בית פורומים אידישע געדאנק

רבינו זצ"ל: יבא יום ש'עהרליכע יוד' לא יהא באפשרות לדור בא"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2011 23:25 לינק ישיר 
רבינו זצ"ל: יבא יום ש'עהרליכע יוד' לא יהא באפשרות לדור בא"י

די סאטמאר רבי זצ"ל האט אמאל געזאגט
(איך האב נישט די פינקטליכע לשון, און מ'קען מיך אויסבעסערן)
"איך האב מורא, אז ס'וועט נאך קומען א טאג וואס א ערליכע יוד וועט אין א"י נישט קענען וואוינען!"

אין דאס האט ער געזאגט אין א צייט וואס מ'האט נאך געלעקט די פרומע, און געוויזן א אויסגעשטרעקטע האנט צו די פרימע....
מ'האט זיי נאך באווארפן מיט געלט, און זיי געמיטשעט צו זיך באטייליגן אין די בחירות און אין די פאזיציעס....
א ווארט קעגן די פרומע האט נאך דעמאלטס געמיינט פארראט אין עם ישראל....
מ'האט גערעדט פון 'ניסים' ווען זיי האבן געהאט א געווינס, און מ'האט עס מאך געזוכט צו פארוואנדלען אין א 'הלל' אישו...
די מדינה האט דעמאלטס נאך געזוכט צו כאפן הייליגע ערטער, ווי די כותל און קברים ערטער פון גרויסע לייט.... - זאכן וואס זיי צוברעכן היינט פאר יעדע הייוועי וואס זיי ווילן בויען....!

כמה גדולים דברי רבי!
ווען מ'זאל מאכן אזא העצע אין עני לאנד קעגן פרומע יודן פאר די חטא פון איינצעלע עקסטרעמיסטן (וואס איך בין אויך בכלל נישט זיכער אז דאס איז אמת, ווייל איך זעה אז די מאמע זוכט ווי מער פאבליסיטי, וואס קען נאר נאך מער שאטן פאר איר טאכטער, ווי א נישט-געשטויגענע שפיי) וואלט געווארן א פעדעראלע אויספארשינג פאר די שרעקליכע דיסקרימינעיטינג! און דארט באקומט עס גאר עפענטליכע שטיצע פון חברי כנסת און פון'ם פרעמיער מינייסטער!



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/12/2011 23:30 לינק ישיר 

ס'האלט נאנטער ווי ווייטער דערצו:
אז ס'וועט ח"ו געלונגען די אלע אנטי פרימע ארגעניזאציעס זיך צאמצונעמען און אנהייבן מאכן "בלעם'ס עצה" וואס זיי פלאנען יעצט, קודם אנצוהייבן אויף אלע מהדרין ליניעס אין לאנד, זיך ארויפצו שטיפן ו' טבת, מענער און פרויען און מאכן א דירעקטע זנות מערכה, זאל דער אייבישטער אפהיטן.
ווייל זיי זענען געפערליכע להכעיס'ניקעס, ישראל שחטא, נישט סתם אז זיי זוכן ליבעראלקייט און פרייהייט, ווייל דאס קענען זיי טרעפן גענוג אין תל אביב און עילת.
זיי זוכן דירעקט צו מאכן א מבול אין די ערליכע געגנטער!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/12/2011 04:43 לינק ישיר 

ווי ווייט מיינט איר האלט א געזעץ וואס וועט פארבאטן פאר די מדינה צו געבן געלט פאר א מוסד וואס האט נישט געמישט יונגלעך מיט מיידלעך? נישט צו לאנג! ויואל משה אמת ותורתו אמת, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 19:50 לינק ישיר 


When asked to comment on the situation in Eretz Yisrael, MBD quoted the late Satmar
Rebbe Rav Yolish M'Satmar ZT''L,
''that the time will come when a chareidi Jew will not be able to live in Eretz Yisrael''.



