פארשטיין וואס פשט דערפון איז. ווי באקאנט האבן די זאלי'ס קיין שום פראבלעם אין די וועלט מיט דעם פאקט אז עס זענען דא צוויי סאטמאר'ס, זיי אנערקענען דאס ווען אימער ס'פעלט אויס, און פרובירן קיינמאל נישט דאס צו פארלייקענען.
ווידעראום דער הארץ פון אהרן קען דאס נישט צוקוקען און פעיסן רעאלעטי. פרובירט מען דארט אראפצומאלן א בילד כאילו עס איז נאר דא איין סאטמאר, איי דער פאקט איז דאך אז ס'דא א צווייטע? נישט געזארגט, מ'האנדלט דאך מיט אקסן, און אז מ'וועט זיי פראגרעמען אין קאפ אז ס'נאר דא איין סאטמאר, וועט נאר זיין איין סאטמאר. דאס איז גוט כלפי די אהרונים.
איז אבער דא א פראבלעם, אז די וועלט האלט נישט ביים מיטפארן מיט דעם הארץ פון אהרן גאנג, אז ס'פאקטיש דא צוויי סאטמאר'ס, ממילא קומט אויס אז אין די וועלט ווערן די צוויי אינדענטיפיצירט אלס מהר"א מסאטמאר און מהרי"י מסאטמאר. דאס האט די אהרונים געפערליך געבאדערט, און געהאלטן אז דאס איז א הירוס לדורות. איז מען אויפגעקומען מיט א באמבע, מ'גייט מאכן א מעמד קריאת שם ווי פאר א חולה שיש בו סכנה, און צוגעבן פאר דעם דזשיגאן עם הארץ א נאמען "לב אהרן", אזוי ארום אז ווען איינער וועט רעדן פון ר' אהרן וועט ער מער נישט זאגן מהר"א, נאר ער וועט אים רופן "לב אהרן", און ס'וועט פארגעסן ווערן אויף אייביג אז ס'דא צוויי סאטמאר'ס. טיפיקעל בת היענה.
מיר וועלן לאזן די אהרונים זיך אונטערהאלטן מיט זייער מעכטיגן חידוש, און שטיין פון די זייט צוקוקען ווי מ'שטעקט דארט קאפ אין זאמד אזוי טיעף אז ס'וועט שוין באלד נישט זיין קיין וועג ארויס.
נשלח ב-29/6/2011 21:23
ווי זעט מען אז "ווי באקאנט האבן די זאלי'ס קיין שום פראבלעם אין די וועלט מיט דעם פאקט אז עס זענען דא צוויי סאטמאר'ס" משא״ך די ארונים? האסט שוין געזען ערגיץ די זאליס שרייבן מהר״א מסאטמאר?
נשלח ב-29/6/2011 21:31
שוין א אלטע טראדיציע ביי די חלה דעקלעך פון ארויפקלעבן א נאמען אויף איינעם צו אויף א בנין וואס דערמיט מיינען זיי אז מען וועט עס אנדערש אנקוקען, קוק ביי אלע זאכן וואס זענען א ריאלעטי און זיי קענען נישט" פעיסען די פעקט" ווי מ'זאגט אויף ענגליש האבן זיי אייביג געגעבן א צו-נאמען.
אין אלגעמיין האט משה גבאי ביי זיין באקאנטן אונטערוויו מיט שעה טובה שיין אראפגעלייגט וועגן דעם ענין אז ס'זענען דא צוויי סאטמאר'ס.
נשלח ב-29/6/2011 21:35
אזוי אויך האט "דער איד" אריינגעשטעלט די ברכת השנה פונעם גאב"ד טראץ ואס דארט איז געשטאנען אדמורי"ם מ'סאטמאר.
משא"כ "דער בלאט" האט איגנארירט און עס בכלל נישט אריינגעשטעלט.
נשלח ב-29/6/2011 21:47
לכל מאן דבעי' למדע.
די נאמען לב אהרן, מיט וועלכן א טייל שרייבערס דא אויפן פארק רופן אן כבוד קדושת מרן שליט"א מסאטמאר, דאס איז די נאמען פונעם רבינס נארוואס ערשינענעם ספר אוןיף פרקי אבות חלק א', מלא וגדוש מיט הערליכע דרוש אגדה און מוסר,א זעלטן שיינעם ספר ממש זיך צו באלעקן,כאשר עיניכם תחזנה מישרים אין אלע ספרים געשעפטן ברחבי ניו יארק, און בקרוב אויך אינטערנאציאנאל בעזהשי"ת,
די ספר האט שוין זוכה געווען עולה צו זיין על שלחן מלכים ביי מערערע גדולי ומאורי דורינו תלמידי חכמים וגאונים פון וועם די רבי הערט כסדר גוטע גריסן ביי זייערע באזוכן בקודש פנימה.
"אידן! זייטס טועם פון א גוטע זאך"
נשלח ב-29/6/2011 21:56
שטייט דארט אויך פון די מיידל אין גראסערי וד''ל??
