בית פורומים אידישע געדאנק

מאסן שטרומען ביי סאטמארער בר מצוה אין ירושלים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/10/2011 02:22 לינק ישיר 
מאסן שטרומען ביי סאטמארער בר מצוה אין ירושלים

חתן הבר מצוה הרב יעקב דוב טייטטלבוים שליט"א, בן הגאון הצדיק רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד סאטמאר ירושלים, נכד כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, נכד הגה"צ אב"ד מאקאווא זצ"ל פון ניו-יארק, נין כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, ונין הגה"צ אבדק"ק ביסטריץ זצ"ל



פארגעקומען אין גיגאנטישער שאטער אין רחבת קרית ויואל משה,במעמד גדולי ומאורי ישראל,


ירושלימ'ער שליט"א, מיט כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיט דער פעטער הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א, מיט דער חתן הבר מצוה מיט דער אבי החתן סאטמאר ירושלימ'ער רב שליט"א האבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה.


באריכטן מיט בילדער וועט נאכפאלגן



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/10/2011 12:49 לינק ישיר 
טיילווייזער בילד פונעם ציבור ביי די געהויבענע בר מצוה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/10/2011 19:50 לינק ישיר 

א בילד האט שוין נאכגעפאלגט, וואס טוט זיך מיט די נאכפאלגענדע צוגעזאגטע באריכטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/10/2011 23:49 לינק ישיר 
די מעלדונגען צו די שמחה אויסגעהאנגען בכותלי בית המדרש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/10/2011 23:50 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/10/2011 06:07 לינק ישיר 

רבינו שליט"א האט געשיקט א מכתב מזל טוב לכבוד די שמחה, דעם בריוו פון רבין שליט"א האט פארגעלייענט הגאון הגדול ר' שלמה יודא הירש שליט"א דומ"ץ קהל יטב לב ורב השחיטה שע"י העדה החרדית. בנוכחות מרן הגאב"ד שליט"א וחברי הביד"ץ וגדולי האדמורי"ם שליט"א.‬‬

‫‫שעות לאנג איז דער טויזנט קעפיגער ציבור אדורך צו וואונטשן ברכת מזל טוב פאר'ן הגה"צ דער רב שליט"א.‬‬

‫‫כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה און האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה ביי אזא הייליגע משפחה.

דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון מרן רבינו שליט"א (ועל כולם איז די קלימאקס געווען די געלונגענע דרשה פון רבין שליט"א וואס האט פשוט באצויבערט דעם גאנצן ציבור וואס זענען ארויס פון התפעלות פון די אינהאלטסרייכע דרשה נפלאה. יעדער איז ווי אויפגעשפרונגען פון ארט הערנדיג די בליץ רעיונות פון רבי'ן שליט"א און בפרט דעם געדאנק פון שנת תשע"ב- ע"ב שעות – חסד וכו'.
 

‫‫שפעטער האט דער בר מצוה בחור געהאלטן א לאנגן פשעטל,

דערנאך האט דער רב שליט"א געהאלטן זייער א ווארימע דרשה, ארויסגעגעבן זיינע געפילן צו אזא שמחה, בתוה"ד דערמאנט אז דער בר מצוה בחור האט זוכה געווען אז דער גרויסער זיידע מרן רביה"ק הברך משה זי"ע איז געווען זיין סנדק און פלעגט זיך שטענדיג משתשע זיין מיט אים, און האט נאך אסאך זוכה געווען צו חוסה זיין בצל קדשו. אזוי האט ער דערמאנט זיין שווער דער מאקעווער רב זצ"ל. און האט מיט א הייסע תפילה געבעטן אז דער גרויסער פאטער מרן רבינו שליט"א זאל זען שמחה ונחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך און קענען פירן די גרויסע עדה הקדושה מתוך נחת והרבת הדעת דקדושה. און געוואונטשן לכל העם הנאספים ברכות לרוב

ויה"ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל בית ישראל, אמן



תוקן על ידי SatmarNews ב- 05/10/2011 06:08:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/10/2011 06:08 לינק ישיר 

עס האבן זיך באטייליגט העכער 200 רבנים ואדמורי"ם וגדולי ירושלים שליט"א. צווישן זיי האט זיך אנגעזען:
כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א,
הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד ירושלים הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, כ"ק אדמו"ר דושינסקיא שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, הגאון הגדול רבי יעקב ישעי' בלויא שליט"א חבר ביד"צ העדה החרדית,
הגאון הגדול רבי חיים אורי' פריינד שליט"א חבר הביד"צ דהעדה החרדית, הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר ביד"צ העדה החרדית, הגאון הצדיק רבי נפתלי הערצקא פרענקל שליט"א חבר ביד"צ העדה החרדית, הגאון הצדיק רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א חבר ביד"צ העדה החרדית, כ"ק אדמו"ר מזוויעהל שליט"א, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, כ"ק אדמו"ר דקהל חסידי ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, הגאון המפורסם רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א ראש ישיבת מצויינים ונשיא קהל פרושים ירושלים, הגאון המפורסם רבי דן סגל שליט"א, הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א נשיא הת"ת ברסלב וממנהיגי חסידי ברסלב, כ"ק הגה"צ אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א, הגה"צ רבי משה ראזענבערג שליט"א ראש ישיבת יטב לב דסאטמאר, ועוד ועוד ועוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/10/2011 20:55 לינק ישיר 
Video Satmar Bar Mitzvah in Jerusalem

* width="640" height="480"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/10/2011 20:55 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2011 04:03 לינק ישיר 

_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מאסן שטרומען ביי סאטמארער בר מצוה אין ירושלים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext