בית פורומים אידישע געדאנק

הערליכער שב"ק כ"א כסלו בחצר בית סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/12/2011 21:07 לינק ישיר 
הערליכער שב"ק כ"א כסלו בחצר בית סאטמאר

כ"א כסלו הערשט אייביג א יום טוב'דיגער שטימונג ביי חסידי סאטמאר איבער די וועלט, ווען דאס געפאלט נאך אום שבת איז דאס פון די גאר געהויבענע געשעענישן, און אז דער אויבערשטער האלפט און עס געפאלט נאך א שמחה בבית רבינו אין דער זעלבער צייט, ווי אויך איז דער וואך געווען די שבת המתאחדת פאר תלמידי ישיבה גדולה באולם "פרדס צבי"...

די גאנצע שבת קודש איז געווען איין לאנגע קייט פון שיינקייט און התרוממות, די הייליגע ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט וואו עס האבן נאך געדאווענט דער הייליגער ויואל משה זי"ע און ממלא מקומו הברך משה זי"ע, און אצינד פירט דארט ממלא מקומם כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א איז געווען געפאקט ביי קבלת שבת מן הקצה אל הקצה, דער שלחן הטהור, ווי ס'איז אויך פארגעקומען די שלום זכר פון הרה"ג אלחנן חיים פילאפ שליט"א בנו של הגאון הגדול רבי יקותיאל יהודה פילאפ שליט"א חבר הבד"ץ, און איידעם ביי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, איז געווען גאר געהויבן מיט טויזנטער חסידים, און האט זיך געצויגן ביז די שפעטע שעה'ן, דאס אייניגע האט זיך איבער גע'חזרט ביי שחרית ווען דער ביהמ"ד איז געפאקט עד אפס מקום, דער קלימאקס איז געווען ביי סעודת רעוא דרעוין, וואו מ'האט געקענט טאפן די התעוררות דקדושה מיט די הענט, און רבינו שליט"א האט געזאגט דברות קודש יוצאים מלב טהור ונכנסים ללבות בני ישראל, דער עולם איז אוועק פונעם שבת קודש מיט זעק און פעק פון חיזוק..



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 22:58 לינק ישיר 

אריינקומענדיג צום טיש פרייטאג בין איך געווארן עלעקטראזירט פון די הערליך בילד פון די 10 שטאקעדיגע פארענטשעס מיט די 100'טע ישיבה גדולה בחורים פון גאנץ נוי יארק, 
שבת נועם הנשמות!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הערליכער שב"ק כ"א כסלו בחצר בית סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext