בית פורומים אידישע געדאנק

בלאט דורכגעפאלן מיט אן עקספייערטן בריוו פון ביד"צ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2011 01:40 לינק ישיר 
בלאט דורכגעפאלן מיט אן עקספייערטן בריוו פון ביד"צ

אזוי ווי עס האט נישט געהאלפן מיט אריינלייגן אין "כל העולם קוקו" מיט דריי וואכן צוריק א פאלשן בריוו מכלומרשט וואס "אתרא קדישא" האט געדארפט צו בעטן דעם "ביד"צ העדה"ח זאל אונטערשרייבן, איז  דער "בלאט" מיט שמואל משכיל ווידער, ווידעראמאל דורכגעפאלן דעם ערב סוכות, מיטן אריינלייגן אן אלטן עקספייערטן בריוו פון 13 יאר צוריק פון ביד"צ העדה החרדית פאר דער "וועד למניעת חילול קברים" פון ר' מיכה ראטשילד,


וואס שמואל ווידער דערציילט נישט, אז נאך אין יענעם יאר תשנ"ח, ווען די אידישע וועלט האט געפייערט מיט "היכל שלמה" היתר צו אויסגראבן דאס בית הקברות אין פסגת זאב  (תל אל פול) אין ירושלים, וועלכע איז געטואן געווארן אונטער די אויפזיכט פונעם "וועד למניעת חילול קברים", האט דער ביד"צ צוריקגעצויגן פון זייער בריוו פאר דעם "וועד למניעת" און זיי האבן געשריבן א נייעם בריוו אז אן הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א טאר מען גארנישט טאן. (אגב: דעמאלץ איז ערשיינען אן ענליכער בריוו פון הרב שטיינמאן, הגר"ח קנייבסקי, הגרמ"ש שפירא, הגרמ"י ליפקוביץ, הגר"ש וואזנער, אדמו"ר מערלוי, אדמו"ר מרכמיסטריווקא זצ"ל, הגר"נ קרליץ, וכו')


איצט האט זיך "דער בלאט" צוגעשטעלט צו דעם "היכל שלמה" רב אלישיב, ווען זיי זענען געווארן די גרעסטע שטיצער פון מפני קברים. , ולא לחינם הלך הזרזיר וכו'.

איצט מיט 3 וואכן  איז דער "וועד למניעת חילול קברים" שטארק דורכגעפאלן מיטן וועלן אפהאלטן א בריוו פון ביד"צ העדה החרדית בעד אתרא קדישא, ביי א מושב בי"ד וואס איז געשעצן איבער דעם ענין, ווען זיי האבן מאבאליזירט הגר"מ שטערנבוך אז ער זאל עס אפהאלטן בכל מאי דאפשר.

יעדער געדענקט די כסדר'דיגע העצע פון די צווי טיפשים בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פריעדמאן אין "כל העולם קוקו" קעגן "אתרא קדישא", נאכזאגענדיג די דברי בלע פנעם פירשפרעכער פונעם "וועד למניעת חילול קברים" אהרל'ה יאקטער, אז "אתרא קדישא" איז מחלל קברים אין "נשר", אין "יפו", אין "ראש העין" וכו' וכו', אבער דער ביד"צ העדה החרדית האט געשריבן אנדערש אז "אתרא קדישא" באמונה עושים פעולותיהם.


דער צווייטער דורכפאל פונעם "וועד למניעת" ביי יענעם מושב בי"ד איז געווען מיטן פארזוך צו באקומען א פרישן בריוו פון ביד"צ העדה החרדית לטובתם, ווען דער ראבינער זייערער רב שבח רוזנבלאט, מיט זייערע אקטיוויסטן שלום פריד, מיט אייל פורת מיט ארי' יודקוואסקי, האבן זיך מתחייב בדמעות תנין געווען פאר'ן ביד"צ אז זיי גייען גארנישט טאן מער אן רשות פון "אתרא קדישא", און אז זיי זענען אויך מודה אז "אתרא קדישא" איז די שטערקסטע און די לעצטע הכרעה איבער עניני קברים, אבער דאס אלעס האט זיי נישט געהאלפן צו באקומען זייער בריוו, און זיי האבן זיך ליידער געמוזט באגעניגן בלויז מיט א בריוו פון הגר"מ שטערנבוך, וואס זיין ליבשאפט צו "אתרא קדישא" איז שוין באוואוסט מיט פאר 23 יאר צוריק.


איצט פרויבירט שמואל משכל ווידער אריינבלאזן אביסל לופט בעצמותיהם היבשות, מיטן שאפן  א קאאליצע פון ר' אליקים שלעזינגער פון "אדמת קודש לאנדאן מיט "וועד למניעת חילול",


נו א ריכטיגע חברותא, משה עהרשעפט פון "אדמת קודש" לאנדאן באקומט זיין וועדיזש פון רעפארמער פאנד'ס פון ניו-יארק, און שלום פריד פון "וועד למניעת חילול קברים" באקומט זיין וועידזש פון "משרד הדתות" הציוני.





תוקן על ידי סוג ב- 12/10/2011 01:50:55




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2011 02:45 לינק ישיר 




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 16/10/2011 21:03:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2011 03:21 לינק ישיר 

ארי' יודקאווסקי גוט אן אינטערוויו אין "קול סטמר" פאר הערשל פורים, ווי עיר זוכט זיך צו ריינוואשן אויף זיינע חטאים, און לייגט אלעס ארויף אויף מיכה ראטשילד.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בלאט דורכגעפאלן מיט אן עקספייערטן בריוו פון ביד"צ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext