היינטיגן חודש אב ווערט אפגעצייכענט 10 יאר זינט דער שליח לדבר עבירה פון ר' אהרן טייטלבוים, דער מסור יוסי בראך האט אריינגעשלעפט ק"ק סאטמאר אין ערכאות של עכו"ם אויף א שענדליכן פארנעם אן קיין שום היתר בית דין. דער כת וואס האט נישט געהאט קיין שום ציהל אויף די וועלט חוץ צו באפרידיגן זייער אויסגעשפילטן מנהיג דעם עם הארץ, האט פארלאנגט אז דער געריכט זאל ארויסגעבן א 'ריסטרעינינג ארדער', ד.ה. א אפהאלט פון אפעראציע אויף אלע סאטמארער מוסדות און אינסטוטוציעס. דער גאנצער עיקול האט ב"ה אנגעהאלטן קוים אפאר שעה, און דאס איז נאר געווען פון די ערשטע און קליינע פאזע פון דעם לענגערן חיי שעה שפיל.
זינט יענעם טאג האבן זיך די הליכה לערכאות און מסירות נישט אויפגעהערט פאר אפילו איין טאג, ווען דער קלימאקס איז געווען דאס רופן לערכאות דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל באחרית ימיו.
ליידער האבן זיי נישט חוזר געווען ממעשיהם הרעים, און אין די טעג אריינגעגעבן א פרישע קלאגע, אן קיין שום היתר בית דין, מיט קיין שום שייכות צו פריערדיגע געריכטן, וואו זיי פארלאנגן דאס בעלות אויף די פיר קעמפ'ס מחנות רב טוב. די קלאגע איז אריינגעטראגן געווארן באגלייט מיט העסליכע מסירות קעגן די ראשי הקהלה און מנהלי הקעמפ'ס.
צו די זעלבע צייט שטעלט מען דעם פנים ווי א נרדף, און מ'פראקלאמירט וואך איין וואך אויס אין בלאט מיט א הייסע בקשה צום צד שכנגד זיי זאלן זיך שטעלן צו די דין תורה. דאס פנים פלאמט פאר בושה ווען מ'זעט ווי ווייט אחב"י האבן זיך דערקייקעלט פאר ביליגע תאוות אני אמלוך. אפגערעדט פון דאס ליצנות וואס ווערט געמאכט פון דעם מושג דין תורה, נאר דאס פשוט און פראסטע הליכה לערכאות וואס ווערט פראקטיצירט מידי יום ביומו אויף א שטייגער וואס איז נאך קיינמאל בעפאר געווען אין די אידישע היסטאריע.
היינטיגן מאנטאג, חמשה עשר באב, גענוי צען יאר פון די ערשטע הליכה לערכאות פון דעם כת, וועט פארקומען דער ערשטער זיצונג אין געריכט דן צו זיין איבער די קעמפ'ס.
נשלח ב-15/8/2011 17:57
דער היתר ליגט ביי ווינער רב אין שיפלאד. אויך האבן זיי שוין אביסל טינט פון פעדער פונעם משכיל ווידער אין דער בלאט.
וואס נאך דארף מען היינט?
נשלח ב-15/8/2011 19:45
וואס דארף מען היינט דן זיין אין געריכט ?
נשלח ב-15/8/2011 20:44
עס איז אומגלויבליך. די אהרונים זינגן אפיציעל דעם ניגון אז מיר זענען אזא צופרידן פאלק, מיר האבן די גרעסטע בעסטע מוסדות, קהלה און רבי, מיר זענען נאר פארנומען צו בויען אונזער חסידות און גארנישט מער. אבער דער "וכל זה איננו שווה לי" פלאמט זיך אויף ביי זיי יעדע שטיק צייט. לשטיתך בוסטו דאך דער גרעסטער געווינער פון יאר הונדערט, טא וואס גייט דיר אן אז דער קליינער ברודער, דער פיצי רבי מיט פיצי מוסדות און קהלה האט אין זיין באזיץ פיר פיצי קעמפ'ס, וואס אלע צוזאמען קומען נישט צו צו די גרויסקייט פון דיין קעמפ?
