| נשלח ב-30/11/2011 04:04 |
|
| |
וויסט ניטאמאל דאס פלאץ: און ער האט אלעס געטאן
דער לץ בן ציון לאוב מיט זייף שותף אהרן יוסל פרידמאן לייגן אריין אן ארטיקל איבער חילול קברים אין "צומת גולני", ווי פאלגענד:
אין די טעג האט דער "ועד למניעת חילול קברים" געכאפט די ארכעלאגן גראבן קברי ישראל רח"ל אין א שטח נעבן טברי', אין א פלאץ וואס הייסט "צומת גולני".
דער משגיח פונעם ועד איז אנגעקומען דארט נעכטן מאנטאג, און צו זיין שטוינונג האט ער געזעהן אז זיי גראבן אויס קברים רח"ל אין א ביה"ח וואס איז שטארק מעגליך קברי ישראל.
דער משגיח וועלכע האט די פערמיטן אריינצוגיין איז תיכף אריין און פארלאנגט אפצושטעלן די ארבעט, אבער די ארטיגע ארכעלאגן האבן געטענה'ט אז די שטאטראט האט זיי באפוילן דאס אויסצוגראבן.
ער האט תיכף אנגעקלינגען די ראשי הועד, וועלכע האבן אראפגעשיקט נאך איינעם מיט וועמען זיי זענען פארבינדן, און יענער האט די מאכט צו פארלאנגען די ארבעט זאל זיך אפשטעלן, און אינדערצווישן האט די ועד געקאנטאקט די הויפט פון די ארכעלאגן, און אים פארגעהאלטן וואס דא טוט זיך.
דער פירער האט מודה געווען אז זיינע ארבעטער האבן געטוהן א זאך ואס זיי טארן נישט, ווייל זיי האבן געמוזט איינמעלדן פארן אנהייבן גראבן, אבער ער האט געזאגט אז עס גייט זיך אפשטעלן.
היינט איז דער ועד אריין אינעם פלאץ, און אבזערווירט וואס דארט טוט זיך.
עס שטעלט זיך ארויס אז די ארכעלאגן האבן ליידער אויסגעגראבן צוויי קברים. אבער עס איז נאך פארבליבן נאך 4 קברים, און נאך 6 "מערות קבורה", וואס דאס קען אנטהאלטן צומאל צענדליגער קברים.
זיי זענען איבערגעגאנגען מיט די ארכעלאגן די פלענער, און זיך נישט אוועקגערירט ביז עס איז געבליבן אפגעמאכט פונקטליך וואו מען גייט ארבעטן און וואו נישט, און א משגיח פונעם ועד וועט כסדר קומען אויפן פלאץ בא-אבאכטן אז די ארכעלאגן טוען נישט אנדערש ווי היינט אפגעמאכט, און אז אלע (אויסער די צוויי) די קברים בלייבן יא אומ-בארירט.
ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח.
---
היינט אויפדערנאכט האט די ועד אריינגערופן אין בי"ד העדה, און איבערגעגעבן אלע דעטאלן וואס עס האט ליידער פאסירט און וואס מען האט ב"ה דערגרייכט מיט די אפמאך אויף ווייטער, און די ועד האט געגעבטן בי"ד ארויסצוקומען מיט א "מכתב מחאה", וויבאלד די ארכעלאגן האבן דא געטוהן א שריט קעגן א בפירוש'ער אפמאך, און זיי מוזן זעהן אז עס איז נישט קיין מאנקי ביזנעס.
בי"ד האט געפרעגט צו עס פעהלט אויס א מחאה אויפן פלאץ, וואס אויף דעם האבן די עסקנים געזאגט אז יעצט אויף די מינוט איז שוין דא א אפמאך מיט די ארטיגע ארכעלאגן, און עס קען שאטן א פראטעסט אויפן פלאץ, אבער בי"ד זאל יא שרייבן אז אויב וועט מען זיי כאפן נאכאמאל ביי די מעשה און מען וועט זעהן אז זיי גראבן חלילה ווייטער, זאל מען ארויסגיין גלייך מיט א מחאה אויפן פלאץ.
לויט ווי דער מזכיר הבי"ד גיט איבער, גייט מארגן ארויס דער בריוו פון בי"ד (איך וועל עס האבן אפשר שפעטער היינט נאכט).
ניטאמאל ווייסט ער דאס ארט פון די חפירות, ער ווייסט ניטאמאל צוזאגן אז עס איז לעבן חבקוק הנביא ציון, און זיי האבן שוין געטאן און זיי האבן שוין געמאכט,און די העדה האט זיי געזאגט און די העדה האט זיי געהייסן דיי ארכעאלאגן האבן צו זיי גערעגדט, און ר' אהרן טייטלבוים האט געשטורמט, אזוי גייט עס ביי זיי
די מייק'ס און די גאסן אז מ'זאל ארויספארן מוחה זיין אויפ'ן ארט האט געמאכט "אתרא קדישא", מוחלה געווען האבן סאטמאר יונגעלייט פון כולל יטב לב מיט די "אוהל שרה" כולל וועמען בענצי לאוב רופט סיקריקין, אבער דער "ועד" פון לאוב האט אפגעשטעלט
צום ביד"צ העדה החרדית זענען היינט געווען עסקני "אתרא קדישא" ר' מרדכי רובין מיט ר' אהרן היימליך, אבער דער "ועד" האט ארויסגענומען דאס צעטל.
אויפ'ן ארט ביי די חפירות איז געוועזן אנוועזענד דער פארשטייער פון "אתרא קדישא" ר' משה האקערמאן, אבער לאוב פון אמעריקע און יאקטער פון תל אביב האבן עס אפגעשטעלט.
דער בריוו פון ביד"צ העדה החרדית איז שוין און גאס און לאוב זאגט אז עס קומט גאר ארויס מארגן
עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן
האט איר דעם בריוו פון ביד"צ העדה החרדית.

תוקן על ידי סוג ב- 30/11/2011 04:08:54
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 04:14 |
|
| |
איינע פון די שוידערליכע בילדער פון אויסגעליידיגטע קברים

|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 22:36 |
|
| |
דער נער שרייבט ווייטער ליגענט מיט געבעקסן
יוסל90 - סוג ענטפערט ווי פאלגנד:
===================
ניטאמאל ווייסט ער דאס ארט פון די חפירות, ער ווייסט ניטאמאל צוזאגן אז עס איז לעבן חבקוק הנביא ציון, און זיי האבן שוין געטאן און זיי האבן שוין געמאכט,און די העדה האט זיי געזאגט און די העדה האט זיי געהייסן דיי ארכעאלאגן האבן צו זיי גערעגדט, און ר' אהרן טייטלבוים האט געשטורמט, אזוי גייט עס ביי זיי
די מייק'ס און די גאסן אז מ'זאל ארויספארן מוחה זיין אויפ'ן ארט האט געמאכט "אתרא קדישא", מוחלה געווען האבן סאטמאר יונגעלייט פון כולל יטב לב מיט די "אוהל שרה" כולל וועמען בענצי לאוב רופט סיקריקין, אבער דער "ועד" פון לאוב האט אפגעשטעלט
צום ביד"צ העדה החרדית זענען היינט געווען עסקני "אתרא קדישא" ר' מרדכי רובין מיט ר' אהרן היימליך, אבער דער "ועד" האט ארויסגענומען דאס צעטל.
אויפ'ן ארט ביי די חפירות איז געוועזן אנוועזענד דער פארשטייער פון "אתרא קדישא" ר' משה האקערמאן, אבער לאוב פון אמעריקע און יאקטער פון תל אביב האבן עס אפגעשטעלט.
דער בריוו פון ביד"צ העדה החרדית איז שוין און גאס און לאוב זאגט אז עס קומט גאר ארויס מארגן
=====================
לאמיר ענטפערן על ראשון ראשון:
1) יא, עס איז אמת אז "אהל שרה" (נטורי קרתא) איז געווען מאנטאג מוחה זיין, און דאסמאל האבן זיי זייער גוט געטוהן (פאר א טשעינדש..)
נישט נאר אוהל שרה, נאר איבערהויפט סאטמאר יונגעלייט פון דעם באקאנטן סאטמארער כולל וואס שטייט בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מסאאטמאר שלחיט"א, פארהויל נישט קיין פאקטן., און נישט פאר א טשעינדזש טוען זיי עס נאר זיי זענען כסדר די מוחים, ףאון די צייט וואס איייערע יונגעלייט פיסטעווען דעם טאג און זענען פארנומען מיט נארישקייטן.
אבער, אויסער מוחה זיין קענען זיי גארנישט. פינטל. אלעס פון דא און ווייטער, די אינטערווענצן און הארעוואניע אפצושטעלן די ארבעט, דאס האט דער ועד געטוהן.
אויסער מוחה זיין לערענען זיי און ערליכע כוללים, און זיי טוען נישט וואס דער "תלמיד חכם" בן ציון לאוב טוט און שרייבט אויף הייד פארק
2) צו אתרא קדישא האט אויך געבעטן א בריוו פון בי"ד ווייס איך נישט, קען זיין, אבער דער נוסח אין דעם בריוו איז אויסגעשטעלט געווארן דורכן מזכיר זייענדיג אויפן טעלעפאן מיט די ראשי הועד, בשעת די ישיבת בי"ד וואס דער ראב"ד שליט"א האט אנגעפירט.
