בית פורומים אידישע געדאנק

גירא בעינא דשיטנא: וואוקס פון קהלה ומוסדות סאטמאר וומס"ב די לעצטע 10 יאר!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2011 22:13 לינק ישיר 
גירא בעינא דשיטנא: וואוקס פון קהלה ומוסדות סאטמאר וומס"ב די לעצטע 10 יאר!

ווי פאסיג איז דער אויסדריק: "גירא בעינא דשיטנא" אויף די פרשה וואס איז אצינד עומד על הפרק, וואס דער עולם דאהי אויף הייד פארק האלט מיט די לעצטע פאר טעג, ווי זיי געבן ארויס זייער ווייטאג וואס דרוקט זיי שוין אין די מוחות די לעצטע 10 - 12 יאר, זינט זיי האבען זיך פארמאסטען נגד ה' ותורתו הק' מיט חילול שם שמים און הליכה לערכאות של עכו"ם רח"ל,.

זיי זענען לעצטענס פארנומען דא אין אידישע געדאנק אזוי אויך אין כל העולם כולו פארום מיט א ענין וואס זיי רופען
פרשת 'קינגס טערעס', כאילו דארט איז פארגעקומען א שמיני עצרת פאגראם אדער גאר א שטייגער ווי א שבת חנוכה אין ראדני,

דאס קומט נעבעך פון גרויס ווייטאג וואס שפראצט פון זיי די לעצטע 12 יאר און דריקט זיי אין די מוחות, נישט קענענדיג דורך טראגען און אראפשלינגען דעם שטוינענדע פאקט און מציאות אז קהל יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג און ישיבה גדולה, ישיבה קטנה, תלמוד תורה ובית רחל  תו"י דרב"י דסאטמאר אין וויליאמסבורג זענען כהיום דער גרעסטע אידישע קהלה און מוסדות אויפן כדור הארץ!

לאמיר זיך דא אפשטעלען איין מינוט! ס"ה וואס גייט דא פאר? לאמיר עס מאכען זייער אין קורצען: סיי די קהלה און סיי די מוסדות שרייען געוואלד! "צר לי המקום!"

סיי די קהלה זאגט זיי זענען אויסגעוואקסען דאס פלאץ, זיי קענען נישט נאכקומען אין די ביז יעצטיגע פלאץ וואס איז ענג פאר די פילע הונדערטער לומדים, זיי האבען נישט גענוג פלאץ פאר די הונדערטער מתפללים וואס איז מוסיפים והולכים בליע"ה - אזוי ווי אין אלע סאטמארער בתי מדרשים אין שטאט וואס ווי גרויס מ'וועט עס צובויען וועט מען עס אייביג אויסוואקסען!,

און אזוי אויך די חשובע הנהלת הישיבה וועלעכע מוטשען זיך צו דעקן דעם יערליכען 35 מליאן דאלערדיגע בודזשעט זאגט אז מיר דארפען דאס פלאץ היות מיר האבען אנשטאט די ביז יעצטיגע ישיבה קטנה בנין אין ביהמ"ד תהלות יואל וועלעכע פלעגט אנהאלטען 12 כתות האבען זיי שוין כהיום צוגעבויעט דאפעלט כתות - מחמת ריבוי התלמידים בליע"ה - מיט די 2 נייע ישיבה קטנה ברענטשעס וואס זענען געעפענט געווארען אין די לעצטע 7 יאר,

איינס האט מען געעפענט בשנת תשס"ד און איז איינקוואטירט געווארען אין די גיגאנטישע וועיווערלי בנינים וואס מ'האט דעמאלטס איבערגעפרישט איין העלפט בנין וואס האט ביז דעמאלטס געדינט אלס סטארידזשעס פאר די ישיבה,
די צווייטע ישיבה קטנה ברענטש - וואס איז שוין די פערטע ישיבה קטנה ברענטש! -האט מען היי יאר ווינטער זמן געעפענט בשטומ"צ און איז איינקוואטירט געווארען אויף צייטווייליג אין א געדינגענע לאקאל אויסער די שטאט, היות די גיגאנטישע וואשינגטאן וועיווערלי בנינים איז שוין אויך אויסגעוואקסען בליע"ה!

היות די געוועזענע ישיבה קטנה בנין אויף ראטלידזש איז זייער נישט פאסיג פאר די בחורים זייענדיג אינמיטען שטאט, האט די הנהלת הישיבה געזוכט א אינקאם צו דעקן א חלק פון די קאסטען פון די פרישע הרחבת גבולי הקדושה, האבען זיי עס פארדינגען פאר די נייטרא ת"ת, און אגב האט דער ליעס פון נייטרא שוין געדארפט אפלויפען ראש חודש אלול תשע"א צוליב וואס די הנהלת הישיבה האט פאראויס שוין געזעהן א זיי וועלען עס דארפען  פאר די באנוץ פאר א פרישע ברענטש פון די קלענערע כתות,

עכ"פ היוצא לנו מזה פארשטייט יעדער איינע על מה יצא הקצף! וואס שטעכט זיי?? וואס דריקט זיי אין די מוחות?? און איין ווארט: זיי האבען אייביג געשטרעבט צו זיין די גרעסטע און מעכטיגסטע אצינד דערזעהען זיי זיך אלס דער קלענסטע!

שטייענדיג 5 יאר נאכדעם פון זייערע התחדשות המוסדות שטייגען די ארגינעלע סאטמארער מוסדות טאג טעגליך בכמות ובאיכות אז די נומבערס פון די צוויי מוסדות זענען כרחוק מזרח ממערב,

די ארגינעלע מוסדות בליעהן און וואקסען קע"ה מיט באמבאסטישע בנינים אדירים בכל פנות העיר, די בנינים מערען זיך כסדר ופרצת ימה וקדמה!, אפגעקויפט פון די שטאט די מאיעסטאטישע ברכה סימא בנין אין די ווערט פון שווערע מליאנען, קוים געענדיגט מיט א 20 מליאן דאלערדיגע ישיבה גדולה בנין - וואס איז שוין כמעט ענג! - שוין הייבט מען אהן מיט א פרישע בית רחל בנין פון 18 מיליאן דאלער און אט מוז מען זיך שוין נעמען צו די בוי ארבעט פאר א תלמוד תורה געביידע!

די 4 גרעסטע קעמפס אויף די קעטסקעל בערג "מחנות רב טוב" + די בנות סאטמאר ב"פ קעמפ זענען שוין אויסגעוואקסען האט מען שוין געדינגען א נייעם קעמפ פאר די ישיבה קטנה בחורים!

די זעלבע זאך איז אין די קהלה, ארויפגעריקט פרעכטיגע בתי מדרשים אין אלע עקן פון שטאט אין די ווערט פון צענליגער מליאנען דאלארען, א מוירטעל שול מיטן פולען פראכט וואס מ'האט שוין עטליכע מאל פארגרעסערט און ווערט יעצט געפלאנט ערענסטע הרחבת גבולי הקדושה און עס פארגרעסערען אויף כמעט דאפעלט אין סייז! א ליע גארדענס שול וואס איז שוין פון די ערשטע טאג ענג בליע"ה, א סאוט 8 ביהמ"ד וואס שטייט שוין על תלה בנויה, העפטיגע צוגרייטונגען צום אויפבוי פונעם ביהמ"ד אין די טרופ געגענט, פריש רענאווירט און איבער געמאכט אין די עלטערע בתי מדרשים בתכלית היופי, ביהמ"ד הגדול, ביהמ"ד קליימער, ביהמ"ד תהלות יואל, ועל כולם די אפקויף פון שטח החדש פונעם בית החיים דקהלתינו אין קרית יואל אין די ווערט פון מליאנען דאלארען.

נו איז זייער פארשטענדליך און איז בלויז נארמאל פארוואס זיי שרייען די וויי געשריי בכל עת ובכל זמן, נישט אומזיסט שעלטען זיי די ערגסטע קללות אויפן מנהיג העדה כבוד קדושת מרן רבינו עט"ר שליט"א ובית דינו הצדק בראשות הראב"ד שליט"א,

 "גירא בעינא דשיטנא" במלוא מובן המילא!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2011 23:25 לינק ישיר 

די נקודה איז אמת און קלאר, נוקב ויורד עד התהום.

אבער די קעפל איז נישט אויסגעהאלטן, חז"ל זאגן מ'זאל נישט זאגן "דין גירא וכו".. ביטע טוישן די קעפל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2011 20:32 לינק ישיר 

בצלהקודש דיין שפראך איז פיינע נייעס, אזוי געשמאק און זאפטיג קלאר געשטעלט די פלעינע פאקטן, ויראו שונאי ויבושי!! קיפ איט אפ !!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2011 21:16 לינק ישיר 

פיינע פילן געפיטערט, זאל זיין לרפואה,

אבער איך וועל ענק אויפוועקן צו רעאליטי:

ס'אט נאך קיין איין "שפלינטער" קהלה אזוי מצליח געווען אין ערגעץ ווי די ארונים אין וויליאמסבורג, דאס איז א ווייטוגליכער פאקט, וואס פייניקט ענק טאג אין נאכט, ס'איז ברור אז אלמלי די זאליס זענען ווען די "שפלינטער" קהלה אין וומ"ב, וואלטן זיי נישט געהאלט קיין פערטל ווי וואס די ארונים האבן יעצט, ובארא פארק, קרית יואל, ובני ברק, יוכיח, פארדעם זענט עטס נעבעך אזוי קראנק דערפין,

המקום ינחם אתכם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2011 21:22 לינק ישיר 

אין היינטיגן "דער איד" איז דא א באריכט אז די ישיבה פלאנט איבערצובויען די צוויי שטאק העכער תהילות יואל און אויך ארויפצוען צוויי שטאק העכער דעם בילדינג נאכצוקומען דעם פארלאנג פון אנשי שלומינו וואס רייסן אפ די טירן ארייצושיקן די קינדער אין די מוסדות

ווי עס קוקט יעצט אויס וועט די ציפער פון די קינדער אין די מוסדות נאך זומער דערגרייכן מער ווי עס איז געווען פאר די ארונים האבן זיך אפגעטיילט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2011 21:24 לינק ישיר 

קמץ קיינער איז נישט קראנק אז דזשיגאן האט א שול אויף קענט עוועניו, אדרבא זאלן זיי בויען און זיין אביסל פארנומען מיט זיך

קענסט מיר מסביר זיין וואס בארא פארק וקרית יואל יוכיח מיינט?

תוקן על ידי עםהארץל ב- 07/07/2011 21:31:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2011 06:16 לינק ישיר 

בצל הקודש זייער שיין אראפגעלייגט טראץ וואס יעדער ווייסט אז דאס איז די סיבה פארוואס עס ברענט זיי די מכלומר'שטע חילול קודש/הקדש, והא ראיה אז יארן לאנג שוין וואס זיי טיען די ערגסטע זאכן ואין פוצה פה ומצפצף. נאר וואס דען? זיי ווייסן אויך ביי זיך אין הארץ אז אונזער קהילה איז אויסגעוואקסן די גרעסטע און שענסטע (ברחניות) חסידישע קהילה אויף די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ווען זיי וועלן זינגען הכל יודיך ביי שלש סעודות ווען די רבי נאך אלץ רב האט געפירט מיט 2 קליינע טישלעך און ווינציגער פון 15 אידן ביים טיש וועט די רבי צוריקלויפען קיין ירושלים, אבער ארויסגעשטעלט האט זיך פונקט א פארקערט, רבינו שליט"א פירט היינט צוטאגס הערליכע טישן מיט 6 שטאקיגע פארענטשעס, די מוסדות וואקסן אומאויפהערליך בליע"ה שוין באלד איבערשטייגענדיג די מספר פון פאר די אפטיילונג בנינים ווערן געבויט איבעראל, איז דען א וואונדער פארוואס פליצלונג שטערט זיי חילול הקדש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2011 06:41 לינק ישיר 

WOW זאג מיר נאר ווער פון די הנהלת המוסדות זיכט פלאץ ווי מקען לייגן נאך קינדער און די זאלי מוסדות שיק צו מיר איך וועל אים א צייג טון אפאר ליידיגע בנינים וואס מוואלט ווען שוין לאנג אויפגעגעבן אדער גאר צוגעצאלט פאר א מוסד וואס זיכט ווי צו זיין אז זיי זאלן נעמען דעם בנין און עס אויסהאלטן ווען נישט ניצחון
צילייגער מיטן שרייבן אויף היידפארק אז עטס האטס נישט קיין פלאץ איז נישט מער ווי אפאר קוועטשעס אויף א קיבארד אבער פון קוועטשען אויף א קיבארד וואקסן נאכנישט אריין טויזענטער קינדער און ענקער מוסדות ווי יעדער וואס האט פליישיגע אויגן קען זען אין מיטן לערען יאר

סאיז געזינטער פאר ענק נישט צו עפענען אזעלעכע אשכולות וואס ברענגט נאר בזיונות
נעם אן מיין עצה מ'מיז נישט אויף אלעם ענטפערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2011 06:48 לינק ישיר 

נא אדרבה צייג מיר וועלכע בנין שטייט ליידיג? ווי קען מען פלאצירן די תשב"ר? איך וועל עס אי"ה ארויספרינטען און איבערגעבן פאר ר' חיים יצחק מאנדל ער וועט דיר זייער דאנקבאר זיין פאר ארויסהעלפן די שווערע לאגע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2011 20:52 לינק ישיר 
איר קענט אוודאי די ניגון "מישמאש מישמאש די גאנצע הויז איז א מישמאש... אט אזוי איז די ארוני פורום וואס האלטן נישט אויס די הצלחה וואס באגלייט רבינו שלטי"א


אקאראט אזוי קיקט אויס א קהלה וואס איר שפיטץ שטייען די אפפאל פון די מענשטהייט די יאקאבאוויטשילך !

אזוי אויך האט דער געוואלדיגער טיפוש ליפאלע בן שמואל קרויס פון די סאמע ''שפיטץ קעפ'' ביי ר' זאלי הגדול צוזאם געשאלטן דעם פאיער וויינבערגער מיט ריכטיגע דשיגאנער קללות,

עס איז שוין נישט די ערשטע מאל וואס אונז ליידן זיך צוזאם פון דעם לץ רבי וויינבערגער האט ער געיאמערט,

מיר געדענקן נאך וואו אזוי ער האט פון אונז געמאכט דאס גענאר, ווען דאס פאטער זיינער איז געגאנגען פון דעם עולם, וואו ער האט אפגעלאכט פון די אלע בקשות און טרערן פון די זאלי באנדע, וואס האבן פון אים פארלאנגט אז ער זאל דעם פאטער זיינער ל''ע אוועק שטעלן אונטערן פלויט און דעם פאללאקס סעמעטערי, און דער וויינבערגער האט זיי געוויזען דעם ריקן און פשוט געמאכט פון די זאליבאנצעס א לייצנות גדולה  ונוראה,

טראץ דעם וואס ער איז ארום געלאפן וואו א וואנזינגער מיטטן חכם ארזים רבי יואליששששששששששש און די סאמע גרעסטע היצן, און געפראוועט א קידוש בית החיים, און דעם טאג וואס שאול פערלשטיין האט מקריב געווען זיינ'ס א קינד אויפן מזבח להליכה בערכאות של עכו''ם,

דאך האט ער דעם פאטער זיינער פארשוינט און אים נישט געוואלט שטעלן אוטנטערן פלויט, היש לך לייצנות גדולה מזה? האט ליפאלע געיאמערט, וועה ,וועה,........

און יעצט נאך דעם וואו די זאליס פראבירן מיט אלע זייער כוחות צו פארווישען דעם קריסטעל נאכט וואס זיי האבן אנגעווערטשאפט, קימט דער וויינבערגער און ער ציט זיי אראפ די מכנסיים, עד מתי עד מתי האט ליפאלע געשריגען?

די פאר ארוינים וואס האבן דאס מיטגעהאלטען האבן זיך געווארגן פאר געלעכטער, וואו די זאליס פארפלאנטערן זיך אלס מער און מער,

יא! יא! ענק האבן געוואלט דשיגאנען?? נאט אייך, עסט אים געזונטערהייט,


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 11/07/2011 21:10:29




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2011 02:49 לינק ישיר 

צו די שרייבערס: קמץ בארד, היראים, סאטמאר100,


איך וועל נעמען די מיה און זיך איבערשטרענגען לכבודכם, און אייך ענטפערען צום צווייטען מאל, בעז"ה וועל איך פרובירען צו צולייגען דעם ענין אויף קליין געלט מיט א נענטערע בליק אינערהאלב קהלת ומוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, כדי איר זאלט אויך פארשטיין פשוט פשט - 1+1 - אין מיינע אויבערדערמאנטע ווערטער.