האט זיי שוין אבער דער כלב אהרן געלערנט אז ניין, איך קען האבן אלעס אין די וועלט, ווילאנג יענער האט נאך עפעס, נישט קיין חילוק וואס, איז מיר דאס גאנצע לעבן נישט ווערט.
(נישט פארגעסן, דאס איז דער זעלבער מחנה רב טוב וואס די כלב אהרן'ניקעס האבן געגארעט פארן זומער אז דאס איז א עקעלדיג פלאץ, פארשטינקענע מאטראצן און געמיינע עסן...)
נשלח ב-15/8/2011 20:56
זיי האלטן אז בשעת אונז זעמער פארנומען זיך צו פראטעקטן און ארבעטן פאר די זאכן וואס אונז האב מיר וועלן אונז נישט פייטען די זאכן וואס זיי האבען אזוי ווי אמעריקא טוט מיט די טרעריסטען און אפגניסטן
נשלח ב-15/8/2011 22:45
יעצט באקומען דעם באריכט אז דער ריכטער האט געלאזט די קעמפס אויפן נאמען פון "מחנה רב טוב" און האט דערווייל זיך אויסגעלאכט פון די נארוינימס געשרייען און האט נישט צוריקגעדרייט ווי זיי האבן פארפירט.
השי"ת זאל העלפן אז המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד.
נשלח ב-15/8/2011 23:30
מאירשלום כתב:
זיי האלטן אז בשעת אונז זעמער פארנומען זיך צו פראטעקטן און ארבעטן פאר די זאכן וואס אונז האב מיר וועלן אונז נישט פייטען די זאכן וואס זיי האבען אזוי ווי אמעריקא טוט מיט די טרעריסטען און אפגניסטן
איך האב נאכגעקוקט דיינע תגובות אין ארוני פארום לולי דמסתפינא וואלט איך געבעטן דעם מנהל זאל דיך חוסם זיין פארן שפילן פארטיי
נשלח ב-16/8/2011 01:00
שוידערליך: בערל פריעדמאן דער ראש כת הולכים בערכאות שרייבט אונטער א דאקומענט פול מיט מסירות און הליכה לערכאות אן א היתר בי"ד, קעגן מחנות רב טוב
איך ווייס נישט אויף ער איז א קאלעכדיגער, אבער עס וואלט סייווי כדי געווען אויב איינער קען אראפברענגען וואס רבינו הק' זצ"ל האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם אלטן 'נער' בערל בשעתו ווען ער האט געוואלט ווייזן פאר די רבי ז"ל אז ער איז קליגער פונעם רבי'ן.
תוקן על ידי ספרינטער ב- 16/08/2011 03:06:44
נשלח ב-2/9/2011 19:05
AnashSatmar: BREAKING: all the deeds of the Williamsburg
buildings that the Zaly's transferred from Cong. Yetev Lev to a
different name, are BACK to CYL!
נשלח ב-2/9/2011 19:19
איך געדענק נאך די צייטן פון די בעדפארד ראזענבערג דירות מיט בערך 25 יאהר צוריק. ווען ידידינו ר' בערל האט זיך געגרויסט אין בית המדרש. איך האב דעם רעבי'ן אין פאקעט.
נשלח ב-2/9/2011 19:30
וואס פארדינען די ארונים דערפון??
נשלח ב-2/9/2011 20:32
AnashSatmar: And so on and on... All the buildings are now
transferred to CENTRAL CYL OF SATMAR!
נשלח ב-2/9/2011 20:45
איך קען שוין ארויסנעמען מיין תפילין פון ראדני??
נשלח ב-2/9/2011 23:28
לאנצוט, דאס האט מען דיר געזאגט אין 163 ראדני? גיי פיטער די אהרונישע קעלבער. שפיל זאלי מיט א צווייטן.