| נשלח ב-24/10/2011 19:46 |
|
| |
דעפרעסיע אדער עקספערדזשערס סינדראם
נעכטן נאכט אויפן וועג אהיים פון מעריב, טרעף איך אן א חבר מיינער גראדע א ארוני, איך האב גלייך געזען אז עפעס דריקט אים, איך האב נישט געדארפט צו לאנג טראכטן פארוואס, ער געט א שריי אויס מיט בלוט פארלאפענע אויגן: ראדני איז געווען ליידיג דעם יום טוב, הא?? נאכן זיך אויסגעבן האט מען געקענט זען ווי עס איז אים אביסל בעסער געווארן מיר האבן געשמועסט פאר צוויי מינוט און געגריסט א גוטע נאכט ווען בשעת מעשה האב איך אינזין געהאט א רפואה שלימה איך גיי ווייטער זעה איך א געזעמל מענטשן שמועסן איך זעה פונדערווייטענס לייביש טייטעלבוים מאכט מיט די הענט, איך גיי אריבער און איך הער וואס? ראדני געווען אויסגעשפילט, די פארענטשעס ליידיג, געווען צוויי פיס פלאץ צווישן יעדן מענטש היינט צופרי קום איך אריין אין מקוה, אן ארוני שטייט מיט זיין אייפאון (מיט דזשעי נעט פארשטייט זיך אזוי ווי זיין הייליגער רבי פארלאנגט) און ווייזט א בילד פון די נעילת החג אויף קענט עוועניו, איך האב שוין געטראכט אה דא איז דא א נערמאלער ארוני, ער איז כאטש פאזיטיוו, ער איז פארנומען מיט זיך, ווי וואס ווען ער געט א שריי אויס: אין ראדני איז נישט געווען האלב פון דעם.... רבותי, ווי אזוי רופט מען די מחלה? דעפרעסיע? יאוש? פארלוירנקייט? אדער אפשר עקספערדזשערס סינדראם? אז איינער וואס האט די גרעסטע שוהל מיט א ראוד אינצווישן, די גרעסטע רעבע, די מערסטע מענטשן, די לענגסטע פארענטשעס, גענוצט די מערסטע האט קאפס, רבי מיט די שענסטע קול, א קדוש וטהור א לב אהרן, די גרעסטע סטעידזש צו שאקלען לולב, די שענסטע פיאות, די הערליכסטע בילדער זאל זיין פארנומען מיט די צען זאליס וואס מוטשען זיך אנצופולן ראדני...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2011 23:06 |
|
| |
סאטמארער, האסט געוואלדיג ארויסגעברענגט. דאס וואס יעדער ווינדערט זיך באמת, אז נאך אזא יו"ט ביי די אהרונים, ווען זיי האבן געהאט די שענסטע "פראכט" בילדער אבער וכל זה איננו שוה לי ווילאנג ס'נאך דא א ראדני.
מ'קען אמת'דיג אביסל פארשטיין מיט דעם די מעשה פון המן און מרדכי, רוב עשרו ורוב בניו, גארנישט איז אים נישט גוט געווען, ווילאנג דער מרדכי האט ערליכע אידישע קינדער וואס האלטן זיך צום דרך המסורה און לערנען ביי אים תורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2011 23:22 |
|
| |
| oאטמארער כתב: |  | רבותי, ווי אזוי רופט מען די מחלה? דעפרעסיע? יאוש? פארלוירנקייט? אדער אפשר עקספערדזשערס סינדראם? אז איינער וואס האט די גרעסטע שוהל מיט א ראוד אינצווישן, די גרעסטע רעבע, די מערסטע מענטשן, די לענגסטע פארענטשעס, גענוצט די מערסטע האט קאפס, רבי מיט די שענסטע קול, א קדוש וטהור א לב אהרן, די גרעסטע סטעידזש צו שאקלען לולב, די שענסטע פיאות, די הערליכסטע בילדער זאל זיין פארנומען מיט די צען זאליס וואס מוטשען זיך אנצופולן ראדני... |
|
איך וועל דיר זאגן וואס דאס מיינט, קענסט דיר וועלן איינס אדער אלע טערמינאלידזשיס,
FULFILLMENT ,STISFACTION, GRATIFICATION, CONSUMMATION, PLEASURE, JOY, HAPPINESS, REVENGE, RETALIATION, ENJOYMENT, VENGEANCE אדער: ניצחון, קורת רוח, שביעות רצון, סיפוק, נפילת אוייב, נחת רוח, נקמה, מחי' נפש, ,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2011 04:46 |
|
| |
אוי ווי אמת זענען דיינע ווערטער סאטמארער!!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2011 23:18 |
|
| |
סאטמארער, גוט ארויסגעברענגט
צו וויסן וועלכע מחלה דאס איז וועט מען דארפן צוריקברענגען פארמעגליך...
עס איז טאקע אינטערעסאנט, ווי איך גיי הער איך פון אינגעלייט וואס האבן געהאט די זכי' צו זיין ביי די הקפות פון רבינו שליט"א אז די פיס טוט זיי וויי פון אזויפיל טאנצן וכו און פון די ארונים הערט מען איין ווארט: ראדני
ווי אויך דא אויפן פארק, איין אשכול איז געווען ביי זיי מיט בילדער פונעם עם הארץ עס האט אנגעהאלטן איין טאג, מישמאש האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און אריינגעשמירט א לאנגע תגובה מיט שעלטערייען...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2011 00:02 |
|
| |
ביי צד מהר"א רעדט מען פון אסאך זאכן, מ'רעדט פונעם הושענה רבה, פון די שיינע דברי תורה - חיזוק ומוסר, הערליכע הקפות, שיינעם עולם וכהנה וכהנה.
אויך רעדט מען דארט פון ראדני!. פרעגסט פארוואס מ'רעדט פון ראדני? ווייל ראדני היי-יאר איז א שטארקע חיזוק פאר חסידי מהר"א. אויב דו ברויכסט מער הסבר, וועל איך פרובירן צו מסביר זיין מער באריכות...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2011 04:01 |
|
| |
דייקן ווי אזוי איז געווען יו"ט?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2011 19:09 |
|
| |
די ארונים קענען נאך רעדען פון ראדני, די זאליס קענען ניטאמאל רעדן פון האפפער, עס קאסט זיי דאס געזונט נעבעך
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2011 18:11 |
|
| |
די דעפרעסיע דארט ביי די קעלבלעך איז אזוי שטארק, אז מען טראץ וואס מען האלט שוין איבער צוויי וואכן פון יום טוב, דריקט זיי נאך אלץ די "אויסגעשפילטע זאליס אין ראדני", וואס יעדער ווייסט איז למעשה געווען א פיל געפאקטע בית המדרש, אבער אויף איינצורעדן די קעלבעלעך אז עס איז יא געווען ליידיג האבן זיי ארויפגעשטעלט בילדער פון פיר פינף יאר צוריק! אדרבה געט א קוק וועט איר זעהן די בימס אינעם ביהמ"ד זענען געפעינט אויף ווייס, פאקטיש זענען די בימס שוין ארומגענומען מיט ברוינע מאלדינגס שוין עטליכע יאר, אבער פאר די קעלבלעך איז עס פונקט גענוג.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2011 22:49 |
|
| |
ווי ווייזן זיי אזא בילד?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2011 22:54 |
|
| |
זיך עס אויפן כלי.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2011 23:27 |
|
| |
קען איינער ביטע ענטפערן א נארמאלע תירוץ
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2011 00:46 |
|
| |
כל העולם כולו, ביים אשכול זאלי קאמפיין ביטע קומט קיין ראדני א' סליחות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2011 01:10 |
|
| |
יענע אשכול איז א אלטע אשכול ארויפגעברענגט צוליב די לעצטע תגובה אלע אנדערע תגובות אריינגערעכנט די בילדער זענן שוין פון איבער א יאר צוריק
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2011 01:23 |
|
| |
די זאליס ווערן נעבעך צורודערט ווען מען רעדט פון זייער תוהו ובוהו הקפות, זיי ווילן מיט כח סטאפן די אהרונים פון רעדן פון זיי, נייס טריי!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2011 01:53 |
|
| |
פארוואס שטעלן נישט די ארונים קיין בילד פון די היי יעריגע עולם ווי ראדני איז תוהו ובהו אזשע עס וואקסט שוין בלעטער אויף די ראדני בענק פון שטיין ליידיג אזוי לאנג?
|
|
|
|
|