| נשלח ב-21/11/2011 01:24 |
|
| |
ברעקינג: אויפגעדעקט די צווי גנבים
און די טעג, איז אויפגעדעקט געווארן די אידענטענט פון צווי מייסטער גנבים, וואס זענען זיך נוהג צו גנב'ען מידי חודש בחודשו בקביעות, לעיני השמש, אן קיין טראפ בושה וחרפה, עדי כדי כך אז מ'קען זיין אנרופן גזלנים.
נישט די גניבה זייערע שטערט מיך, ווייל זיי האבן א רבי'ן גנב און זי האבן זיך געהאט פון וועמען צו לערנען, איך קום נאר רעדן פון די אינטעליגענציע, פון איינעם פון די גנבים הערשל פורים, און דער צווייטער גנב אברהם כהן.
די גנבים זענען - ווי געזאגט פריער - הערשל פורים מיט אברהם כהן, וועלךכע דרוקן חודשליך אן ארטיקל אין א אויסגאבע מיטן נאמען "בקודש חזיתיך" (וואס רעפרעזענטירט די אהרני'שע יטב לב), דער ארטיקל הייסט "ותהי ראשית ממלכתו" און עס באשרייבט די גלאררייכע היסטאריע פון התייסדות קהילת ומוסדות סאטמאר אין ירושלים, די ארטיקל איז רייך באשרייבן באגלייט מיט פאסיגע דאקומענטן, ממש להפליא.
אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז דער גאנצער ארטיקל פון אנהייב ביזן סוף, נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט מיט די דאקומענטאזש ן פון "דער איד", פונעם ארטיקל "דעם רבינ'ס ביהמ"ד" וועלכע עס באשרייבט די התייסדות פון ביהמ"ד "אוהל רחל",, וועלכע איז באשריבן געווארן דורכן מייסטער שרייבער און היסטאריקער ר' שמואל ראזענבערג פון ירושלים.
צום מו"ל כהן איז נישטא קיין טענות און עס איז נישטא מיט וועם צורעדן, עס רעדט זיך פון א יונגערמאן א רצפת, וואס ביליג איז דאס ווארט נישט, אבער דיר ר' הערשל פורים וואס האט לעצטענס געהייסן אראפנעמען זיין נאמען פונעם ארטיקל, אויס מורא אז מ'וועט דיר צונעמען דאס ביסעל געשרייבעכץ וואס די האסט נאך אין "דער איד", לאמיר דיך פרעגן, הערשל ווי איז דיין אינטעליגענציע? ווי? מיט דיינע פאגרעסער גלעזער זעסטו נישט אז די מאכסט דיך צונאר מער ווי די מאכסט יענעם.
תוקן על ידי סוג ב- 21/11/2011 01:29:11
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2011 05:03 |
|
| |
אוי! די זאליס שרייען שוין ווייטער גנבים וחמסנים! די גרעסטע גנבים בדורינו וויינען גאר אז יענער איז דער גנב, זיי האבן א רבין וואס האט נאך אין זיין לעבן נישט מחדש געווען קיין אייגענע חידושי תורה, אלעס טרעפט מען כסדר אין עפעס א אלטן גליון, אמאל איז דאס א בעלזער גליון, אמאל א קלויזנבורגער גליון, און על פי רוב עפעס א מזרחיסטישער גליון, עפעס וואס זיי מיינען אז קיינער וועט נישט טרעפן, אבער סוף כל סוף טרעפט מען אלץ דעם מקור פון די גניבה, און זיי שרייען נעבעך אז יענער איז גאר דער גנב, דער גרויסער היסטאריקער, הרב רבי הערשל פריעדמאן וואס יעדער ווייסט אז ער איז א ידען נפלא און א גרויסער בר סמכא, און פארקויפט נישט עפעס געלבמאן חלומות, נאר קראנטע פאקטן, ער דארף גנבענען פון אפאר לוזערס, נעבעך נעבעך! איי פיל יור פעין!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2011 05:41 |
|
| |
האלאאא איך הער אויס זיינע אינטערוויאוס אויף קןל מבשר עס זעהט נישט אויס ווי ער איז אזא ידען, ער זאגט אהא אהא נו? נא! פשיהא () פארווען פארוואס ווי אזוי..... וואס דארף דער גרויסע ידען הגה"ק הערשל פשיהא דזשיגאן פורים פרעגן אזויפיל קשיות????
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2011 19:31 |
|
| |
ביטע שרייב דאס איבער אין אידיש, מיר זאלן דאס אויך פארשטיין!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2011 19:53 |
|
| |
רעסטלער ער גנב'ט אדער נישט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2011 20:32 |
|
| |
ווער? דער גזל? זיכער אז יא!
|
|
|
|
|