קודם איז ער שוין מודה במקצת אז דער בריוו האט נישט דער וועד פון יקטר מיט פריד געבעטן, יעצט צו די פאקטן, דער מושב בי"ד איז געווען זיין אונטערסאנט ווען הגר"מ שטרנבוך האט נישט געהאלטן ביים אונטערשרייבן ווי כסדר און האט נאר די לעצטע מינוט אונטערגעשריבן, איבערלאזענדיג א סטעטימענט וואס איך האלט אויף א צווייטע געלעגענהייט
אבער דאס איז קלאר אז ער איז בכלל נישט געווען פארמישט אינעם נוסח און האט נישט אפילו מגיה געווען קיין אות אחת פון דארטן, דער נוסח האבן געמאכט עסקני "אתרא קדישא" צוזאמען מיט הגרא"י אולמאן מיט'ן סד"ד, און דער וועד פון יקטר איז הערשט געוואויר געווארן פונעם בריוו ווען די גאס האט עס שוין געזעהן.
ווען בי"ד זאל טוהן וואס אתרא וויל, וואלט נישט געשטאנען "ואם ח"ו לא יפסיקו וימשיכו במעללם", ווייל לויט אתרא איז נישטא אזא זאך "אויב", אתרא האט אזאנס קיינמאל נישט געשריבן, אז "אויב" וועלן זיי ממשיך זיין, ווייל שיטת אתרא איז אז אויב האט מען געגראבן אפילו א קלייניקייט, אנשטאט ראטעווען די איבריגע, זאל מען "בלויז שרייען און קוויטשענען" און באשיסן די חברה מיט שטייער, אפגעזעהן צו מיט דעם ראטעוועט מען, אדער מען מאכט חרוב מער ווי מען ראטעוועט.
דער בי"ד האט געשריבן ווי די מציאות איז געווען אז נאכמיטאג האבן זייך צוגעזאגט אז זיי הערן אינגאנצן אויף די ארבעט, אבער היינט צופרי האבן זיי ווייטער אנגעהויבן ודי ארבעט און פילע יונגעלייט צווישן זיי סאטמארער יונגעלייט פון כולל יטב לב זענען ווידער ארויסגעפארן אל מקום החילול, ףאון למעשה האט מען זיי אפגעהאלטן פון ארבעטן אויפ'ן ארט און זיי האבן געמוזט ארבעטן און זיינטיגע ערטער, און דאס איז דער כלל אלע יארן אז מ'קומט ארויס אויפ'ן ארט שרעקן זיי זיך.
3) דער בריוו איז נאך "נישט" געווען אין די גאסן בשעת איך האב געשריבן די נייעס. (אפשר צוויי שעה שפעטער - ווען דו האסט געעפנט דיין אשכול - שוין יא. דאס ווייס איך נישט, אבער וויאזוי עס זאל זיין איז דאס א קליינע ליגנט פאר דיר).
דער ברייו איז שוין געוועזן אין גאס 6-7 שעה פאר דער לאוב האט געפענט די נייעס, און איך האב עס שוין געהאט 10 אזייגער ביינאכט, און דער בעקער דער פארשטייער פונעם גרויסן "ועד" וואס האט געמאכט דעם בריוו און אן זיי האט מען דעם בריוו נישט אונטערגעשריבן, האט עס ניטאמאל געהאט ער האט ניטאמאל געוויסט ווי מען גראבט די קברים, א צולייגער וואס מ'זעט נישט יעדן טאג.
4) אויב זאגסטו אז ענק האבן געראטעוועט דאס פלאץ און נישט די ועד, אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס אהל שרה / סיקריקין / נטורי קרתא זענען היינט ווידער געוועהן אויפן פלאץ מוחה זיין, נאכן אפשטעלן די ארבעט, (אין די צייט וואס בי"ד שרייבט קלאר "ואם ימשיכו") ??
מ'איז היינט ווייטער געפארן ווייל מ'האט אנגעהויבן ארבעטן, און עס איז געפארן איבערהויפט סאטמארער יונגעלייט, ווי אויבערדערמאנט
יעצט שריי ווייטער בענצי לאוב אתמהה! ענק האבן געראטעוועט און ענק פראטעסטירן ווייטער? הפלא ופלא.
תוקן על ידי סוג ב- 30/11/2011 22:36:56
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 00:40 |
|
| |
סוג דאסמאל האסטו געטאן א גלעצענדע דשאב, קלאר און קראנט פארציילט די פאקטן און אלעס ארום.
דיין סטיל אין שרייבן איז געשמאק און פליסיג ונהנתי מאוד. כה לחי!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 02:27 |
|
| |
דער לץ בענצי לאוב ווערט נישט געזעטיגט
איך האב געשריבן אז עס איז ארויס צענדליגער יונגעלייט פון סאטמאר כולל (וועלכע געפונט זיך אין קרית ויואל משה)
אבער דער שקרן שרייבט אז איך האב געשריבן אז מ'איז ארויס פון רח' יואל.
|
|
|
|
|