מיט בערך א יאר צוריק האט זיך געטון א איבערקערעניש אין וויליאמסבורג ווען א יוד אייזיק אבראהאם איז געלאפן קעגן הרב משה דוד נידערמאן ביי די היציגע וואלן אין וויליאמסבורג.
ער האט זיך געשוואוירן אז ער וועט געווינען ווייל ווי קען ער דען פארלירן ווען ער איז א ארוני, עס האט דאך נאכנישט פאסירט אין די היסטאריע אז א ארוני זאל פארלירן אפילו יעצט ביי די סאוט 8 שוהל האבן די ארונים אויך געווינען... גרויסע פלאקאטן און הויעכהילכערס האבן באלאגערט די גאסן, די טעלעפאנען האבן נישט אויפגעהערט נודזשען אז מען זאל שוין גיין שטימען פאר אייזיק אבראהאם, די שופר פון די דזשיגאן'ס האבן געיאמערט מיט גרויסע רויטע שרייעדיגע העדליינס אז יעדער איד וואס טראגט אויפן קאפ א זעקסטע הקפה קאפל מיז גיין שטימען ווייל אז נישט וועט חוקי תועבה אריינגיין אין קראפט נאך שנעלער ווי די חתונה תקנות, הקיצור די טאג איז אריבער, פארשטייט זיך אברהאם האט געווינען נאר מיט מער ווי העלפט שטימען ווי וואס נידערמאן האט באקומען, ער איז דאך נישט קיין לוזער אויב דריי טויזענט ספאנישע וואוטן פאר נידערמאן. היינט איז די "פוירסט לעדי" די רעבעצין פון די געווינער אבראהאם שוין ענדליך און די נייעס, ניין נישט אז ער האט ערלעדיגט דירות אדער פארקינג, נאר אז זיי האבן געטראפן א געלט אין א אייז קריעם.
די הכשר ליגט אין ווינער רב'ס שופלאד צוזאמען מיטן היתר מסירה פון סאוט אכט
נשלח ב-28/11/2011 07:15
באקומען אין אישי
עס גייט ארום א מעשה אז דער קעכער פון די כ"א כסלו סעודה ביי די ארונים איז געגאנגען מיט זיין מאמע צום לב אהרן, מיט א קוויטל אז די סעודה זאל זיך גוט אפקאכן, און די מאמע זיינע וועלכע געדענקט נאך ר' אהרן פון די אינגע יארן, רופט זיך אן צינעים: איך געדענק נאך דעם רבי'ן ווען מען האט אים גערופן אהר'לע, וואס מאן טאקע די אנדערע קינדער? וואס מאכט ליפא'לע? לבהרן: ב"ה ער אז היינט א רב מיט א שטיקל ביהמ"ד קעכערסמאמע: אה, און וואס מאכט שלום אליעזר'ל? לבהרן: ער האט א ביהמ"ד אין בארא פארק
קעכערסמאמע: און וואס מאכט זלמן לייב'עלע? לבהרן: אה, ער איז גרעסער פון זיי, ער האט א ישיבה פון 800 בחורים ומלאך ... בע"כ יענה אמן! ווייסט איינער אין די אויטענטישקייט פון די מעשה? אזוי גייט עס ארום, און עס שטימט עפעס נישט מיטן לבאהרן'ס כאראקטער (חוץ אויב ער שפירט זיך נישט גוט)
נשלח ב-28/11/2011 21:56
הרב ספרינטער, וואסערע שייכות האט די קעכערס מאמע מיט אבראהאם'ס אייסקרים? קען זיין ווייל ביידע זאכן געשעען זייער זעלטן...
נשלח ב-28/11/2011 23:23
איך האב אויך געהאט בדעה צו פרעגן וואס עס האט א שייכות, נאר זעהט אויס אז... עס הייבט זיך אן ביי א אייז קריעם און איך וויל נישט זאגן ווייטער....