תוקן על ידי סטראבערי ב- 09/01/2012 19:53:50





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/1/2012 11:36 לינק ישיר 

http://www.vosizneias.com/98410/2012/01/08/new-york-mbd-the-satmar-rebbe-was-right


MBD: The Satmar Rebbe Was Right

Photo by: Baruch Ezagui






















New York - In an interview with Israeli radio host Menachem Toker last Motzei Shabbos, Mordechai Ben David offered his thoughts on the current situation in Israel.Quoting the Satmar Rebbe, Reb Yoel, zt’l, MBD called the continuous clashes between the Chiloni and Chareidi community very frightening.“The Satmar Rebbe, R’ Yoelish was correct. He was completely right. He said there would come a time when Chareidi Jews would not be able to live in Eretz Yisroel. Hashem Yiracheim.”Speaking about the general anti-Chareidi bias emanating from the secular community and not the recent events in Beit Shemesh, MBD attributed the conflict to the Chiloni community becoming concerned by the rising birth rate among the Chareidi community and likened it to biblical times when the Mitzrim were afraid that they would be outnumbered by Bnei Yisroel.Advertisement:“There are so many Chareidi babies being born and iy’H we will grow in our simcha and in our Avodas Hashem and as we grow stronger our light will overcome the darkness,” said MBD.MBD also discussed his most recent album, Kissufim, and suggested that despite earlier statements that this was his final album, it is possible that there could be additional Chasidic albums in his future.Citing excellent sales of the album, which featured exclusively Chasidic music MBD said, “this proves to me that true Chasidim don’t copy music and those who are not so Chasidic are the ones who are doing the copying. I have my finger on the pulse of American buyers. In the Chasidic areas, like Monsey, Monroe, Borough Park and Williamsburg, it is flying off the shelves. Apparently true Chasidim learn Shulchan Aruch and they don’t steal.”When asked to comment regarding the interview and his possible return to the studio MBD told VIN News, “I’m not back in music. All I said to Toker is the fact that the Kissufim album, which is Chassidish, sold better than expected, proving that the chasidishe velt doesn’t copy or steal like the others. ‘Maybe’ I would consider doing another. But honestly I don’t think that’ll happen so fast. It’s just too much work.”




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 11:42 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 19:02 לינק ישיר 

ער געבט צוויי פליקעס דא, ער אנדערקענט אז רבינו הקדוש איז גערעכט געוועזען מיט ציונות, און ער פליקט אן די נישט היימישע אז נאר חסידישע קאפירען נישט די טעיפס אן רשות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 20:33 לינק ישיר 

דאס אז די מלכות הרשעה פון די ציונים וויל אויסרייסן די תורה און כלל ישראל איז נישט קיין נייעס. דאס גייט שוין אן נאך פאר ס'איז געווען א מדינת  ישראל.

דאס אז ס'וועט קומען א צייט וואס ערליכע אידן וועלן אין ארץ ישראל נישט קענען וואוינען, איז אויך קיין שום צווייפעל נישט.

דא וויל איך אבער פרעגן ספעציפיש - אפשר קען מען מיר מסביר זיין אבער ביטע נאר לאגיש און מיט א תורה'דיגן בליק.

פארוואס אויב די רעגירונג לאזט נישט "מהדרין באסעס" אפטיילן מענער פון פרויען אין א באס, איז עס א גזירת כלי'.
איז דען דא אין ניו יארק אנדערש מיט די שטאטישע באסעס?


= פרויען קענען זיך פרייוויליג זעצן נאר אין די אונטערשטע זיצן.
= מענער קען זיך פרייוויליג זעצן נאר אין פאדערשטע זיצן.

פארוואס אויב די רעגירונג לאזט נישט הענגען מודעות אויף די סיידוואלקס, צו פארבאטן אפטיילן מענער פון פרויען אויף די סיידוואלק, איז עס א גזירת כלי'.

איז דען דא אין ניו יארק אנדערש מיט די סיידוואלקס.

פארוואס ווען די מדינת הציונית אין ירושלים עפנט א פארקינג לאט (קרתא) אום שבת קודש, און זענען מחלל דעם שבת קדוש, איז יעצט די מדינה געווארן כופרים?

די גאנצע מדינה איז איין שטיק כפירה און מינות, וואס טוט קרתא פארקינג לאט מער חילול שבת ווי די מיליאנען חילולי שבת וואס די רעגירונג פראקטיצירט מדי שבת בשבתו?

עס גייט נישט אריין אין מיין קאפ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 21:42 לינק ישיר 
דו ביסט אדער דו מאכסט זיך?

פארוואס ווען מען ארעסטירט יונגעלייט רעכט אין לינקס פאר גארנישט איז עס נארמאל ביי דיר?
פארוואס איז אזא מצב וואס דער גאנצע מדינה איז אויף געגען די פרומע אזוי ווייט אז די דוב הייקינד קלאס חרידים זענען אויף, אין דו פארשטייסט נישט


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 10/01/2012 21:43:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 21:44 לינק ישיר 

דו טראכסט אז אינעם מלכות של חסד הנקראת אמעריקע, וועט מען נישט ארעסטירן "רעכטס און לינקס" אויב פרויען זאלן זאגן אז חרד'ישע אידן שפייען אויף זיי.

זיי אויפריכטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 21:46 לינק ישיר 

http://video.foxnews.com/v/1370815286001/religious-secular-tensions-among-jewish-community/?playlist_id=86857



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 21:48 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
דו טראכסט אז אינעם מלכות של חסד הנקראת אמעריקע, וועט מען נישט ארעסטירן "רעכטס און לינקס" אויב פרויען זאלן זאגן אז חרד'ישע אידן שפייען אויף זיי.

זיי אויפריכטיג.


אויסדריקלעך נישט, באשולדיגן אלע חרידים אויף עפעס וואס איינער האט געטון הייסט אין אמעריקע רעסיזים, קוק דעם ווידיאוי וואס איך האב יעצט געפויסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 21:48 לינק ישיר 

עס קומט צום לאכן.
דוב הייקינד דארף די שטימען. יעצט לוינט אים צו האקן אויף ביבי. און דו ווערסט עקסיידעט.

דאס איז ראשית.


שנית - אטאקיר מיר נישט פאר'ן געבן דאס רעכט פאר מדינת ישראל.
איך פרעג בלויז: צו וואלט ניו יארק סטעיט ערלויבט דאס שפייען אויף פרויען. (אפילו ס'איז שקר וכזב).

ביסט מודה אז עטליכע מרשעת'ן זאגן אז  מ'האט געשפיגן. און אויך א מאמע זאגט אז מ'האט געשפיגן אויף איר קליין מיידל פון 8 יאר.


רעד צום דבר ביטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 21:53 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
דו טראכסט אז אינעם מלכות של חסד הנקראת אמעריקע, וועט מען נישט ארעסטירן "רעכטס און לינקס" אויב פרויען זאלן זאגן אז חרד'ישע אידן שפייען אויף זיי.

זיי אויפריכטיג.


אויסדריקלעך נישט, באשולדיגן אלע חרידים אויף עפעס וואס איינער האט געטון הייסט אין אמעריקע רעסיזים, קוק דעם ווידיאוי וואס איך האב יעצט געפויסט


איך האב פאר דיר גרויסע נייעס. דאהי אינעם מלכות של חסד, וואלט די רשעות'דיגע פאליציי ארעסטירט דאזענס חסד'ישע אידן פאר'ן שפייען אויף פרויען.

דו ווייסט אז די פאליס דאהי אין ניו יארק האט נישט מורא צו זאגן ליגענט, און אויב "בלומבערג" גיט א צייכן אז מ'דארף אונטערדריקן הייבט מען ארעסטירט רעכטס און לינקס און אינדערמיטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 21:53 לינק ישיר 

איך ווייס נאר פון איין פאל פון שפייען, אין פון זעקס ארעסטירטע,
די ווידיאוי פון פריער האסטו געזעהן? יענער איז אויך עפעס אויף הייקינדס זייט, אין מרדכי בן דוד? ער איז אויך עפעס א סאטמערער געווארן? אין וואס זאגסטו צו די ווידיאוי? קענסט אביסן עיברית? http://video.foxnews.com/v/1370815286001/religious-secular-tensions-among-jewish-community/?playlist_id=86857




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 21:56 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:

דו ווייסט אז די פאליס דאהי אין ניו יארק האט נישט מורא צו זאגן ליגענט, און אויב "בלומבערג" גיט א צייכן אז מ'דארף אונטערדריקן הייבט מען ארעסטירט רעכטס און לינקס און אינדערמיטן.



You made my point

יא, די פאליציי אין ארץ ישראל האבן באקומען א ווינק אז די חרידים זענען הפקר, אט דאס איז טאקע געשעהן,

לאמיר דיך פרעגן, ווען דא אין אמעריקע זאל ווען געשעהן אז די חסידישע טאליבאנער שפייען אויף פרויען, אין די פליציי הייבט אן רודפן יעדען יוד אויפן דיריקטן באפעל פון בלומבערג, וואלסטו נישט געמאכט א ויצעקו? ראסיזים! פארוואס דארט פארשטייסטו נישט דאס? יא יעדער ווייסט אז עז איז דא ווילדע צידרייטע חברה וואס טוען אלעס וואס פאלט זיי איין אין די מינוט, אן טראכטן א רגע, אבער דאס מיינט נישט אז אלע חרידים זענען הפקר וועגן דעם, אויסדריקליך נישט


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 10/01/2012 22:01:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רבינו זצ"ל: יבא יום ש'עהרליכע יוד' לא יהא באפשרות לדור בא"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext