בית פורומים אידישע געדאנק

נאמנים עלי דברי • שוידערליכע אויפדעקונג: ר' מיכל זילבער גע'חתמ'ט אויף בחירות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2012 21:23 לינק ישיר 
נאמנים עלי דברי • שוידערליכע אויפדעקונג: ר' מיכל זילבער גע'חתמ'ט אויף בחירות!

"איך דארף אייך נישט צו זאגן, אין סאטמאר איז אונטערשרייבן אויף די בחירות גאר א הארבע זאך", האט דער דזשיגאן זיך אויסגעדרוקט אויף דעם באקאנטן טעיפ וואס איז פארשפרייט געווארן וואו ער רעדט וועגן ר' מיכל זילבערס קומען קיין אמעריקע רעדן ביי די אהרונישע כ"א כסליו מסיבה.
 
דער דזשיגאן בויעט דארט אויף א גאנץ פשעטיל פארוואס ר' מיכל מעג יא קומען, בא יבוא ברינה, און דרוקט זיך אויס מיט פאטאס: נאמנים אלי דברי א הונדערט פראצענט. אז ער זאגט איז עס פונקט ווי געשריבן. ממילא מעג ר' מיכל יא קומען רעדן ביי א סאטמארער מסיבה.
 
דער דזשיגאן דרוקט נאך אויס גרויס ווייטאג און באדויער אויף דעם אז איינער איז אפילו געקומען מעורר זיין דערוועגן, און וואונטשט פאר ר' מיכל הצלחה און סייעתא דשמיא.
 
למעשה איז דער ר' מיכל זילבער געקומען צו פארן קיין אמעריקע, זיך געלאזט באצאלן עשרת אלפים כיכר כסף, און ביים דינער האט ער ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג צו רעדן פון דעם ציהל וואס מ'האט אים עכט געברענגט, דהיינו דאס גדלות בתורה פון דזשיגאן.
 
אין די טעג ווערט אבער אנדעקט א דאקומענט אז ר' מיכל זילבער האט בחודש טבת תשס"ט, ביי די לעצטע בחירות לכנסת המינים, אונטערגעשריבן א פייערדיגע קול קורא וואו ער רופט מ'זאל גיין צו די בחירות הטמאות צום כנסת המינים.
 
עס לאזט זיך נישט גלייבן וואו ווייט די כבוד גייציגע אהרונים זענען גרייט אראפצוגיין, און פאר א ספק ספיקא אז דער בעל דרשן וועט רעדן בשבחו פון ר' אהרן איז מען גרייט צו פארקוקן אויף אלע זיינע השקפות און דעות מסולפת.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 21:55 לינק ישיר 

רבי מיכל זאגט אז מען האט מזייף געווען און ער האט דאס קיינמאל נישט אינטער געשריבן, און מיר גלייבן עם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 22:00 לינק ישיר 

ר אהרן זאגט דאך בזה הלשון: "אפשר האט מען געלייגט זיין חתימה שלא ברשותו" איז משמע אז רעבארן האט זייער גוט געוויסט צו זאגן פון דעם חתימה, וואס דו ערווענסט, ער זאגט נאר אז נאמנים עלי דברי אז דער חתימה איז "שקר", ממילא דעווייל איז נאך נישטא קיין שום אויפדעקונג,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 22:10 לינק ישיר 

איז דא א אונטערשריפט פון עם ווי ער לייקענט אפ זיין חתימה אין יענער צייט וואס זיין אינטערשריפט צו מתיר זיין בחירות איז געוועזען פארשפרייט? סתם זאגען יעצטערט אפשר האט מען געלייגט זיין חתימה שלא ברשות איז זייער א שוואכע אפענפערונג אויף א קלארע געדריקטע קול קורא מיט זיין חתימה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 22:12 לינק ישיר 

גינגריטש, מאכסט א טעות, טאקע דעם קול קורא האט ר אהרן לכתחלה דן געווען, און ער האט דעמאלטס גע'טענה'ט אז אויב ר' מיכל זאגט אז ס'געפעלשט גלייבט ער איהם,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 22:18 לינק ישיר 

טאקע דעס האב איך געזאגט, יעצט איז גרינג צו זאגען אויף אלעם אפשר איז עס געפעלטשט, די פאקט אז די קול קורא איז געווען פארשפרייט אין יענע צייט, די שמועס גייט צו מ'האט געפעלטשט זיין חתימה אדער האט ער עס אונטערגעשריבען, ס'איז דא וואס האלטען אז צוליב די נגיעות ווייל מ'האט געמיינט אז ער גייט רעדען פון די גרויסקייט פון דעם 'שפילער' דארף מען וועלען גלייבען אז עס איז געפעלטשט, אין פאקטיש איז עס פון נגיעות ווסא מהאט געזאגט נאמנים עלי, אבער אפילו אויב ס'איז נישט געפעלטשט, איז וואס, "אין בעיה"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 22:39 לינק ישיר 

נו, אויב אזוי, וואס איז דא דער אויפדעקונג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 23:32 לינק ישיר 

די פראבלעם מיט די זאלי'ס זיי ווייסן נישט וואס ס'מיינט א תלמוד חכם

ביי זיי איז דא פעיראל דיינים וואס לייגן אוועק די תורה פאר זייער געהאלט

אין ס'איז דא דארט  א רבי וואס א חוץ אז די פעלץ זאל מעטשין מיט זיין שטריימיל גייט אים אויך נישט ציפיל אן

אין ווער ס'גייט נישט מיט זיי אין שפאן ווער אויטמאטיש א רשע אין א שייגץ
נישט דא ביי זיי קיין נאמנות ווער עס זאגט אנדערש פין זיי זאל עס זיין משה רבינו

אין בממילא ר' מעגיל זילבער אפגעפרעגט ווייל ער האט נישט גענימען ביי קיין רשות ווי ער מעג רעדן

פשיהא !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 00:45 לינק ישיר 

רשות האט ער געדארפט נעמען ביי דזשיגאן, ווי מ'הערט אויפן טעיפ. און בכלל איז דזשיגאן כלב אהרן זייער מקפיד אויף רשות, אזוי ווי ביי סידור קידושין. די פראבלעם וואס מ'רעדט דא איז דעם כלב אהרן'ס פליפ-פלאפעריי, אפילו ר' מיכל האט אונטערגעשריבן אויף די בחירות, דאך איז נאמנים עלי דברי הונדערט פראצענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 03:04 לינק ישיר 
די קול קורא פון די ראשי ישיבות ווי ר' מעכיל זילבער איז אונטערגעשריבן פאר די בחירות הטמאות



תוקן על ידי ברעקינג ב- 06/01/2012 03:07:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 15:58 לינק ישיר 

קומט זיך א גרויסן דאנק פאר ר' מרדכי זאב האלבעארשטאם פארן ארויס געבן דעם טעיפ
אין די זאלי'ס פארן עס פארשפרייטן דעם טעיפ
מען זעהט ווי א ריכטיגער מנהיג ישראל טוט א דורך א זאך בכובד  ראש  אין געט אן הכרעה ע"פ תורה

אין האט דרך ארץ אין גלייבט א תלמוד חכם אויפן ווארט


תוקן על ידי אבראהאם ב- 06/01/2012 16:05:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 18:36 לינק ישיר 

שווארץ אויף ווייס אז ער הא אונטערגעשריבן און געווען געדרוקט אין די צייונגען, ווי איז אן הכחשה?..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 19:21 לינק ישיר 

די הכחשה איז לעבן די הכחשה פון ר' ישראל חיים דיין פרידמן ווי עס איז געווען געדריקט אין איד א היתר צו גיין אין ערכאות העכו''ם און פאר ר' יעקב גליק (גבאי) האט ער קלאר געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט מתיר געווען פאר שאול פעלשטיין צו גיין אין קארט, איי ווי איז די הכחשה? לעבן די הכחשה פון הרה''ג רבי מיכל זלבער, אגב, האט רבי מיכל יא מכחיש געווען דאס אינטערשרייבן פאר די בחירות מיט שיקן א שליח צום רבן של כל בני הגולה, זאגן אז ער האט קיינמאל נישט אינטער געשריבן, און זיין נאמען האט מען געשטעלט שלא ברשות, און דער רבי האט געזאגט אז גלייבט עם, נו! אז דער רבי גלייבט עם גלייבן מיר עם אלע,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 21:08 לינק ישיר 

אפשר קען עמיצער ארויפלייגן ווי ר' מיכל זילבער לערנט פאר מסכת כתובות דף קי"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 22:54 לינק ישיר 
אויך איז אין פלאץ צו באדאנקן ר' יאסל וואלדמאן פארן ארויסגעבן די טעיפ ווי מען הערט אז ר' אהרן וויל נישט קיין צו דין תורה

אבראהאם כתב:
קומט זיך א גרויסן דאנק פאר ר' מרדכי זאב האלבעארשטאם פארן ארויס געבן דעם טעיפ
אין די זאלי'ס פארן עס פארשפרייטן דעם טעיפ
מען זעהט ווי א ריכטיגער מנהיג ישראל טוט א דורך א זאך בכובד  ראש  אין געט אן הכרעה ע"פ תורה

אין האט דרך ארץ אין גלייבט א תלמוד חכם אויפן ווארט


תוקן על ידי אבראהאם ב- 06/01/2012 16:05:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2012 08:44 לינק ישיר 

אבראהאם כתב:
קומט זיך א גרויסן דאנק פאר ר' מרדכי זאב האלבעארשטאם פארן ארויס געבן דעם טעיפ
אין די זאלי'ס פארן עס פארשפרייטן דעם טעיפ
מען זעהט ווי א ריכטיגער מנהיג ישראל טוט א דורך א זאך בכובד  ראש  אין געט אן הכרעה ע"פ תורה

אין האט דרך ארץ אין גלייבט א תלמוד חכם אויפן ווארט


תוקן על ידי אבראהאם ב- 06/01/2012 16:05:08




איך ווייס נישט זי עס האט דוקא מיט דעם אז ר' מיכל איז א ת"ח, ר' אהרן גלייבט פשוט יעדן איד אויפן ווארט! אפילו דער שוואכסטער איד וואס ווייסט נישט פון קיין פינטעל אידישקייט, דאך וויבאלד דער איז א איד איז "נאמנים עלי דבריו"...

והא ראיה, ווען דער דעילי ניוס האט נאכגעברענגט פון דעם כופר הידוע לשמצה דר. בערנאדא אז ער ארבעט שווער ארויס צו ריקן אידישקייט פונעם פובליק סקול אין קרית יואל (ער האט געזאגט עפעס אנדערש איך נוץ נאר דעם טערמין "אידישקייט" ווייל איך וויל נישט נאכשרייבן אזאנע דברי כפירה רח"ל), האט אים ר' אהרן געלאזט פרעגן די זעלבע נוסח ממש: "אפשר האט מען פארדרייט דיינע ווערטער און דו האסט קיינמאל נישט דאס געזאגט"? און ער האט פארשטייט זיך געזאגט אז יא, ער האט עס טאקע נישט געזאגט, און ר' אהרן האט געענטפערט: "נאמנין עלי דבריו"...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נאמנים עלי דברי • שוידערליכע אויפדעקונג: ר' מיכל זילבער גע'חתמ'ט אויף בחירות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext