בית פורומים אידישע געדאנק

מערסטענ’ס געזוכטער דראג-האנדלער ארעסטירט אין ווענזועלע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/11/2011 01:43 לינק ישיר 
מערסטענ’ס געזוכטער דראג-האנדלער ארעסטירט אין ווענזועלע

ווענזועלא. – א הויעכ-ראנגיקער קאלאמביען דראג פירער וועלכע איז ווי באריכטעט פאראנטווארטליך און ליפערן גאנצעטע טראנספארטן פון די פארבאטענע קאקעין קיין אמעריקע דורך צענטראל אמעריקע און מעקסיקא איז געכאפט געווארן אין ווענזועלע.
אמעריקע האט ארויסגעלייגט א $5 מיליאן דאללער באלוינונג פאר ווער עס וועט ברענגען אינפארמאציע וועלכע וועט פירן צו די ארעסט אויף דער דראג מייסטער, וועלכע איז געווען אויף קאלאמביע'ס מערסטענ'ס געזוכטע ליסטע.
קאלאמביען אויטאריטעטן געבן איבער פאר די פרעסע אז דער פירער איז געכאפט און ארעסטירט געווארן זונטאג. די אינפארמאציע איז שפעטער באשטעטיגט געווארן ביי קאלאמביען פרעזידענט מעניול סענטאז, וועלכע האט זיך געפינען אין ווענזועלע זיך צו טרעפן מיט'ן פרעזידענט יוגאס שאוועז.
''ער איז איינער פון מערסטע באוואסטע דראג האנדלער, וועלכע האט פאראורזאכט אסאך שאדן צו אונזער לאנד'', האט סאנטאז געזאגט פאר שאוועז אין די פרעזידענטליכע פאלאץ.
''מיר ווייסן אז ענקערע מענטשן, ענקערע אויטאריטעטן זענען געווען אין א געיעג נאך אים פאר א לענגערע צייט, און קוק ווי גאט איז אויף אונזער זייט, מען האט אים בלויז נעכטן געכאפט און ארעסטירט, און היינט קענען מיר מעלדן די פעזעטיווע נייעס'', האט סאנטאז געזאגט.
ס'איז נאך דערווייל נישט קלאר וויאזוי אויטאריטעטן האבן באוויזן צו כאפן דעם מייסטער דראג האנדלער.

קרעדיט: א נייעס
www.aneias.com



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מערסטענ’ס געזוכטער דראג-האנדלער ארעסטירט אין ווענזועלע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext