בית פורומים אידישע געדאנק

בני ברק: אויסטערלישע סוקסעס מוצש"ק ביים מעמד האדיר כ"א כסלו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/12/2011 04:22 לינק ישיר 
בני ברק: אויסטערלישע סוקסעס מוצש"ק ביים מעמד האדיר כ"א כסלו

בני ברק האט נאכנישט געזעהן אזא קיבוץ סאטמארער חסידים אונטער איין דאך זונט די מלכות'דיגע באזוך פונעם סאטמארער רבי'ן בעל ברך משה זצוק"ל תמוז תשנ"ד, ווי דעם מוצש"ק פר' וישב ביים "כינוס הכללי" פון תלמידי וחסידי סאטמאר בארה"ק, אינעם גיגאנטישן "קינג דעוויד" זאל ביים מעמד האדיר פון סעודת הודאה כ"א כסלו וועלכע איז פארגעקומען צוזאמענהאנג מיט דעם דינער היסוד פאר די הייליגע סאטמארער מוסדות אין בני ברק.

עס לאזט זיך נישט גלייבן וואספארא ציבור האט אנטיילגענוומען ביי דעם געהויבענעם מעמד ווי גדולי ישראל היו מסובין בה וועלכע האבן ארויסגעזאגט חוו"ד פאר די הייליגע מוסדות אין בני ברק

לאמיר קודם אראפלייגן אין קורצן די הויכפונקטן פונעם מעמד

ערש"ק פריידיגע רירענדע שמועס פון הגאון האדיר פוסק הדור הגר"ש וואזנער שליט"א בעל שבט הלווי פאר די חברי הנהלת המוסדות במעון קדשו (איינצעלהייטן פונעם שמועס וועט באלד נאכפאלגן), און האט געשיקט מוצש"ק זיינע גבאים אנטיילנעמען בשמו ביים מעמד.

כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א שיקט מכתב קודש וועלכע ווערט פארגעליינט ביים מעמד מיט גרויס התרגשות

מכתב קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ווערט אויפגעליינט ביראת הכבוד און ווערט אויפגענומען ביים ציבור מיט גרויס שמחת הנפש

דבר הביד"צ דהעדה החרדית הגאון האדיר עמוד ההוראה רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הביד"צ דירושלים ברענגט ברכת קדשם פונעם בי דינא רבא דהעדה החרדית קרתא קדישא, און לאזט הערן פלאמפייערדיגע דרשה און חוו"ד הביד"צ דהעדה החרדית איבער די סאטמארער מוסדות אין בני ברק


אורח הכבוד הרבני הנגיד הנכבד דין ריכא בר ריכא מוה"ר ר' בערל ווייס הי"ו פון לאסאנדזשעלעס ווערט אויפגענומען מיט גרויס כבוד און איז מכובד מיט ברכת המזון


נואם הכבוד הרב הגה"צ המפורסם נואם בחסד עליון רבי יחיאל מאיר כ"ץ שליט"א גאב"ד דזשיבוי עלעקטעזירט דעם ציבור מיט א בליצענדע דרשה א לענגערע צייט.

דברות קודש פון הגאון הצדיק רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א סאטמאר רב פון ירושלים, ווערט אויפגענומען מיט א געוואלדיגן רושם


משא המעמד הגה"צ המפורסם רבי מענדל דאווידאוויטש שליט"א לאנגיעריגער סאטמארער ראש הישיבה שלאגט דעם טאן פונעם מאורע.

דבר הנהלת המוסדות הרבני הנגיד הנכבד ר' דוד מאיר טאהלער שליט"א איבעראשט דעם ציבור אויסרופענדיג די סומעס וואס דער ציבור האט זיך אנגערופן ביים דינער.


קלימאקס פונעם מאורע.

די פילקעפיגער טויזענטער ציבור אידן זינגען חסדי ד' כי לא תמנו מיט א געולדיגע שמחה, ווען דער ריזיגער "קינג דעוויד" זאל וואס באשטייט פון 18 טויזענט סקווער פיס איז איבערגעפילט מפה אל פה.


אנגעזענע רבנים צווישן די פילע  רבנים וואס וואוינען אין בני ברק וואס האבן אנטיילגענוומען ביים מעמד:
הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א ראש ישיבת מתיבתא דר' יוחנן ויו"ר אגודת אתרא קדישא
כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבעלזא מאכניווקא שליט"א
הגאון הגדול רבי משה בענדעדיקט שליט"א רב ואב"ד חוג חתם סופר
כ"ק אדמו"ר מזוויעהל בני ברק שליט"א
הגאון ר' יעקב יהושע ענגלאנדער שליט"א ראש ישבת מחזיקי תורה בעלזא מאכניווקא
הגאון ר' אברהם ישעי' טורטשין שליט"א ראש ישיבת בית הלוי
הגאון ר' שלמה אייגער שליט"א מראשי ישיבת באבוב
הגאון ר' אברהם יצחק אולעך שליט"א מו"צ בית הוראה פון הגר"ש וואזנער און מראשי הכולל טשערנאביל
הגאון ר' משה בויער שליט"א מרבני כולל חזון איש בני ברק


און נאך פילע צענדליגער רבנים און מורי הוראה פון ירושלים שליט"א וועלכע מיר וועלן שפעטער אויסרעכענען ביי די קומענדיגע באריכט, אויפצומארגאנס


פאלגט נאך מארגן די אויספירליכע באריכט באגלייגט מיט מעכטיגע בילדער



תוקן על ידי ברעקינג ב- 18/12/2011 04:51:25




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 05:28 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 05:31 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 05:33 לינק ישיר 
עמוד ההוראה רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א ברענגט דבר ביד" העדה החרדית צום מעמד




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 20:19 לינק ישיר 

נאך בילדער פונעם געלונגענעם מעמד האדיר כינוס הכללי פון תלמידי וחסידי סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 20:25 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 20:28 לינק ישיר 

ס'איז א מורא'דיגע חיזוק פאר חסידי סאטמאר בארץ ובחו"ל בפרט, און פאר די יהדות החרדית בכלל, נצח ישראל לא ישקר..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 20:42 לינק ישיר 
פון אלע ביידע זייטן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 20:44 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 21:08 לינק ישיר 

אשרי עין ראתה אלה..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בני ברק: אויסטערלישע סוקסעס מוצש"ק ביים מעמד האדיר כ"א כסלו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext