די ענטפערטס נאך דעם טיפש? איז עס דעם די זעלבע פיקטשער? די זעלבע פאזישאן? די זעלבע פאקוס? די זעלבע זייט? אפשר פרעגסטו דעם שוטה צו זיין רבי האט א דזשאמבא נאז צי א פיצי נאז? ווייל אויף איין בילד זעט מען עס אזוי גרויס אז שמשון יאנקל קען דארט אריין קריכן און אויף א צווייטע בילד איז דער נאז זייער פיצי, עם פערד תתפאראד!
נשלח ב-27/10/2011 21:38
באמת זענען ביידע גערעכט
די בילדער זענען נישט אייניג
אבער וועמען שטערט עס אז די אהרונים זענען זיך מחזק דערמיט?
אן אהרוני אין וומס"ב וועלכער האט געהערט אסרו חג וויאזוי אן אנדערער אהרוני בארימט זיך אז אין הופער איז געווען א גרעסערער עולם, האט ער זיך אנגערופן צו יענעם: אבער אונזער רבי האט נעכטן נאכט אהיימגעפארן און באצאלט "טאל" אויף די טראוועי, בעת דער וומס"ג'ער רבי בלייבט דא...
נשלח ב-27/10/2011 22:13
זאג! דו האלטסט טאקע אז מען קען נאר זיין א רבי ווען מען וואוינט אין ומסב"ג? ביז תש"י איז נישט געווען קיין איין וועלטס רבי ווייל ס'האבן נישט געוואוינט קיין רביס אין וומסב"ג, וומסב"ג דאס איז די וועלט? גיי אביסל ארויס פון דיין צמצום געב א קוק וואסערע ציבור רבינו שליט"א האט ווען ער צאלט טאל, און געב א קוק וואסערע ציבור דיין רבי האט ווען ער צאלט טאל
אז מען צו זיין א רבי מיינט נישט אז מען דארף וואוינען אין וויליאמסבורג
אמת איך האלט אויך אזוי, והראי' אז אין ניו יארק זענען דא גענוג גרויסע רבי'ס וואס וואוינען נישט אין וומס"ב, ווי למשל דער וויזשניצער רבי שליט"א וואס וואוינט אין מאנסי, דער סקווערער רבי שליט"א וואס וואוינט אין שיכון סקווירא, א.א.וו.
און "דאס" מאכט טאקע שטערקער די קשיא: פארוואס מוז דיין רבי אריינקומען פראווען קיין וומס"ב אויב ער איז אזא גרויסע רבי (ניין, איך לייקן נישט אז ער האט טויזנטער מענטשן) פארוואס בלייבט ער נישט אין ק"י די ימים טובים פונקט ווי אנדערע גרויסע רבי'ס? (און זאלסט מיר נישט ענטפערן אז עס שטערט מיך אז ער קומט אריין, לחלוטין נישט, נאך אלעם קומט ער דאך נישט אריין פראווען אין בית המדרש שהתפללו בו אבותיו הק', נאר אין א שוהל אין עק שטאט...).
אדרבה, ווייז מיר נאך א גרויסע רבי וואס קומט יעדע וואך צו פארן אין שטאט אריין, און בכלל אויף א גרויסן יום טוב?
וויפיל איך געדענק איז דער ברך משה געווען במשך די יאר מער שבתים אין קרית יואל, וויפיל שבתים רבינו שליט"א איז אין וומסב"ג במשך א יאר, און דערנאך איז ער דארט בדרך כלל איין מאל א וואך, וואס דאס איז סערוויס פארן ציבור פונקט ווי דער ברך משה פלעגט קומען קיין קרית יואל איינמאל א וואך שמחת תורה איז פונקט ווי דער ברך משה פלעגט קומען שבועות ממילא איך ווייס נישט וואס דו ווייטאגסט
די איינציגסטע זאך וואס בלייבט מער איז פון די ימים טובים, און דאס איז ראש השנה נו, איין יום טוב מעג מען דאך געבן פאר די מלחמה געליטענע קהלה