איינס פון די צעטליך וואס האבן אמערסטענס געכאפט די אויגן משך די לעצטע דריי יאר, איז געווען דער באוואוסטער "הערת הבחור הזעצער" פון "דער איד" די וואך וואס דער ערשטער בחור איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל. דער שרייבער האט געשריבן אז נאכן לאנגן אזא לאנגע צייט - וואך איין וואך אויס - די דריי נעמען פון די יושבי חושך, איז א יום טוב אז די ליסטע איז מינימיזירט געווארן צו צוויי, זאל דער אייבערשטער העלפן אז מ'זאל בקרוב קענען אראפרוקן די איבריגע. יעצט איז עס ב"ה שוין מינימיזירט געווארן צו איינס, זאל דער בוכ"ע העלפן מ'זאל גענצליך קענען עלימינירן דעם ברייט באקאנטן קעסטלע אין די היימישע צייטונגען וואס רופן דעם ציבור מרבה צו זיין בתפילה פאר די באפרייאונג פון די בחורים.
|
|