היינטיגן שמיני עצרת וועט ק"ק סאטמאר אפצייכענען דאס פיפטע יארצייט פון די טרויעריג בארימטע ראדני שמיני עצרת ראיאטן וועלכע זענען דורכגעפירט געווארן דורך די שלוחים פונעם סבלן ר' אהרן טייטלבוים.
דאס שוידערליך בילד וואס האט זיך אנטפלעקט פאר די אויגן פון הונדערטער סאטמארער חסידים יענעם שמיני עצרת אינדערפרי וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון זיכרון. דאס ביהמ"ד האט אויסגעקוקט ווי א שלאכט הויז. ברייטביינערדיגע שחורים, אידן מיט ידי עשיו האבן וואנדיליזירט און פראגרעמירט אין שוהל. זקנים עם נערים זענען צעשלאגן געווארן דורך די בני עוולה.
דער קלימאקס פונעם פראגראם איז ווארשיינליך געווען דאס טאנץ (וועלכע איז פאראייביגט געווארן מיט באקאנט בילד - למען ידעו דורותיכם), פון דעם פה מפיק מרגליות, עמרם כהן, וועלכע האט פאר עקסטאז אראפגעצויגן דעם טלית פון זיין פלייצע, אראפגעווארפן זיין קאפל אויף דער ערד און זיך ארויסגעלאזט אין א דערהויבענעם חסדי השם טאנץ, ווען מיט די האנט דרייט ער אין די הייעך אלס סימן פון ניצחון מלחמה, און אז דער סבלן הדור ר' אהרן טייטלבוים וועט ערשיינען אין שול ביז מינוטן ממש...
דער סוף איז שוין היינט וואויל באקאנט. מסרת גיבורים ביד חלשים, ורבים ביד מעטים ורשעים ביד צדיקים. דאס ביהמ"ד איז אויסגעליידיגט געווארן פון דעם כת הנודע, און מ'האט צוריק מטהר געווען דאס היכל און רבינו שליט"א (נאך דאן רב) האט ממשיך געווען מיט די עבודת הקודש ביתר שאת ויתר עז אין גרויסן שול מיט די הייליגע תפילות און געהויבענעם תפילת גשם. צו די זעלבער צייט איז דער סבלן, וועלכער איז געבליבן אין זיין דירה אויף יוז סט. סובל זיין ווילאנג ער באקומט צוריק דאס שוהל, געלאפן בבושת פנים צו זיין דירת עראי אויף טעילאר סט. וויינען אויף דעם לעצטען פארלוסט.
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו ליינען די זיכרונות און הרגשים פונעם ציבור יענעם יום טוב. ווי למשל דער שיעור פון יוסף הערש סופר, דאס תהילים זאגן פון די קאלבען ועוד...
ווען מ'קוקט איבער די קליפ'ס כאפט א שוידער אין די ביינער. די בייזוויליגע יונגאטשעס זענען געווען גרייט אויף אלעם אין דער וועלט אויסצופירן זייער ציהל אז דער סבלן הדור ר' אהרון טייטלבוים זאל פירן די הקפות אין ראדני. פון יונג ביז אלט, תמימות'דיגע ביז באמעס, אלעס האט זיך געדרייט אין דעם שוהל מיטן פלאן איר צו אקופירן, און דער סבלן זעלבסט האט געווארט מיט שפאנונג אין זיין דירה אויף די גוטע בשורה אז מ'האט עס.
אבער רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' היא תקום. דאס ביהמ"ד איז ב"ה געראטעוועט געווארן פון זייערע הענט, און ר' אהרן טאנצט נאך די הקפות עד היום הזה ביים עק פון ווילאמסבורג אין א פראוועזארישן געביידע וואו מ'צאלט רענט פאר פישמאן פון בארא פארק, און פארטעבל טוילעטס אויף די גאס...
עס וואלט נאר געווען אינטערעסאנט צו אינדענטיפיצירן די אהרונים וועלכע ווערן געזען אנזייען כאאס און ראיאטן אין שוהל. בראש וראשון עמרם כהן מיט טלית אנע קאפל. אהרן דוב געטער מיטן שטריימעל און טלית אויף די פלייצע (נעבן עמוד), יאנקעל בן בערעל יאקאבאוויטש (דער רויטער ביים טיר), משה יוסף (שפריצט מיט פייער עקס.) ואחיו יעקב הערש ווערטהיימער (שלאגט מענטשן אונטערן עמרם כהן), מאסרי (טאנצט אויף אנדערע זייט געיט ווען מ'ברעכט אויף טיר), הבחור בן אברהם רובין (פרובירט צו צעברעכן דעם שטענדער מיט א האלץ), שטיינמעץ וואס מאכט די בילדער פון ר' אהרן'ס הייליגע צורה (אויפן טיש נעבן די געיט ביים רבי'נס טיר), וויטריאל (נעבן באלעמער), יואל בראווער (ביים טיר אויף צפון).
ביטע ארויסהעלפן מיט די אנדערע נעמען.
נשלח ב-23/10/2011 18:15
היינט געהערט א גיט ווארט אין די מקוה!
די יארצייט פון די ארוינישע שמיני עצרת מפלה
און דעם יארצייט פון קאדאפיס מפלה
פאלן אויס אין דעם זעלבן טאג
ווייל קאדאפי האט אויך געהאט זיין מפלה אין שמיני עצרת
נשלח ב-23/10/2011 20:31
ביידע האבן זיך געשוואוירן אז זיי וועלן פירן אלעס און יעדער ציטערט פון זיי.