די צוריקגעשטאנענע שטורן האבן זיך אויפגעוועקט פון זייער שלאף און זיי זעען זיך ארום ווי עס האבן חתונה זכרים מיט נקבות און עס וואקסן אויף ממזרימ'לעך ואין פוצה פה, איז כדי צו ראטעווען די קליינע קינדערלעך בעוד מועד האבן זיי אויפגעפרישט דומ"ץ דמתא קאמפיין, הערט און האט הנאה!
9512623834
תוקן על ידי המהדרין ב- 01/11/2011 14:59:23
נשלח ב-1/11/2011 04:14
ס'איז א נחת צו זען ווי די ארונים שווערן זיך אז דאס איז עס! די זאל איז אווער, פון אזא מעכטיגן קלאפ וועלן זיך די בני יואל/זאליס קיינמאל נישט אויסקורירן,
די פאנטאזיעס לויפן נאך ווייטער, זיי חלומ'ן ווי אט אט שטייען לאנגע שורות מיט פארפעלקער פאר לאנגע שעות אין די רייע ביי ר'געציל און מ'בעט אז ער זאל איבערמאכן די קידושין, ר'געציל לאזט זיך אוודאי נישט, ער שרייט חי וקים אז אויב וויל מען זוכה זיין צו כשר'ע קידושין דארף מען טון תשובת המשקל און גיין פערזענליך איבערבעטן דעם רבי'ן אין מען האט באאויפטראגט מצד די וועד הפנקס אז נאר דער רבי קען מסדר זיין צווייטע קידושין, זאלן זיי איינמאל פאר אלעמאל די בני יואל וויסן מיט וועם זיי האבן אריינגעביסן,
מען שטייט שוין בקודש פנימה גרייט אויפן ארגסטן, קומט דער גבאי פישער און זאגט אז דאס איז נישט אזוי פשוט נייע קידושין קאסט $1000 קנס פאר די חוצפה און פריצות, און אזוי ווייטער ציט זיך זייער כח הדמיון און די חלה דעקלעך לעבן ווייטער א טאג, יעצט געהערט אזא מין סארט שמועס צווישן צוויי ארונים אין גרענד פוד.
נאך איין זאך: ביטע פאנגט צוריק אן צו לייגן דעם פנקס אינעם בלאט, אז יעדער זאל קענען הנאה האבן
נשלח ב-1/11/2011 21:37
איך שטום צו מיט עם הארץ'ל. ווילאנג עס איז נאך געווען דער פנקס אין בלאט האט מען נאך געקענט זען יעדע וואך וויפיל חתונות ס'איז דא. אזוי ווי זיי האבן אויפגעהערט לייגן ווייס איך נישט צי ס'טאקע דא מער חתונות אדער ווייניגער. עכ"פ זיי מוזן אפדעיטן דעם ציבור.
נשלח ב-1/11/2011 23:41
וואלט טאקע געווען א גוטע און וויכטיגע זאך אז דער בלאט זאל צולייגן א עקסטערע ביילאגע יעדע וואך, פונקט ווי זיי לייגן א עקסטערע. ביילאגע פון בילדער אז די קינדערלעך זאלן קענען זעהן די בילדער פון מאנקיס וואס עסן באנענעס אזוי אויך זאל זיין א ביילאגע פון די פרישע פארפעלקער וואס אזוי וועלן זיי צופרידן שטעלן הן די ארונים הן די זאלונים, הן די אינגלעך הן די מיידלעך, הן די זכרים הן די נקיבות , יעדן יעדן פון קאפ ביז פיס.