ס'איז זייער שווער אנצוצייגן ווי ס'איז דער הויכפונקט, ווייל איינער טרעפט עס אין די הערליכע שמחות בית השואבה טיש'ן חוה"מ, א צווייטער אין'ם דביקות'דיגן הושענה רבא, א דריטער אין די התלהבות'דיגע הקפות, אין די רבי'נס ווארימע דברי תורה צווישן די הקפות, אינ'ם אויסנאמס שיינע הכנסת ספר תורה שמיני עצרת נאכמיטאג! איינער אין די געוואלדיגע הקהלה פון אזא עולם מארבע פינות העולם, אן אנדערער אפשר אין די נעילת החג אדער באגלייטן....
איך וואלט לכאו' געזאגט, אז די יו"ט איז געווען איין שטיק הויכפונקט, דאך איז די געוואלדיגע 6'סטע הקפה מראה, שמח"ת צופרי געווען אזא מין מורא'דיגע וואס וועט נישט ארויסגיין פון מיין זיכרון קיינמאל! איך געדענק נישט מיין פיס זאל בכלל האבן אנגעריט די ערד בשעת'ן הקפה! א שמחה און דביקות וואס איך האב קיינמאל נאכנישט געשפירט! די רבי איז אזוי מין שנעל ארומגעלאפן דעם געפאקטן ביהמ"ד מיט די הייליגע ירושה ספר תורה אין די הייעך אה! געוואלדיג! מ'האט נישט געשפירט די ביינער פון אזא געדרענג! ווען די גבאים קענען אים קוים דעריאגן און מאכן פלאץ צו לויפן, אפגערעדט ווען די רבי האט אנגעהויבן די ניעניעום מיט די הייליגע צאנזער רב'ס ספר תורה האבן די געשטיפעניש און געזאנג געשפאלטען דעם דאך! די גאנצע ביהמ"ד איז געווארן איין ים פון דביקות!
עפן איך די אשכול צו דיסטירן אייער מיינונג!
נשלח ב-24/10/2011 05:20
- במאמר המוסגר - ס'איז אפשר נישט דא דאס פלאץ, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון באדאנקען דעם טאלאנטפולן ר' אייזיק דאַסקאַל הי"ו און מהנה ד' מגרונו החזן ר' יששכר גוטמאן הי"ו וואס האבן אינאיינען אזוי פראפעססיענאל און מאיעסטעטיש ארקעסטרירט במשך'ן גאנץ יו"ט, הקפות, חוה"מ און ביים גיגאנטישן נעילת החג טיש! יישר כחכם! קיעפ איט אפ!
נשלח ב-24/10/2011 06:25
די התעוררות ביים בענטשן גשם איז אויך געווען עפעס מורא'דיג.
אז מען באדאנקט שוין יא ר' אייזיק איז אפשר אין פלאץ אויך צו דערמאנען איבער די נייע פארענטשעס וואס ער האט שוין פאריאר צוגעשטעלט וואס פאסן זייער גוט אריין אונטער די 2 מעכטיגע גאלאריען.
און א זייטיגע נאטיץ וויל איך פארשלאגן אז אפשר זאל מען אראפנעמען די 2 קריסטאלענע טשענדעליערס וואס הענגט אויף מזרח זייט, דאס שטערט זייער די וואס שטייען אויף די העכערע שטאקן פון די פארענטשעס ווייל מען קען נישט געהעריג מיטהאלטן פון דארט די דערהויבענע הקפות פון רבינו שליט"א.
נשלח ב-24/10/2011 07:52
קרעדיט: סענעטאר
עס איז באמת געווען א פראכטפולער יו"ט. אנגעהויבן פון הושענא רבא. די ליכטיגע תפילות און דרשות פון רבי'ן. די הקפות שמיני עצרת אויפדערנאכט, ווען רבינו שליט"א טאנצט מיט די הייליגע ספר תורה פון דברי חיים. די תפילת גשם אין גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני, וואו רבותינו הקודשים מרן הויואל משה און מרן בעל ברך משה האבן שופך שיח געווען במשך אלע יארן. דאס געזעגענען פון די סוכה מיט די הכנסת ספר תורה דערנאך. די נייע שנעלע הקפות, ווי הונדערטער אנ"ש מיט די תשב"ר האבן געטאנצט און זיך משמח געווען בשמחת התורה. די הערליכע הקפות מיטל נאכט. והעולה על כולנה די זעקסטע הקפה שמחת תורה אינדערפרי. און יעצט מוצאי יו"ט דער ריזן ציבור ביים נעילת החג און באגלייטן, טויזענטער אנ"ש האבן באלאגערט די גאסן ארום דעם ביהמ"ד אויף ראדני ביז ביתו נאוה קודש. ויו"ט היה עושים בצאתו בשלום מן הקודש, דעם רבי'נס אראפשפאצירן לענגאויס בעדפארד עוו. עם פניו המאירות וואונטשענדיג א גוטע וואך און א געזונטן ווינטער פאר די רבבות, ווען לידו שפאנען מיט אחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א, הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א משמש בקודש אצל רבותינו הקדושים און הרה"ח ר' משה פריעדמאן דער משב"ק.
אויף די הערליכע דערהויבענע הקפות איז נישטא די ווערטער, אונז האמער געהאט דעם הייליגן דברי חיים זי"ע מיט'ן הייליגן שינאווער רב זי"ע ביי אלע דריי הקפות!, די מיט אפענע אויגן זאגן אז זיי האבן געזען דעם הייליגן דברי חיים זי"ע לויפן פארנט פון רבי'ן און דער הייליגער שינאווער רב זי"ע פון אונטערן רבי'ן ביי די זעקסטע הקפה צופרי! מלאכים און שרפים האבן זיך גע'הרג'עט ביי די קעפ צו קענען מיטהאלטן די הקפות אין דעם היכל הביהמ"ד בשעת דער רבי זי"ע מיטן ברך משה זי"ע מיט אלע אבות ארויף ביז נאכן ישמח משה שטייען אויפן באלעמער ווען הייליגע טרערן פון שמחה גיסט זיך פון זייערע אויגן! אשרי מי שזכה להיות באותו מקום באותו זמן! אשרינו מה טוב חלקינו!!!
נשלח ב-26/10/2011 21:10
הושענה רבה איז ביי מיר די highlight" פון יו"ט, די יום כיפור ערענסקייט וואס איז דא אין סאטמאר טרעפסטו אין ערגעץ נישט!