ראשית כל: ווי עס קוקט ווארשיינליך אויס ווייסט איר - שרייבערלעך - גאנץ גוט דעם ריינעם אמת וויפיל עס זענען די חילוקים אין נומבערס הן אין די קהלה און הן און די מוסדות דאהי אין וויליאמסבורג, נאר וואס דען? איר פרובירט אז אפשר דאך וועט איינער אפקויפען אייערע ווערטער און יענער וועט אפשר מיינען אז מהר"א האט עררייכט זיין ציל און איז נאך די זעלבע גרויסע רבי ווי פאר 12 יאר צוריק, ממילא פארדעם שרייבט מען אז די ארגינעלע מוסדות מיט זייערע בנינים זענען אויסגעליידיגט און אויסגעפיסטעוועט און אפשר און הונדערט יאר ארום וועט מען זיך אנהייבען צו ריקאווערען פון די גרויסע לאך וואס די נייע מוסדות האט אנגעווערטשאפט.

איך גיי מיך נישט באציעהן אויף די שטותים והבלים וואס איר האט געשריבען, איך וועל בלויז ברענגען נאך א קלארערע און נענטערע בליק און מציאות אינערהאלב דער גרעסטער מבצר התורה והיראה איבער די גארער וועלט ממלכת סאטמאר וויליאמסבורג האדירה:

ערשטענס, צו שרייבען דא אויף הייד פארק אז די בנינים זענען אויסגעליידיגט קאסט נישט קיין געלט! אבער צו שרייבען אז מ'בויעט פרישע בנינים דאס קאסט שוין יא געלט!, במה דברים אמורים? אז היראים זאל שרייבען אז די בנינים שטייען ליידיג קאסט אים נישט קיין רויטען גראצער און ער קען דיך נישט איבערצייגען אז אזוי איז דער אמת.. אבער אז מיר שרייבען דא אז מיר זענען ענג אין בנינים און מ'האט שוין אויסגעוואקסען די בנינים, דאס קענען מיר יא איבערצייגען! וויבאלד מ'זעהט און מ'האלט מיט וויאזוי די ישיבה ארבעט פיבערהאפטיג און גייט ארום און קלאפט שוין אהן על פתחי נגידים ונדיבים בעם צו שאפן די 18 מליאן דאלער וואס נויטיגט זיך פארן אויפבוי פון בנין בית רחל החדש פון דא זעהען מיר דער קלארער מצב ווי געדרוקט די מוסדות זענען אין פלאץ! מ'ברעכט זיך נישט קיין קאפ צו אויפקומען מיט די געלט פארן נייעם בילדינג כדי מ'זאל קענען שרייבען אויף הייד פארק, מ'בויעט עס ווייל מ'דארף עס האבן קריטיש וויכטיג!

מ'קייט איבער און איבער און מ'איז מעלה גרה נאכאמאל און נאכאמאל אז ס'איז דא גאנצעטע ליידיגע בילדינגס, והא ראיה קינגס טערעס האט מען פארדינגען פאר נייטרא, עס גייט אייך נישט אין קאפ אריין אז מ'האט אנשטאט דעם שוין געבויעט אויף פרישע פלעצער 2 נייע ברענטשעס וואס אנהאלט דאפעלט כתות וואס איז דא אין קינגס טערעס! איך פארשטיי אז עס איז א ווייטאגליכע פאקט וואס איז שווער צו פעיסן, אבער דאס איז דער מציאות!

דער הויעכפונקט פונעם אויסטערלישער וואוקס פון מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג איז דער וועלט בארימטע ישיבה גדולה ד'סאטמאר - וואס געפונען זיך אצינד אויף די זומער וואכען אין מחנה דברי יואל - אחים זופניק - המפורסמת אין צריכין ראיה, שטייענדיג קנאפע 12 יאר נאך איר ווידער גרינדונג און החזרת עטרה ליושנה דורך מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז זיך די ישיבה צואוואקסען לארכו ולרחבו און איז היינט צוטאגס "דער גרעסטער" חרדישער ישיבה איבער די אידישע וועלט,

והיה ראשיתך מצער - זומער תשנ"ט ווי נאר עס איז געמאלדען געווארען די באשלוס בפקודת המלך צו עפענען א ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג האט זיך תיכף אנגעהויבען א אפענעם שמוץ קאמפיין וואס האט קיינעם נישט פארשוינט. מיט די ערגסטע זלזולים אשר כמוהו לא נהיתה, מדי יום ביומו איז  ערשינען פרישע פאשקעווילען אויף די גאסען און אין די בתי מדרשים דיקע קונטרסים זענען ארויסגעקומען, איעדע איינע מיט פרישע שקרים און לגיונות, איין טאג אז די ישיבה בנין גייט זיך געפונען אין די שמוציגסטע געגענט אין קווינס, די נעקסטע טאג אז ס'גייט זיין א ליטווישע ישיבה, בקיצור איעדען טאג איז ארויסגעקומען א פרישע ליגענט אונטערצוהאלטען דאס נעכטיגע, איבעריג צו זאגען אז אין זייער לאגער האט מען זיך געשוואוירען אז דא גייט קיין ישיבה נישט זיין, פארפאלען! אונז מאך מיר א געלונגענע שמוץ ארבעט... נאר מיט טעראר וועט מען דאס אונטערברענגען... און נאך צענדליגער אזאלעכע לאזונגען,

עס איז כדי צו דערמאנען אז אפילו ביום הושענה רבה האבען זיי פארפלייצט דעם ביהמ"ד מיט די ערגסטע פאשקעווילען, אלעס ווייל זיי זענען געווען אזוי איינגערעדט אז זיי וועלן שרייבען אויף די פאשקעווילען און דער עולם וועט דאך אוודאי גלייבען, (בערך אזא פנים טראגט היראים - סאטמאר100 - קמץ בארד ווען זיי שרייבען אז די בילדינגס זענען ליידיג). למעשה בחודש חשון בשנת תש"ס לפ"ק האט זיך געעפענט די טויערען צום ערשטען מאל פון דעם היינטיגן וועלט בארימטע סאטמארער ישיבה גדולה און עס האבען דארט געלערענט א מספר פון 150 בחורים תלמידי חכמים ויראי השם פון די בעסטע ישיבות אין ניו יארק, און במשך די זמנים און יארען איז עס געוואקסען ביז עס איז אנגעקומען ווי עס האלט היינט ביי די אומגלויבליכער מספר פון 850 בחורים כ"י - ווי מיר וועלען ווייטער שרייבען.


ואחריתך ישגה מאוד - שטייענדיג היינט צוטאגס זומער בשנת תשע"א לפ"ק קען מען זאגען אויף די ישיבה גדולה, 'ברוך אתה בעיר וברוך אתה בשדה'!,

ברוך אתה בעיר: אין א שטילע געגענט אין די רוישיגע קווינס געפינט זיך א מייעסטעטישער קאמפלעקס פון א גאנצע סקווער בלאק ווי עס איז אויפגעשטעלט געווארען אין די ווערט פון קנאפע 20 מיליאן דאלער די גיגאנטישע בנינים פאר די ישיבה גדולה דסאטמאר, א בנין וואס איז ווער עס טרעט נאר איבער דעם שוועל ווערט פארגאפט און אנטציקט פון די רחבות און שיינקייט, א 15 טויזנט סקווער פיסיגע ביהמ"ד, פראכטפולער בנין פארן חדר האוכל, הערליכע גרויסע מקוה, צענדליגער פארלערנען כתות, רחבות'דיגע קאווע שטיבלעך ביי אלע זייטען, ברייטע לופטיגע קארידארען, א ספעציעלע בנין פאר די דארמיטארי מיוחד פאר בחורים אויסער די שטאט, צענדליגער באסעס קורסירען עטליכע מאל אין טאג ארויסצוברענגען און אהיימטראגען די תלמידי הישיבה.

וברוך אתה בשדה! "מחנה דברי יואל אחים זופניק" רעדט פאר זיך, ווי מ'גייט און ווי מ'שטיט ווייסט מען צוזאגען פון דעם קעמפ וואס קען בעסער אנגערופען ווערן א שטאט, איינער ווייסט צו פארציילען מיט התפעלות פון דעם ריזיגען היכל הביהמ"ד וואס מ'האט שוין פארגרעסערט 4 יאר במשך 10 זומער'ס, יעדער געדענקט נאך גוט פארלאפענעם זומער ווען די גדולי אדמורי"ם ורבנים זענען געשטאנען פארגאפט צוזעהענדיג פון דער נאנט דעם גרעסטען ביהמ"ד אין די קעטסקיל בערג ווי עס איז איינקוואטירט דער גרעסטער חסידישער ישיבה אויפן כדור הארץ!; איינער ווייסט צו זאגען פון דעם ריזיגען עס-זאל וואס ווערט יערליך פארגרעסערט, א דריטער רעדט מיט וואונדער פון די 4 ריזיגע דארמיטארי בילדינג פון 2 שטאק וואס נאך איעדע פאר יאר דארף מען שוין פון פריש אנהייבען צו בויען נאך א דארמיטארי בילדינג,

שטעלט זיך אבער די פראגע: מי עשה את זאת? פארוועם האט מען דאס אלעס געבויעט? ווער ברויך עס דען? אז מ'זאל קענען שרייבען אויף הייד פארק? פארדעם געבען מענטשען מיליאנען דאלארען?, דער אהרוני פרעגט טיפער: זייערע בנינים שטייען דאך ליידיג??, דא קומט היראים אריין אין בילד און דרייט מיט די פינגער: "קינגס טערעס איז דאך ליידיג"?....
דא וועל איך הייבען הענט און איבער לאזען דאס ווארט פאר אים...

איך וועל מסיים זיין מיינע שורות מיט די ווערטער "הבורח מן הכבוד הכבוד רודף אחריו והרודף אחר הכבוד הכבוד בורח ממנו" דאס זענען דיבורים וואס זענען פולקאם מקוים געווארען, דער וואס האט אלע יארען געשטרעבט צו האבען 1000 בחורים אין זיין ישיבה האלט היינט ביי כמעט העלפט! דער וואס האט אלע יארען נאר געזוכט מרביץ תורה זיין מיט א אמת'דיגקייט און געטריישאפט - און קיינמאל נישט געחלומ'ט צו האבען אפילו א אייגענע ישיבה - שטייט היינט אפגעריקט מיט קנאפע הונדערט בחורים אנצוקומען צו טויזענט!

ורוח הקודש אומרת: כן ירבה וכן יפרוץ!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2011 22:23 לינק ישיר 

בצל הקודש, אזוי קלאר און גוט ארויסגעברענגט דעם ענין! איך האב מיך באלעקט די פינגערס פון דיינע צוויי מאמרים, כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2011 00:36 לינק ישיר 

בצל הקודש, דער ארטיקל איז דער בעסטער ענטפער פאר די אהרונים. ריאלעטי! זיי קענען דאך נישט פעיסן ריאלעטי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2011 02:54 לינק ישיר 

עס קאסט מיר א לאך צו זעהן וואס היראים ענפערט, בצל הקודש קיפ איט אפ, אז די שטיין בילט איז א סימן די שטיין איז געלונגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2011 00:24 לינק ישיר 
די ישיבה פארדראגט די ארונים

א רחמנות אויף די פארווייטאגטע ארונימלעך וואס קענען נישט אויפהערן טראכטן פון די ישיבה גדולה, יעצט זענען זיי שוין אויפגעקומען מיט א נייע באבע מעשה אז די אינספעקטארס האבן געטראפן דראגס אין א לאקער אין מחנה דברי יואל! (איי זייט ווען קוקן אינספעקטארס אין לאקערס?) עס מיז נאר זיין אז די ארונים ווערן ממש פארדראגט זעענדיג ווי די זעלבע ישיבה וואס זיי האבן זיך געשוואוירן מיט 10 יאר צוריק אז ווער עס וועט א אריינגיין דארט וועט קיינמאל נישט קיין חתן ווערן, מיט דעם אלעם איז עס איבערגעשטיגן בכמות ובאיכות די ישיבה בקברו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2011 03:22 לינק ישיר 

די דמיונות שטאפל דארט האט זיך לעצטענס געהויבן נישט נארמאל, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > גירא בעינא דשיטנא: וואוקס פון קהלה ומוסדות סאטמאר וומס"ב די לעצטע 10 יאר!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext