א 'היימישער' רוצח: האומנם?
די מערסטע אויפשוידערנדע דעטאל אין די מארד פין הילד יודא קלעצקי ע"ה איז ליידער דער פאקט אז דער מערדער איז מזרע ישראל. אבער די מידיא האט דאס גענומען א טריט ווייטער און באצייכנט אים אלץ א מעמבער פין די קאמיוניטי און א 'אלטרע ארטאדאקס זשו'.
דער אמת איז אבער, אז אפילו לויט 'זייערע' סטאנדארטן פאסט זיך דער רוצח נישט אריין אין די קאטעגאריע. זיין געוועזענע ווייב האט נישט אויף זיך קיין צייכן פון יודישקייט, לא מיבעיא די אייגענע האר וואס דאס איז איינע פון די הויפט כאראקטעריסטיקס פון ארטאקסישן יודנטום אין די אויגן פון די אלגעמיינע וועלט, נאר אויך אין סך מער וסודות'דיגע און אנזעהבארע פרטים שאין כאן המקום לפורטם. זיינע שוויגער עלטערן און זייערע קינדער האבן אויך נישט אויף זיך קיין שום צייכן פון יודישקייט, ניטאמאל לויט די מזרחי סטאנדארטן, איז שטעלט זיך אלזא די פראגע פארוואס קומט זיך אונז די שאנדע אז דער רוצח איז איינער פון אונזערע רייען?
עס איז אפשר פארשטענדליך צוליב דעם צומישעניש וואס האט געהערשט אין די ערשטע מינוטן נאך דעם וואס די אויפשוידערנדע נייעס האט באנומען דעם אויבנאן אין די ניו יארקע'ער פרעסע, און דער רוצח איז אויטאמאטיש באצייכנט געווארן פאר די פרעסע דורך היימישע עסקנים אלץ א מעמבער פון די קאמיוניטי.
לדעתי ליגט אבער א געוואלדיגע אחריות אויף די עסקנים און כלל טועהר וואס שטעלן זיך כסדר ארויס פאר די פרעסע, אז למען ה' ותורתו ברויכן זיי טוהן בהשכל ובדעת כל מה שביכלתם ארפאצונעמען דעם אימעזש און שאנדע פין תורה טרייע יודן, און קלאר מאכן דעם פאקט אז דער רוצח קען בשום אופן נישט באצייכנט ווערן אלץ א שותומ"צ אפילו לויטן שוואכסטן סטאנדארט.
דער חילול ה' וועט נישט אינגאנצן עלימינירט ווערן, אבער וועט שטארק פארמינערט ווערן דורך אזא סארט אנאונסמענט. (פארשטייט זיך אז דאס דארף געטוהן ווערן מיט שכל און עקספערטיז עס זאל נישט מאכן מער שאדן ווי ריוח, והמבין יבין)
תוקן על ידי אויטענטיש ב- 17/07/2011 21:41:47
תוקן על ידי אויטענטיש ב- 17/07/2011 21:43:08
 |
|
|