| נשלח ב-18/11/2011 10:33 |
|
| |
ברעיקינג: "חברה שומרים" געגרינדעט געווארן אין קרית יואל
בעזהשי"ת
אין די איצטיגע טעג ווערט געגרינדעט א 'חברה שומרים' אין קרית יואל, א שטייגער ווי אין אנדערע חרדישע געגענט'ער, א שטאב פון היימישע אינגעלייט וועלן פאטראלירן די גאסן אין לויף פון די נאכט שטונדן, און האלטן א וואכזאם אויג איבער פארדעכטיגטע באוועגונגען איבער'ן שטאט. דער שטאט קרית יואל האט זיך שטארק צו וואקסן, און עס איז לעצטענ'ס געזעהן געווארן אן אויפשטייג פון איבערפעלער, ווען אומגעוואונטשענע עלעמענטן זענען אריינגעקומען אין שטאט, אטאקירט אינגעלייט, פרויען און קינדער, אוועקגערויבט פארמעגענ'ס, נאכגעשריגען איינוואוינער, און געשטעלט די איינוואוינער אין א געפאר. דעריבער ווערט אין די איצטיגע טעג געגרינדעט א זעלבסטשטענדיגע נייטראלע ארגאניזאציע 'שומרים קאמיונעטי וואטש" וועלכע וועלן פאטראלירן די גאסן אין קרית יואל און לויף פון די נאכט שטונדן דורך אחריות'ידיגע 'שומרים וואלונטירן', וואס וועלן ריספאנדן צו עמוירדזשענסי רופן, פון יעדן איינאוואוינער צוגלייך. א העכסט סאפעסטיקירטע דיספעטשינג סיסטעם ווערט אין די איצטיגע טעג אהערגעשטעלט, ווי די הילפ'ס רופן פון תושבי קרית יואל וועלן געענטפערט ווערן מיט פראפעסיאנאליזם און איבערגעגעבענקייט. א 'שומרים האט-ליין נומער וועט פארעפענטליכט ווערן די קומענדיגע וואך אי"ה, אצינד איז ארויסגעשטעלט געווארן א צייטווייליגער נומער, ווי סיי וועלכע תושב אין קרית יואל, און אין די אומגעגענט וועלכע זענען פאראינטערסירט אנטייל צו נעמען, און דער ארגאניזאציע און דינען אלס א מיטגליד קענען אריינרופן און איבערלאזן זייער אינפארמאציע, און יעדער וועט צוריקגערופן ווערן אין די באשטימטע צייט.
אויך קען מען איבערלאזן אויף דעם נומער עצות, הערות, קאמענטארן, און פארשלאגען, א.ד.ג.
845-987-4763
אדער קענט איר אימעילן צו: [email protected]
שומרים הפקד לעירך כל היום וכל הלילה!
תוקן על ידי חזקה ב- 18/11/2011 11:02:09
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2011 11:51 |
|
| |
תוקן על ידי חזקה ב- 18/11/2011 11:52:49
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2011 02:54 |
|
| |
לידיעת הציבור:
אזוי ווי עס גייען ארום מודעות אז מען פלאנט צו גרינדן א "חברה שומרים ד'קרית יואל" מיט אומשולדיגע מאטיוון "אן קיין שום אגענדע" נאר ממש צו העלפן "אלע" ק"י איינוואוינער און צייט פון נויט איז דא א פליכט מודיע צו זיין דעם עולם פון וואס מען רעדט דא.
ס'איז נישט קיין נייעס ביים ציבור וואס די ק"י אידן זענען שוין אלץ אדורך און וויפל מען האט שוין מיטגעמאכט פון די דאזיגע וואס ווילן "נאר העלפן" דעם אלגעמיינעם ציבור!
יעדער געדענקט נאך ווען די ווילעזש האט געטוישט פון א פשוט'ן נאכט פאטראל צו די פאבליק סעיפטי אלעס נאר צו העלפן דעם ציבור, און נאכער האבן זיי זיך גענומען דיקטירן דעם עולם וואס גייט נישט אן גאנג מיט זייער מנהיג מיט כל מיני אלימות און טעראריזם, נישט נאר וואס זיי האבן אוועקגעקוקט ווען מען האט פראנק און פריי טעראריזירט אידן נאר זיי האבן דאס אנגעפירט מיטן גרעסטן אכזריות און פראפעסיאנאלקייט, מען דארף נישט ארויסברענגען אלע געשעענישן בפרטיות, זעענדיג ווי עס גייט זיי גוט זענען זיי געווארן מער אמביציעז און זיך געוואנדן צו די העכערע פענסטער מיט שקרים אז ק"י האט א הויכע פארברעכן ראטע און מען דארף אן אייגענע פאליציי ה"י.
בעזר השם איז דאס נישט צושטאנד געקומען א דאנק די השתדלות פון עסקנים פונעם עולם וואס וויל לעבן בשלום על מי מנוחות נאכן אויפווייזן אז ס'איז שוא ושקר און אדרבא דא ביים היימישן עולם איז דירעקט נישטא קיין פארברעכן, דראגס, וכו'.
אין די לעצטע שטיק צייט איז די פאבליק סעיפטי געקומען אונטער מערערע דרוק, און עטליכע אויספארשונגען זענען אצינד אפן מחמת קארופציע און אלימות וואס זיי זענען באגאנגען אנטקעגן דעם עולם וואס וויל זיך נישט אונטערווארפן און גיין אין שפאן מיט זייער מנהיג, עס איז געקומען עד כדי כך אז דער דירעקטאר פון די פאבליק סעיפטי איז געווארן געצווינגען מצד די העכערע אינסטאנצן צו רעזיגנירן פון איין מינוט צו דער צווייטע צוליב די אלע קלאגעס וואס עס זענען געברענגט געווארן קעגן אים.
זעענדיג זיך אין א פארגעלעגנהייט פון פארלירן די כח הממשלה האט די וויליזש באשלאסן זיך אריינצוכאפן פון אן אונטער טירל און גרינדן א אומשילדיגע ארגאניזאציע מיטן נאמען "חברה שומרים" און זיך אנטראגן צו שטיין בייהילפיג פארן "גאנצן" ציבור, זיי "פרובירן" עכ"פ אויסצונוצן דעם צוטרוי וואס דער עולם ווייסט פון די אלעמען באקאנטע חברת שומרים פון די שטאט וואס באדינט דעם שטאטישן עולם פון אלע חסידות'ן און קרייזן אן קיין אויסנאם מיט א זעלטענע געטריישאפט שוין צענדליגער יאר.
ממילא ווילן מיר דא מודיע זיין דעם עולם און אויפדעקן די מאסקע און די פינסטערע מאטיוון פון די אזויגערופענע אומשולדיגע "חברה שומרים דק"י" און ווער עס שטייט אונטער דעם!
מוחל טובות! לא מעוקצך ולא מדובשך!
אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2011 07:09 |
|
| |
לידיעת הציבור ברענג איך אייך דא די קראנטע פאקטן ארום דער נייער 'חברה שומרים' אין קרית יואל, און הרב 'מאונראו-בוי' ליין עס גרונטליך איבער כדי צו האבן מיט זיך די גענויע פאקטן. דאס איז א ענטפער וואס איך האב געגעבן פאר עמעצן אין אישי, ווען ער האט מיר אנגעפרעגט צו עס האט מיט די ווילעדזש צו טאן, אדער מיט פאליטיק.
דער ארגאניזאציע איז נישט געגרינדעט געווארן קעגן סיי וועלכע יחיד, אדער רבים. נישט קעגן די ווילעדזש, נישט קעגן פובליק סעיפטי, און נישט קעגן משה לייב וויטריאל. דער ארגאניזאציע איז נישט געגרינדעט געווארן לטובת סיי וועלכע פארטיי, און וועט בשום פנים ואופן נישט שפילן קיין שום פאליטיק, נישט מיט די ארונים, נישט מיט די זאליס, און נישט מיט די בני יואל. ס'טייטש: קרית יואל שומרים וועט דינען די אינטערעסן פון סיי וועלכע תושב אין קרית יואל, זי וועט פארמאגען מעמבער'ס וועלכע געהערן צו די זאליס, צו די ארוינים, און צו די בני יואל. זייי וועלן נישט ריספאנדן צו קיין עמוירדזשענסי רופן ווען דער רוף האט צוטוהן מיט פאליטיק, זיי וועלן 'נישט' אנקומען און נישט צולייגען קיין פלייצע צו סיי וועלכע געשעהניש וועלכע האט סיי וואספארא שייכות מיט פאליטיק. חברה שומרים ד'קרית יואל וועט טוהן א איידעלע וויכטיגע ארבעט, וואס מיינט: קרית יואל וועט ווערן באוואכט פיר-און צוואנציג-שעה רונדע דעם זייגער, דורך אחריות'דיגע יונגעלייט, וועלכע וועלן פאטראלירן דעם שטאט, זיי וועלן נישט זיין אויסגעשטאטעט מיט לעמפליך אדער סירינעס, דאס איז קעגן די געזעץ. זיי וועלן נישט ערזעצן די קרית יואל פובליק סעיפטי, ווארום זי איז אונטער די ווילעדזש, און שומרים איז נישט אינטער די ווילעדזש, ס'איז א פריוואטע סעקיורעטי אגענטור. א יעדע באשלוס אין די ארגאניזאציע וועט ווערן געפאסט דורך א יעדע איינציגע מעמבער, ביי ספעציעלע וואלן וועלכע וועלן אפגעראכטן ווערן ביי דער זיצונג וואס וועט אפגעהאלטן ווערן יעדע חודש, אינעם ביורא פון 'חברה שומרים'. עס וועלן ערוועלט ווערן קאארדינעטאר, אבער זיי וועלן נישט קענען אויפנעמען אדער ארויסווארפן סיי וועלכע מעמבער, נאר זיי וועלן אויך מוזן אפגעבן זיער שטימע ביי די וואלן. זייער אויפגאבע וועט בלויז זיין צו קאארדענירן די מעמבער'ס אויף א סעצענע, און עס זאל פשוט זיין א קאארדענעטאר מיט וועמען צו רעדן אין פאל פון סיי וועלכע סענסעטיווע אישו.