נשלח ב-29/6/2011 22:45
זייער מאדנע אז מען נעמען א מענטש ביים לעבן און אים מאכן פאר א "בעל", קען זיין אז מענדעלע חבר ווילן אים שוין זען אלס "בעל לב אהרן"... ווער ווייסט?
די לעצטע פאר טעג זעה איך ווי עטליכע זאלי ניקס [אריינגערעכענט 'ביידען' אין זיין לעצטע תגובה] לאזן זיך וואוילגיין אויפן חשבון פון אנדערע ערליכע אפגעהיטענע באזוכער דא אויפן פארום מיטן לאזן פאלן אומאיידעלע סטעיטמענטס עס ליגט אויף אייך דעם חוב היהדות קעיר צונעמען דאס זאל מער נישט פארקומען!
ווי איך פארשטיי ווערן אזעלכע וועבסייטס געעפנט כדי צו געבן פארן הונגעריגן ציבור וו זיך אויסצוגעבן אן זיך דארפן אנזעהן און אנליינען מיט שמוץ ממילא טוט נישט צולאזן אז די כוונה תחילה זאל צושטערט ווערן ! ! !
נשלח ב-29/6/2011 23:18
איך האלט אז בוסט נישט גערעכט, ווייל אויב מעג ר' אהרן בעל כלב אהרן רעדן פון די אלע שמוץ מיט א זאפט, פארוואס טאר מען עס נישט אויסשמועסן אויף היידפארק?
נשלח ב-30/6/2011 00:18
קארופציע איז גערעכט, און מ'דארף אזוי אויך אסר'ן אראפ צו ברענגען וואס אימער דער בעל "לץ אהרן" זאגט צוליב חשש ניוול פה..
נשלח ב-30/6/2011 00:43
ברךמשהחסיד כתב:
זייער מאדנע אז מען נעמען א מענטש ביים לעבן און אים מאכן פאר א "בעל", קען זיין אז מענדעלע חבר ווילן אים שוין זען אלס "בעל לב אהרן"... ווער ווייסט?
ווער עס גלייבט נישט אז ער האט א הארץ קען אים רופן כ'לב אהרן'.
כלב אהרן!
נשלח ב-30/6/2011 01:23
איך זע די אהרונים געבן אן דעם טעם אז זיי רופן דעם רא"ט בעל "כלב אהרן" , ווייל ס'איז פונקט ווי רב וואזנער וואס מען רופט שבט הלוי.
אין מיינע אויגן איז עס זייער מאדנע, צו נעמען אן אקטיוון רבי פון חסידים, און אים מאכן פאר א "בעל" פון א ספר?, דאס טוט מען געווענליך ווען מען נעמט אויף א נייעם רבי'ן, דער אלטער רבי איז שוין נישטא, גיט מען דעם אלטן רבין א נאמען "בעל" און דעם נייעם רבי'ן רופט מען "רבי",
אבער קען זיין אז דער כלב אהרן, וואס האט בחייו פון זיין טאטע נישט געקענט אויסווארטן מיט געדולד און זיך נאך דעמאלט דערקלערט אלס רבי, קען ער אפשר יעצט אויך נישט אויסווארטן, און וויל שוין הייסן "בעל" נאך בחייו...
נשלח ב-30/6/2011 01:33
קארופציע כתב:
חשובער מנהל
די לעצטע פאר טעג זעה איך ווי עטליכע זאלי ניקס [אריינגערעכענט 'ביידען' אין זיין לעצטע תגובה] לאזן זיך וואוילגיין אויפן חשבון פון אנדערע ערליכע אפגעהיטענע באזוכער דא אויפן פארום מיטן לאזן פאלן אומאיידעלע סטעיטמענטס עס ליגט אויף אייך דעם חוב היהדות קעיר צונעמען דאס זאל מער נישט פארקומען!
ווי איך פארשטיי ווערן אזעלכע וועבסייטס געעפנט כדי צו געבן פארן הונגעריגן ציבור וו זיך אויסצוגעבן אן זיך דארפן אנזעהן און אנליינען מיט שמוץ ממילא טוט נישט צולאזן אז די כוונה תחילה זאל צושטערט ווערן ! ! !
זאג פאר דיין דזשיגאן זאל נישט רעדן קיין מנובלות אין זיך נישט אויסדרייען ווען עס שמעקט פון פערפיום...
נשלח ב-30/6/2011 03:17
כלב אהרן איז א דאפעלטע לשון (פונקט ווי מים אחרונים וואסער)
דזשיגאן כתב:
זייער מאדנע אז מען נעמען א מענטש ביים לעבן און אים מאכן פאר א "בעל", קען זיין אז מענדעלע חבר ווילן אים שוין זען אלס "בעל לב אהרן"... ווער ווייסט?
ווער עס גלייבט נישט אז ער האט א הארץ קען אים רופן כ'לב אהרן'.
כלב אהרן!
נשלח ב-30/6/2011 21:10
די כלב אהרן חסידים דערהייבן נישט ווען מ'שמייסט זיי דעם אמת אין פנים, און דער מנהל האט פאר כעס מיך אויסגעשלאסן פון זייער פארום. איינער האט א עצה אדער סגולה וויאזוי אים צו נייגן לטובה?