בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים פלאקערן שוין ווייטער וועגן משה פריעדמאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2012 21:00 לינק ישיר 
אהרונים פלאקערן שוין ווייטער וועגן משה פריעדמאן

עס קוקט אויס ווי בקרוב וועט זיין א פנקס ספעציעל געווידמעט פאר אלע וואס הייסן משה פריעדמאן.
 
יעדע פאר יאר שטויסן זיך די די אהרונים אן מיט א אנדערע משה פריעדמאן און זיי קענען נישט פטור ווערן.
 
אנגעהויבן האט זיך עס ווען זיי האבן זיך צושלאגן מיט ר' משה פריעדמאן פון קרית יואל, דערנאך האבן זיי זיך צושלאגן מיט ר' משה פריעדמאן משב"ק, יעצט האבן זיי זיך צושלאגן מיט ר' משה פריעדמאן פון בארא פארק.
 
פאר עטליכע יאר צוריק האבן די אהרונים אויפגענומען א נייע דיין אין דריי און פופציג שוהל ווייל הרה"ג ר' חיים דוד כ"ץ האט גע'פסקנ'ט הלכות ווי די תורה הייסט, האבן זיי אויפגענומען ר' משה פריעדמאן וואס וועט פסקנען וואס ר' אהרן טייטלבוים וועט הייסן - נוסח פעיראל דיין.
 
נעכטן האט דער מעכטיגע געשוואוירענע אהרונישע דיין א שידוך געטון, און גענומען א איידעם פון.... קווינס ישיבה! יא איר הערט גוט דער נייע דיין וואס איז שוין נישט אונטער די טעראריסטישע זאליס האט גענומען א איידעם א בחור וואס לערנט אין ישיבה גדולה בנשיאות כ"ק אדמו"ר יקותיאל יהודה ט"ב שליט"א, נישט פון ישיבה בנשיאות ר' אהרן.
 
פארוואס? ווייל אז מען דארף א פיין בחור ווייסט יעדער גייט מען צו ישיבה אין קווינס, נישט קיין קרית יואל וואס דארט האדעוועט מען אז ווארפן פאשקעווילן, שלאגן, און מאכן פאני קאלס.
 
היינט האט ר' משה פריעדמאן נומער 3, געקאלט ר' אהרן קיין פאלם ספרינגס אפצונעמען א מזל טוב, ר' אהרן האט אים געפרעגט ווער די חתן איז און ווי ער האט געלערנט האט ער אים געזאגט מיט א ציטערדיגע שטימע "קווינס..." מער האט נישט אויסגעפעלט און טראךךךך די בעבי ר' אהרן האט אראפגעהאקט דעם טעלעפאן טרייבל און געשריבן עס איז נישט מיין טעיסט!!!!
 
יעצט איז צו ערווארטן די מען וועט אים באטיטלען מיטן צונאמען חדב"ן מייקל.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 21:22 לינק ישיר 

דו וועסט זיין סורפרייזט צו הערן אז ר' אהרן האט מער קווינס בחורים ביי זיינע הקפות ווי ר' זלמן, ר' אהרן האט מער קווינס בחורים חנוכה ביי זיין תורה זאגן אין וויליאמסבורג ווי ר' זלמן, ר' אהרן האט מער קווינס בחורים ביי זיינע טישן אין וויליאמסבורג ווי ר' זלמן, א גיטער קווינס בחור איז ביי אינז נישט קיין פראבלעם ער ווערט ממילא א אהרוני, די גיטע קווינס בחורים קומען בין הזמנים לערנען קיין הופפער, (ס'איז נאר ליידער דא צו ווייניג גיטע קווינס בחורים, אבער פון די וואס זענען יא דא, ווערן כמעט אלע אהרונים נאך די חתונה) ר' משה פריעדמאן דער דיין האט נאר געטון דעם שידוך בעידודו פון כ''ק רבינו שליט''א,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 21:28 לינק ישיר 

אין קווינס איז דען דא גוטע בחורים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 21:31 לינק ישיר 

סעלפאן כתב:

 ר' אהרן האט אראפגעהאקט דעם טעלעפאן טרייבל און געשריבן עס איז נישט מיין טעיסט!!!! 
 
.



אזוי אויך האט ער זיך דערנאך אראפגעווארפן אויף די ערד אין געביסן די קארפעט און געשריגן "אויב משה פריעדמאן נאמט א בחור פון קווינס זאל זיין זיין סוף ווי אלע אנדערע משה פריעדמאן'ס"

אליינס געהערט פון ר' משה פריעדמאן (גבאי)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 21:36 לינק ישיר 

עס איז ששון ושמחה דארט ביי די ארונים, עס קוקט אויס ווי עס גייט זיין צוויי פראקציעס, צו באהאלטן די ביטערע בזיונות זענען זיי שנעל געלאפן א אשכול אויף כל העולם איבער די גרויסע פרייד וואס הערשט דארט מיטן שידוך, אבער אויף זייער אפיציעלע טוויטער גרופ SATMAR LIVE איז עס נישט געמאלדן געווארן אלץ צוליב אויפברויז.
 
אבי נישט צווישן אידן, למכה מצרים בבכוריהם #45



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 21:38 לינק ישיר 

סעלפאון דרייט זיך לעצטענס צו סאך ביי דעם ר' אהרנ'ן, אלעס וואס דארט גייט פאר וווייסט ער

איר געדענקט דאס:
סעלפאן:
ר' אהרן זאגט: "מיין בארד איז ווייס געווארן"

פארגאנגענע וואך איז ר' אהרן געווען מנחם אבל זיין ביי איינעם אינדערהיים, אריינשפאצירנדיג אינעווייניג האט ער באמערקט א גרויס בילד פון זיין פנים הענגט דארט אויפן וואנט, און זיך געגעבן א ריף אן הויעך אויפן קול ווי זיין שטייגער "דאס מיז זיין א אלטע בילד ווייל מיין בארד איז שוין ווייס געווארן".....

סעלפאן! we need more...... עס איז זייער זיס..... ביטע אונז אפדעטען טעגליך וואס טוט זיך ביים רבין אין שטוב. יישר כח




תוקן על ידי קנאקעדיק ב- 03/01/2012 21:40:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 21:42 לינק ישיר 

סעלפאן דו בוסט געוואלדיג. ווייטער משה גאבע שולדיג....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 21:51 לינק ישיר 

קנאקעדיק האסטו נישט פריער געזאגט אז אלע זאליס ווערן ארונים? וואס פארשטייסטו נישט אז איך דריי זיך אסאך ביי ר' אהרן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 21:57 לינק ישיר 

ס'איז ביטער שווער די אלטע שווערע קשיא, אויב איז ר"א אזא גרויסע רבי, ווי שיקן זיינע חסידים די בחורים? אין זיין ישיבה זענען זיי נישט, אזוי פארציילט דער מספר פון תלמידים דארט, טוען טאקע די עלטערן נישט געטרויען זייערע קינדער צו דעם "פעסטן" מנהיג און ראש ישבה? אדער זענען זיי אלע גאר ארבעטערס אדער גאסן מעסטערס? אדער גאר זאל מען חלילה טראכטן אז זיין "גרויסקייט" איז אויפגעבלאזן נוסח דער בלאט, און ער פארמאגט היפש ווייניגער חסידים און בחורים ווי זיין קליינער ברודער, און ער האט פשוט אסאך ווייניגער בחורים?

רעסטלער האט א גוטע בייפאל, "האלב קווינס בחורים זענען פשוט'ע באהאלטענע ארוינים", אפשר נישט ממש האלב, ס'איז דאך נאר די פיינע בחורים פון קווינס וואס לויפן צו ר"א'ס חינגא'ס, פארטיס און מתוך'ס, (איי דער בעסטער ארוני וועט דאך נישט זאגן אז קווינס האט מער ווי עטליכע פיינע בחורים? תיקו).. גאנץ א קנאקעדיגע איינפאל רעסטלער..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 21:58 לינק ישיר 

יעדער איז פרייליך ב"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 22:12 לינק ישיר 

סעלפאן כתב:
קנאקעדיק האסטו נישט פריער געזאגט אז אלע זאליס ווערן ארונים?


ניין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 22:23 לינק ישיר 

יעדעס יאר ווען עס קומט נאנט צו אלף שמות ווערט ר' אהרן מאאָדי, און עס דערקענט זיך אויף אלע זיינע חאסידים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 22:26 לינק ישיר 

קנאקעדיק איך האב זיך פארטוישט מיט רעסטלער'ס תגובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 22:26 לינק ישיר 

דער בחור שעלט ר' זלמן לייב ווי א טיפיקעל קוויסנער בחור ! ( קיין שאק נישט )
אין זיינע קינדער וועלן מירצאשעם לערנען ביי די אהרונים

יעצט זאלי הייבט אן די זעקסטע הקפה אין שפרינג'טס אין ענקערע בונקערלעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 22:56 לינק ישיר 

הייסט משה פריעדמאן נעמט נאר איידעמער וואס שעלטן אנדערע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 22:58 לינק ישיר 

אבראהאם וואס טאקע פשט אז דער גאון וקדוש שר התורה בעל הוסיף משה האט נישט געקענט טרעפן א בחור אין מאנרא וואס שעלט ר' זלמן לייב, נאר ער האט געמוזט קומען קיין קווינס נעמען א בחור וואס שעלט ר' זלמן לייב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים פלאקערן שוין ווייטער וועגן משה פריעדמאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext