בית פורומים אידישע געדאנק

עס קימט גאר הייסע נייעס אין די באבוב דין תורה נעקסטע חודש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/8/2011 20:50 לינק ישיר 
עס קימט גאר הייסע נייעס אין די באבוב דין תורה נעקסטע חודש

פאריגע זיצונג האט אזוי ווי אייביג זלמן גרוס דעליווערט מעכטיגע שיעורים, אין פארשטיט זיך אליין אז איטשע בערגער האט קוים געהאט צו רעדען צוליב זיין לעכערליכע סברות. זעהנדיג אז ער איז איבעריג דא, האט ער פארלוירענערהייט זיך גענימען שרייען אז מען שלעפט צו לאנג. האט זלמן געזאגט איך ווייס דאך נישט וואס בי"ד נעמט אן ממילא דארף איך רעדען פון אלעם, האט בי"ד געגעבן גערעכט אין געזאגט אז נעקסטע זיצונג דארף בי"ד שוין זאגען וואס מען נעמט אן אין וואס נישט.

גרייט אייך צו אריין צו גיין אין די לעכער...

תוקן על ידי המהדרין ב- 17/08/2011 20:56:31




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2011 21:13 לינק ישיר 

וועם פארטרעט זלמן גרויס, און וועם איטשע בערגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2011 21:24 לינק ישיר 

גרויס צד 48 בערגער צד 45



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2011 21:26 לינק ישיר 

פאר וועלכע צד איז דאס גינסטיגע נייעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2011 22:04 לינק ישיר 

דאס וועט מען זעהן נעקסטע זיצאונג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2011 22:25 לינק ישיר 

ווער איז 48, און ווער איז 45?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2011 22:40 לינק ישיר 

מרעדט דא פין א נעקסטע מושב בי"ד ווייסט איינער ווען סגייט זיין די נעקסטע מושב בי"ד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2011 22:57 לינק ישיר 

6 יאר פירן א דין תורה איז עוות הדין. גניבה. גזילה און חוזק געמאכט פון די תורה און אוודאי פון "דין תורה".

קיין שום תירוצים אקצעפטירט !


לדעתי הנמוכה והקצרה:
דאס הייסט מאפיא, ליידער ליידער !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2011 23:24 לינק ישיר 


בעוה"ר האט כלל ישראל געלייגט גרויס האפענונג אויף די דין תורה, אז מען גייט דא זען דעם "כח בית דין יפה", און עס וועט אויפהייבן דעם כח פון דיני תורה, למעשה האט מען ליידער געזען דאס פארקערטע, ס'איז נתרבה געווארן דער חילול שם שמים, אוי לאותו בושה.

אפגעזען ווער עס וועט פארלירן, אדער געווינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2011 23:36 לינק ישיר 

אבער נישט פארגעסען אז די גוישע געריכט איז 'נישט' בעסער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2011 23:46 לינק ישיר 

געריכט ציהט זיך נישט אזוי לאנג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2011 19:55 לינק ישיר 

וואס איז נייעס מיט די דין תורה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2012 14:46 לינק ישיר 

די לעצטע צוויי וואכען פר' ויקרא אין פר' צו איז פארגעקומען די לעצטע זיצאנגען איידער די דיינים וועלען
אנהייבען שרייבען די פסק. דאנערשטאג צו איז געוועהן די לעצטע טאג וואס זלמן גראוס האט גערעדט

בית דין האט ענדליך אראפ געלייגט די פיס אין געזאגט גענוג איז גענוג! זלמן קען שוין מער נישט שלעפען!
יחיאל באבא"ד האט געמאכט קולות מען מיז שוין ענדעגען די דין תורה אין ארויס געבען די פסק!
די חילול השם איז איום ונורא מסוף העולם ועד סופו די עינוי הדין איז גורם אנדערע אידען צי גיין אין ערכאות!

זלמן האט פארלאנגט אין בית דין אז צד 45 זאל עם איבערבעטען ווייל צבי ארי ריינהאלד האט עם פארשעמט
פורים ביים טיש ביי די גראמען אז זלמן גראוס איז אזוי ווי "המן" ער האלט זיך גראוס... וכו.

זלמן האט געבעטען בי"ד ער וויל רעדען נאר נאך איין וואך.... בי"ד האט געזאגט לא מיט א אלף...
אויב האט ער פרישע טענות זאל ער איז איבער געבען צום בי"ד בכתב.

זלמן האט געוואלט רעדען וועגען די נאמען "באבוב" אז עס זאל זיין נאר איין באבוב
אברהם ברוך האט עם געזאגט אז די ווילסט רעדען בנוגע להלכה איז גוט אבער נישט 
וועגען טרעידמארק.... איז זלמן געבליבען מיטן צינג אינדרויסען אין סברות אין בויך...

זלמן האט געטענהט אז בנות ציון איז פריוואט אין נישט א חלק פון מוסדות באבוב 
ווייל עס מהר"ש האט עס געגעבען פאר יונתן בנימין אין זיי האבען עס אפגעקויפט
אין מתיבתא עץ חיים באלאנגט פריוואט פאר ברוך אברהם האראוויץ די ראש ישיבה

ב"ד געפרעגט אויב יונתן אין ברוך אברהם זענען געוועהן בעל הבית האט ער עס געקענט פארקויפען פאר פאפא? 
אין אויב באבוב איז א קהילה אין נישט א ירושה פרטית איז ווי אזוי האט מהר"ש אוועק געגעבען 
בנות ציון אין מתיבתא אויב עס באלאנגט פאר די קהילה ?? עס איז א סתירה מיניה וביה ווייל זלמן טענהט אז
עס איז א קהילה שנחלוקי אין נכסיה באבוב באלאנגט פאר קהילה אין עס איז נישט א ירושה פרטות.... 

איטשע בערגער האט גערעדט איבער די טעלעפאון פון מאנטשעסטער ער איז נישט אריין געקומען
ער האט פארלאנגט פון בי"ד אז צד 48 זאל באצאלען אלע רענט פון בית יעקב די לעצטע 7 יאר.

זלמן האט געטעהט אז עס איז דא א רשב"א וואס האלט אז ביי שני שותופים שנחלקו דער וואס
גייט אוועק פון די קרקע דארף מען נישט באצאלען די שכירות איז די זעלבער איז דא צד 45 
איז אוועק געגאנגען פארלירען זיי שכירות. האט בי"ד געענפערט אז צד 48 האט זיי ארויסגעווארפען
י"ב אדר פון ביהמ"ד איז אויב אזוי פארלירען זיי נישט די זכות שכירות.

בית דין האט אויך נישט אנגענומען טענות "רב הצעיר" ווייל ווען מהר"ש איז אוועק האט מהרב"צ 
געבעטען ער וויל זיין רב הצעיר האט מהרנ"ץ עם געפרעגט וואס מיינט דאס? האט ער געענפערט
"כיבודים" אין דאס איז געוועהן א טיטעל אן א מיטעל עס האט נישט געמיינט יורש אחר מאה ועשרים.

אחרי ככלות הכל האט בית דין באשטימט 20 טעג אין חודש אייר אין סיון ווי די דיינים וועלען אנהייבען
משא ומתן אין שרייבען די לאנג ערווארטעטע פסק וואס קהילת באבוב ווארט שוין 7 לאנגע הינגער יאר
כלל ישראל קוקט ארויס עס זאל ארויס קומען א אמתדיגע פסק, א פסק אמת לאמיתו, א פסק יושר
א פסק לא תגורו מפני איש עס זאל ארויס קומען א כבוד שמים נאך 7 יאר פון חילול השם אין עינוי הדין 
זאל עס נתהפך ווערען צי א קידוש השם!!! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2012 16:57 לינק ישיר 

רב_יונה כתב:
כלל ישראל קוקט ארויס עס זאל ארויס קומען א אמתדיגע פסק, א פסק אמת לאמיתו, א פסק יושר
א פסק לא תגורו מפני איש עס זאל ארויס קומען א כבוד שמים נאך 7 יאר פון חילול השם אין עינוי הדין 
זאל עס נתהפך ווערען צי א קידוש השם!!! 


DON'T HOLD YOUR BREATH



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2012 20:40 לינק ישיר 

מאפיא באיצטלא דרבנן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2012 01:54 לינק ישיר 

פאשקאווילען געווארפען אין ב"פ מחאה קעגען בי"ד




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עס קימט גאר הייסע נייעס אין די באבוב דין תורה נעקסטע חודש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext