ברעקינג: פרישע נייעס וועב-זייטל "בשורה" אין אידיש!
מיט צופרידענהייט טוהן מיר מעלדן די נייעס, אז א נייע הערליכע מייסטערהאפטיגע נייעס וועב-זייטל אין אידיש מיטן נאמען "בשורה" האט זיך געעפענט.
דער הערליכער וועב-זייטל וועט דינען אלס א נייעס קאנאל אין אידיש, ווי זיי וועלן סערווירן דעם ארטאדאקסישן אידענטום מיט אינפארמאטיווע און אויטענטישע נייעס באריכטן, וועלטליכע געשעהנישן, אראפגעשריבן אויף א פראפעסיאנאלן אופן און ארומרעדן איבער נאך פארשידענע אינטערסאנטע טעמעס וואס פאסירן און אונזער וועלט'ל.
דער וועב-זייטל האט געברענגט צופרידענהייט ביי אלעמען צוגלייך, פאר אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, שטרעמוגען און שאטירונגען צוליב איר שטרענגע פרינציפ פון נישט דערמאנען ח"ו און נישט פארמאגען קיין שום זאך וועלכע גרעניצט זיך מיט מוציא שם רע, לשון הרע, רכילות א.ד.ג. נאר וועט דינען אלס א ריין לויטערע אידישע וועב-זייטל מיט ריינע זשורנאליזם. א ספעציעלע דגוש ווערט אריינגעלייגט דורך די רעדאקציע פון "בשורה" אין דעם גראפיג טייל פון דער קאנאל, אז עס זאל זיך ליינען גרינג, ווי ער וועט זעהן איז זי אויסגעשטעלט אויף א גאר א מייסטערהאפטיגען אופן.
דער בשורה איבער די ערשיינונג פון "בשורה נייעס קאנאל" איז גאר א פאזעטיווע אינעם וועלט פון זשורנאליזם, צוליב דער פאקט אז זי וועט דינען אלס דער איינציגסטער אידישער נייעס וועב-זייטל, מיט אקוראטע נייעס באריכטן אינעם אידישן שפראך, און דערצו זיין ריין און לויטער פון יעדן חשש לשון הרע, נגיעות א.ד.ג. און זיין בעזר השם א ריינע פלאטפארמע פארן ארטאדאקסישן אידענטום. ליינט און האט הנאה! besurah.wordpress.com
תוקן על ידי חזקה ב- 04/08/2011 06:46:17
 |
|
|