אומגלויבליך: מדינה וויל באלוינען "אתרא קדישא" מיט א מיליאן שקל!
ווי אומגלויבליך עס הערט זיך, ווערט היינט געמאלדן אין די איזרעלישע פרעסע אז די מדינה וויל באלוינען אתרא קדישא מיט א מיליאן שקל צוליב וואס נאך די העפטיגע פעולות פון אתרא קדישא האט די מדינה געטוישט געוויסע פלענער פאר באן שינעס וואס זיי האבן געוואלט לייגן, נאר צוליב וואס עס זענען דארט געפונען געווארן קברים האט מען געטוישט דעם ארגינעלער פלאן.
יעצט האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ארגינעלע פלענער וואלטן געקאסט פאר די מדינה איבריגע פינעף הונדערט טויזענט שקל, און אדאנק אתרא קדישא'ס פלענער איז דאס זיי אויסגעקומען ביליגער.
דער נושא געפינט זיך יעצט אויפן טיש פונעם ביד"ץ העדה החרדית, וויאזוי מ'זאל האנדלען ווייטער.
איינער ווייסט וואו פייוו בארא איז?
|
|