| נשלח ב-18/12/2011 20:09 |
|
| |
איז נעכטן געווען פאפא רבי'ס יום הצלה?
איך מוז אויסדרוקן א פוינט וועגן דעם נעכטיגן דינער און איך האלט אז יעדער וועט דאס פארשטיין און מיטהאלטן מיט מיר,
אין די צייטן פון ארי' לייב גלאנץ האט ער איינגעפירט אז ביים דינער האבן זיך אנגערוקט א פארפלייצונג פון פאליטישענס און מ'האט פאר זיי מקדיש געווען לאנגע מינוטן פון דעם הייליגן נאכט. ווען דער רבי שליט"א איז געווארן רב אין וויליאמסבורג האט ער היבש עלימינירט דעם ביליגן ערשיינונג און עס איז ב"ה געקומען אביסל אונטער קאנטראל. (לויט ווי איך הער איז שוין ביי די אהרונים דאס יאר בכלל נישט געווען קיין פאליטישענס!)
דאס יאר האט מען אונז פריש באגאסן מיט די געמיינע גוים ביים דינער נאכט, ולא זו אף זו דרייט זיך אויפן אויבנאן אונטערן רבי'ן א פאפא'נער יונגערמאן, יונתן מענצער, וואס גייט אויס פאר בילדער און אטענטשאן, און היות אין פאפא באקומט ער דאס נישט קומט ער אויף סאטמאר עס אפנעמען, אזש ס'האט אויסגעקוקט דער אויבנאן ווי פאפא רבי מאכט א סעודת הודאה, אזויפיל האט ער זיך ארומגעדרייט דארט, און קיינער זאגט אים נישט קיין ווארט!
עס איז געקומען די העכסטע צייט צו לאזן וויסן פאר דעם יונתן מענצער אז קיינער דארף אים נישט האבן אין סאטמאר, עס איז די העכסטע צייט מ'זאל אויפהערן נוצן אונזער רבי'ן מיט אונזערע מעמדים פאר זיינע אינטערעסן, ער זאל זיך גיין לחיים ולשלום טאנצן מיט די גוים ביי זיך אינדערהיים, און אראפרופן הערשי רובינשטיין זאל אים פאטאגרעפירן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:19 |
|
| |
הונדערט פראצענט גערעכט! ווען הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו איז ווען דאהי און דער מענצער שלעפט זיך נאך ווי סתם א נאכשלעפער, און שטעקט זיך אריין זיין פנים פאר די בילדער אזוי ווי דער ריבניצער בערקאוויטש, החרשתי. אבער אז ר' משה דוד איז נישט דאהי געווען האט דער פאפא'נער בכלל נישט וואס צו זוכן דא, אפגערעדט פון זיך דרייען אויפן אויבנאן ווי א גאנצער מחותן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:23 |
|
| |
ארמארי, דיין אגענדע איז קלאר, פארמאך דיין מויל מיט א שלעסל און לויף צוריק קיין קרוין הייטס זינגען ופרצת..
ב"ה ס'האט זיך קוים דערקענט פאליטישאנס, דער שליח פון גאווערנער האט מען געלאזט פארליינען א בריוו פון גאווערנער (שלום מלכות), ער האט אויפגעטרעטן אין קראון הייטס אויך, הרב יונתן יוסף מענצער איז א עסקן חשוב ונמרץ וואס וועט זיך אויסשטרעקן פאר יעדע איד, און זיך איבערגעבן בלב ונפש ווען מ'קען צו העלפן אידן צוזאמען מיט זיין שותף העסקן הנמרץ והחשוב הרב יחיאל גאלדבערגער, ספעציעל לכל קדשי בית סאטמאר, זייער עבירה איז אז זיי שטייען צו די רעכטע האנט פון דעם עסקן נמרץ וחשוב הרב משה דוד נידערמאן, וועמען איר זוכט אונטערצוברענגען פאר די לעצטע צען יאר- טראץ וואס איר אלע געניסט פון זייערע סערוויסעס אין UJO אן קיין בושה א גאנץ יאר - וואס איז דער גרויסער חטא? ווייל זיי שטעלן זיך נישט צו צו די סבלן'ס פארטיי..
תוקן על ידי וויכטיג ב- 18/12/2011 20:23:40
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:28 |
|
| |
דער בחנ'טער רעסטלער נעכטן אין קראונהייטס

תוקן על ידי הדלקה ב- 18/12/2011 20:29:50
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:29 |
|
| |
וויכטיג איך ווייס נישט וואס דו רופסט אגענדעס, אבער ביטע רעכן מיר אויס "איין זאך" וואס מענצער האט דעליווערט פאר סאטמאר!
חוץ אויף בילדער האט מען דעם נאמען יונתן מענצער קיינמאל נישט געהערט ביי קיין שום עסקנות נישט לטובת הפרט און אוודאי נישט לטובת סאטמאר, אפשר לטובת פאפא.
אגב, קוקט מיר אויס ווי דו בוסט געווען אין קראנהייטס און נישט מיטגעהאלטן ווי חוץ אייזנער'ס דרשה האט נאך איינער א מאדערענער אינגל אויסגערופן א גאנצע ליסטע מיט גוים.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:36 |
|
| |
אן זיך אריינלאזן אין וויכוחים צי מענצער קען יא צי נישט, צי ער איז בלויז א נאכשלעפער פון ר' משה דוד'ן. דאס איז אמאל זיכער אז אויסנוצן אונזער'ס א מסיבה פאר זיינע פאפאראצי ווערק איז א עוון פלילי. ער קומט פון די זעלבע חסידות ווי הערשי רובינשטיין קומט, וואו דארט מיינט אלעס בילדער, און מ'דארף אים איינמאל פאר אלעמאל קלארשטעלן אז פאר פאפאראצי זאל ער גיין קיין פאפא. עס דארף אים קיינער נישט דא האבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:38 |
|
| |
איך פארשטיי דיין וויטאג, אז מ'קען נישט שרייבן אז ס'איז געווען א דורכפאל ווייל די בילדער און קליפס פאטשן ענק אין פנים, זוכט מען א זייטיגע אגענדע צו פרובירן פארנעפלען דעם מעכטיגן היסטארישן מעמד, והיא לא תצלח..
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:43 |
|
| |
| וויכטיג כתב: |  | | איך פארשטיי דיין וויטאג, אז מ'קען נישט שרייבן אז ס'איז געווען א דורכפאל ווייל די בילדער און קליפס פאטשן ענק אין פנים, זוכט מען א זייטיגע אגענדע צו פרובירן פארנעפלען דעם מעכטיגן היסטארישן מעמד, והיא לא תצלח.. |
|
וואס ענטפערסטו ווי א בהמה? ארמארי האט ארויסגעברענגט זייער א גוטע פוינט, יעצט טאמער האלטסטו אז יונתן מענצער מעג יא נוצן אונזער אויבנאן פאר זיינע פאפאראצי, ביטע זיי מסביר פאר וואס, און אויב האלטסטו אז ארמארי איז גערעכט, און יונתן דארף מען באזייטיגן פון דארט, מעגסטו עס אויך זאגן,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:44 |
|
| |
סאיז נישט קיין נייעס איז יו זשעי או מיט מענצער שטייען ענק ווי א דארען אין אויג, סוועט נישט העלפען די אלע נארישע פראוועקאציעס, מעגען קומען אלע באהאלטענע ארוינישע ניקס דא און אנהייבען שרייען מענצער פאפא, ער איז קליגער און העכער פון דעם, און סאטמאר איז אויך קליגער און זיך נישט צו טוען מאכען פון דעם און זיך נישט לאזען פראוועצירען, מענצער שטייט מיט סאטמאר אין אלע יארען, ער האט געכאפט פאר דעם פון די שונאי סאטמאר צעזאמען מיט הרב נידערמאן, און זיך נישט וויסענדיג געמאכט נאר ווייטער געבליבען מיט סאטמאר, אונז זעמיר אלע דא צו סופארטען הרב מענצער, סאיז אונז א שטאלץ אז מיר קענען באגריסען און אים געבען הכרת הטוב!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:46 |
|
| |
אינטערעסאנט נאר אז דער גינגריטש וואס איז קוים צוויי וואכן אויף דעם פארום ווייסט שוין ווער עס באהאלט זיך אונטער וועלכע ניקס, און אז די אהרונים פראוועצירן דא קעגן מענצער.. שעפעלע, עס שטונקט פון קאפ. קענסט גיין שרייבן אין כל העולם כולו, דארט איז דער אפיציעל אהרוני פארום אויב דו האסט נישט געוויסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:49 |
|
| |
| ארמארי כתב: |  | וויכטיג איך ווייס נישט וואס דו רופסט אגענדעס, אבער ביטע רעכן מיר אויס "איין זאך" וואס מענצער האט דעליווערט פאר סאטמאר!
br />
חוץ אויף בילדער האט מען דעם נאמען יונתן מענצער קיינמאל נישט געהערט ביי קיין שום עסקנות נישט לטובת הפרט און אוודאי נישט לטובת סאטמאר, אפשר לטובת פאפא.
|
|
ווייסט איינער פארוואס וויכטיג איז פלוצלינג שטיל געווארן?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:50 |
|
| |
קוקט ווי דער עולם נעכטן נאכט ברענגט זיי ארויס פון גלייכגעוויכט..
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:54 |
|
| |
| וויכטיג כתב: |  | קוקט ווי דער עולם נעכטן נאכט ברענגט זיי ארויס פון גלייכגעוויכט.. |
|
ווער איז דער "זיי"?
ווען מ'פרעגט דיר נארמאלע פראגעס ענטפערסטו נישט, יעצט פלוצלינג האלטן "זיי" עס נישט אויס...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:03 |
|
| |
וויכטיג, שפיל נישט מיטן אינטעליגענץ פון די מענטשהייט. דו האסט אלע רעכטן צו האלטן אז מענצער האט יא אמאל א טובה געטון פאר א איד צי פאר סאטמאר, און דעריבער דארפן מיר אים געבן פאפאראצי. אבער צו שרייען ווי א נאריש קינד אז יעדער וואס רעדט קעגן מענצער איז א אהרוני, איז אביסל פערדיש.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:04 |
|
| |
סאיז נאריש זיך ארום צו טענה'ן צו מענצער מעג יא אדער נישט זיך דרייען ביים דינער אויבענאן מיך גייט עס בכלל נישט אן איך האב ניטאמאל געוואוסט אז ער איז דארט בכלל איז דאס אן ארונישע שפראך וואס ווערט דא געשריבן קעגן מענצער די סיבה פארוואס היי יאר האט מען אויס גערופן די פאלאטישענס איז געווען צוליב דעם וואס זיי זענען געווען גאר שטארק בייהילפיג אז מיר זאלן קענען באקומען דעם זאל אין אלס הכרות הטוב האט מען היי יאר געמאכט א אויסנאם
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:08 |
|
| |
ביידען, איך ווייס נישט ווי לאנג דו בוסט געווען אין זאל, מיר און אלע מיינע ארומיגע האט נערווירט זיין ערשיינונג יעדע צוויי מינוט אויפן אויבנאן אמאל מיט א גוי און אמאל אן א גוי.
וועגן דעם אז מ'רייסט אים אראפ אהרוני שפראך איז בכלל נישט גערעכט, ווי שוין ערווענט דא ווען ער קומט מיט ר' משה דוד איז איין זאך, אבער ער כשלעצמו זענען דאך הכל מודים אז ער איז גארנישט ווערט נישט פאר יחידים און אוואדי נישט פאר סאטמאר, טא וואס לאזט מען אזא משוגענעם נעמען אטענטשאן אויף אונזער חשבון?
|
|
|
|
|