איך האב יעצט גערעדט מיט א שומרים מעמבער דערציילט ער מיר א שומרים קאל וואס איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג דעם פארגאנגענע זונטיג.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען א אינגערמאן האט אלארמירט חברה שומרים אז מען האט זיך איינגעראכן אין זיין קאר און אוועקגענומען עטליכע זאכן אויך איז זיין שטריימל אוועקגענומען געווארן, די שומרים האבן געזאגט פאר דעם אינגערמאן אז מיר פון אונזער זייט וועלן פרובירן צו זיכן דעם פארברעכער אבער די דארפסט מאכן א פאליס ריפארט כדי ווען מיר וועלן באווייזן צו לייגן א האנט אויף דעם פארשוין זאל ער קענען באשטראפט ווערן פאר די גניבה.
די אינגערמאן האט זיך פון אנהייב ג'עקשנט אז ער וויל נישט ער האט מורא צו שטיין פנים אל פנים מיט א פאליציי אפיציר, די געטרייע שומרים האבן למעשה אים באוויזן איבערצורעדן דוקא יא צו מאכן א פאליס ריפארט וכך הוה.
זינטיג נאכמיטאג קומט אריין א קאל צו שומרים, די ריפער האט זיך אנגעגעבן אלץ די אייגנטומער פון קרויס היט סטאר אויף בראדוועי און פארציילט אז עס איז יעצט אריינגעקומען צו אים א גוי אין געשעפט און טראגט אן צו פארקויפן א שטריימל! די שומרים האבן זיך פלינקערהייט אהינגעיאגט און געפאקט דעם חוצפה'דיגע שלימזל'דיגע גנב מיט די רויב אין די הענט, מער האט נישט אויסגעפעלט און די פאליציי האט תיכף ומיד געקייטעלט די צוויי קלעבעדיגע הענט פון דעם איצטיגען ארעסטאנט.
נעכטן ג' פרשת חיי שרה האט שומרים באוויזן אראפצורוימען א שעדליכע פארשוין פון די וויליאמסבורגע גאסן (איך זאג וויליאמסבורג ווייל איך גלייב אז ער איז שוין אויף די פריי).
די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט ווען עס איז אריינגעקומען א טעלעפאן קאל ארום 7:30 פארנאכטס צו שומרים אז א גוי מיט א לאנגע מעסער האט נארוואס געוואלט שטעכן איינעם.
שומרים איז פלינקערהייט אנגעקומען אבער דער פארשוין האט באוויזן צו אנטלויפן נאך איידער מען האט געלייגט א יד אויף אים, אבער די מעסער האט מען יא געטראפן אויף די ערד וואס יענער האט אראפגעווארפן ביים אנטלויפן פון די סצענע.
שומרים האט באשלאסן צו ווארטן דארט צו זעהן אויב דער גוי וועט צוריק קומען נעמען דאס מעסער, די געטרייע שומרים מעמבערס האבן זיך אויסבאהאלטן און געהאלטן א אויג צו זעהן אויב און ווער עס קומט.
נאך א שטיק צייט האבן זיי טאקע באמערקט ווי די גוי דערנענטערט זיך אפצונעמען דעם מעסער, פארשטייט זיך די שומרים האבן אים תיכף אראפגעהאלטן און איבערגעגעבן פאר די פאליציי וואס האבן זיך שטארק באדאנק פאר די איבערגעגעבענע וואלאנטירן וואס האבן ב"ה פארמיטן אזאנס וואס וואלט חלילה געקענט זיך אויסלאזן פונקט ווי אין פלעטבוש 2 טעג בעפאר ווי א אידישע פרוי איז ל"ע דערשטאכן געווארן צום טויט ה"י.