נייטרא רב דאוונט נישט פארן עמוד וועגן מסור שלעזינגער
דעם יום טוב איז געווען לעבעדיג אין נייטרא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג
שוין צוויי וואכן צוריק האט דער רב, הגה"צ רבי יצחק מאשקאוויטש שליט"א געשיקט א שליח צו אביגדור שלעזינגער, דער טרויעריג בארימטער מסור וועלכער האט אריינגעווארפן זיין פעטער אין תפיסה מיט די הילף פון זיין ברודער גרשון (יו דזשעי קעיר), אז אויב ער קומט אין ביהמ"ד ימים נוראים וועט ער נישט דאווענען פארן עמוד
ערב ראש השנה ווען דער מסור איז אנגעקומען אין שוהל האט דער רב געשיקט א אינגערמאן צו אים ער זאל ארויספיצן, דער מסור האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט און דער רב איז טאקע נישט צוגעגאנגען,
דעם ערשטן טאג ר"ה האט דער רב נאכאמאל געשיקט א שליח צו אים ביים ליינען אז ער זאל נישט קומען צו מוסף, פארשטייט זיך אליינס דער מחוצף איז ווייטער געקומען, פארן בלאזן שופר האט דער רב זיך נאכגעפרעגט צו ער איז דא און א אינגערמאן האט געענטפערט אז נישט, נאך שטילע שמונה עשרה איז דער רב ארויס אין ביה"כ און געזען אויפן וועג אז דער מסור איז יא אין ביהמ"ד, נאכן צוריקקומען האט זיך דער רב אראפגעזעצט אויפן פלאץ און געוואונקען אז ער גייט נישט צו, ביז דער מסור פארלאזט נישט דעם ביהמ"ד,
למעשה נאך א האלבע שעה! האט זיין זון (ר' שלמה ???) אים געוואונקען צו ער מעג צוגיין און דער רב האט געוויזן אז יא, דער זון איז טאקע צוגעגאנגען צו מוסף
וכמעשהו בראשנה די צווייטע טאג איז ער ווייטער געקומען און דער רב איז טאקע נישט צוגעגאנגען
לאמיר האפן דער מסור וועט תשובה טאן צום נייעם יאר און צוריקציען זיין שוידערליכע קלאגע
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 03/10/2011 00:12:04
 |
|
|