נאכאמאל: די ארגאניזאציע איז ריין פון פאליטיק, מחלוקות, און נגיעות, זי וועט רעספעקטירן יעדן תושב, יעדע אנדערע ארגאניזאציע אין שטאט, און זיך נישט מישן אין סיי וועלכע אנגעלעגענהייט וועלכע קען אויסזעהן ווי זי באדראעט סיי וועלכע יחיד, אדער אפאראט וועלכע עקזיסטירט אין שטאט. א יעדע תושב איז בארעכטיגט צו געניסן די מאקסימום זיכערהייט, פיר און צוואנציג שטונדן, און סיי וועלכע תושב וועלכע האט צייט איז בארעכטיגט צו באוואכן די שטאט, ווילאנג ער פארלעצט נישט די געזעץ, און ווילאנג ער שטערט נישט די ארדענונג אין שטאט, און ווילאנג ער טוט נישט טשעפענען מיט סיי וועלכע תושב, אין קרית יואל.
דאס זענען די גענויע פאקטן ארום דער ארגאניזאציע, מאונראו-בוי, אויב דו ביסט אינטערסירט צו ווערן א מעמבער, האסטו די פולע רעכט זיך איינצוגעבן, אדער דורכ'ן רופן דעם האט-ליין נומער, אדער דורך אימעילן, און ביי די וואלן וועט באשטימט ווערן צו איר קענט ווערן אויפגענומען אלס א מעמבער צו נישט. און געדענק: נישט קיין חילוק צו וועלכע חסידות, פארטיי, איר געהערט. ווילאנג איר זענט א תושב אין קרית יואל, און אין די אומגעגענט, ביסטו בארעכטיגט.
ובשם בשם נעשה ונצליח!!!
תוקן על ידי חזקה ב- 20/11/2011 07:14:03
תוקן על ידי חזקה ב- 20/11/2011 07:17:09
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2011 07:38 |
|
| |
אויב וועלן די שומרים נישט האבן לייטס און סיירינס ווער וועט וועלן וואלאנטירן?? וועלן נאר וואלאנטירן די תמימות'דיגע אידן ווי למשל ר' שמואל הכהן פריעדמאן וכדומה??
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2011 10:08 |
|
| |
חזקה, וואס מיינסטו מיטן היטן די שטאט 24 שעה? אויב גייען די שומרים זען וויאזוי בחורים ווארפן פאשקעווילן אינמיטן די נאכט אויף סידור קידושין, צי שרייען נאך און ווארפן שטיינער אויף א קאפעל פון די נייע זאל, וויאזוי גייען די "נעטראלע" שומרים דעמאלטס רעאגירן?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2011 13:34 |
|
| |
הרב פישער-גאבע, איך זעה דו האסט נישט גרונטליך אדורכגעליינט וואס איך האב מיינעך זייער קלאר ארויסגעשריבן.
'חברה שומרים' ד'קרית יואל וועט זיך נישט אריינמושן אין קיין פאליטיק, נישט ווען איינער ווארפט פאשקעווילן, און נישט ווען איינער ווארפט מיסט איבער די גאס'ן...
קרית יואל שומרים וועט נישט אנטיילנעמען אין סיי וועלכע פאליטישע סיכסוך, זיי זענען נישט געגרינדעט געווארן זיך אריינצומישן ביי א סיסכוך צווישן צוויי אידן, זיי וועלן נאר האנדלן סיטואציעס צווישן א איד און א נישט-איד.
נאכאמאל: חברה שומרים ד'קרית יואל וועלן נישט רעאגירן צו פעלער וועלכע פארמאגט סיי וועלכע שייכות מיט פאליטיק. חברה שומרים ד'קרית יואל איז דא צו דינען אלס וועכטער פיר און צוואנציג שטונדן א טאג צו באוואכן די שטאט קרית יואל פון נישט-אידישע כוליגאנעס און יוגענטליכע וועלכע זוכן צו טשעפן און צונעמען די רויאיגקייט פון תושבי קרית יואל.
איך האף איך בין איצט גענוג קלאר געווען!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2011 17:35 |
|
| |
ווער איז די קארדינעיטאר פון די נייע שומרים?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2011 18:27 |
|
| |
עפעס שטעקט דערין, ווי אפט איז דען דא אין קרית יואל א פראבלעם צעווישן אידן און גוים וואס דארף הילף, עפעס וואס ווערט נישט ערלעדיגט דורך די פאליציי אדער פאבליק סעיפטי, טאמער איז פאליטיק נישט אינוואלווד, איז אין קרית יואל נישטא קיין פראבלעם, אויסער דעם, אויב גייען די וואלאנטירן נישט האבן קייין לייטס און סייערין, ווער וועט זיך אומקוקן אויף זיי? וויאזוי וועט מען זיי צולאזן צו דעם סין?, געב א ביישפיל אויף א סיטואציע ווען מען וועט דארפן צו קןמען צו די נייע חברה שומרים, וואס וועלן זיי טון? און וויאזוי?
|
|
|
|
|