כלב אהרן שטיצט "חוקי תועבה" רח"ל
מיט א צייט צוריק האט דער בלאט געשטורעמט איבער די געפערליכע פירצה פאר די דאזיגע וואס וועלן שטימען פאר דעם קאנדידאט - היינטיגע קאנסילמאן סטיוו לעווין, גרויסע פלאקאטן זענען געקלעבט געווארן אויף יעדע שטאנג און בוים, אויערן פארטייבענדע מייקס זענען ארומגעפארן מיט קולות וברקים איבער די גאסן, טעקסט מעסעדזשעס/אימעילס און יעדע מיטל וואס איז נאר פארהאן האבן געגריצלט די אויערן פון יעדע איינציגע אייוואוינער אין וויליאמסבורג אז מען מיז שטימען פאר - עווענטועלע פארלירער - אייזעק אבראהאם, ווייל סטיוו לעווין שטיצט חוקי תועבה.
ויהי היום עס איז שוין פאריבער די געטומעל, מען האלט שוין בערך א יאר צייט די איבערקערעניש און די שקר מיט וואס זיי האבן געפיטערט זייער לאגער, איז היינט באקאנט געווארן אז די איצטיגער ווילידזש קלוירק גדלי' סעגעדין באקומט די רעכט צו געבן מערידזש לייסענס פאר חוקי תועבה רח"ל.
עס איז צום האפן אז יעצט וועט מען אויך הערן א קול מחאה.
|
|