בית פורומים אידישע געדאנק

דזשיגאן: פופציג טויזענט דאללער קעש קום צו מיין קבלת פנים!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/1/2012 07:36 לינק ישיר 
דזשיגאן: פופציג טויזענט דאללער קעש קום צו מיין קבלת פנים!

דער דזשיגאן כלב אהרן גרייט זיך יעצט צו פארן מיט גרויס פאמפע דראמפע קיין ארץ ישראל וואו ער פלאנט צו מאכן זיין ערשטע אפיציעלע "מאסע מאלכעס". אנדערש ווי ביז היינט ווען ער האט במר נפשו מבקש געווען אז קיינער זאל נישט מיטקומען, בעט מען יעצט יעדן וואס האט זיין טעיסט, קינד און קייט, אז זיי זאלן מיטפארן. ‎​
 
דער דזשיגאן האט זיך אבער דערזען אין א פראבלעם, היות ער איז נישט אנערקענט ביי קיין איין גרויסע ערליכע מוסד על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, ווי סאטמאר, תולדות אהרן, תורה ויראה, רמ"א און נאך, קען מען דאך נישט מאכן א גרויסע קבלת פנים אויף די גאס, ווייל פון די 25 נורסערי קינדער אין ת"ת ברך משה קען מען דאך קיין פארענטשעס נישט אנפילן. האט ער אנגעפאנגן טעראריזירן און אפילו צוזאגן שווערע סומעס געלט פאר די מוסדות אז זיי זאלן ארויסקומען פאר אים אויף די גאס מיט ווייסע העמעדער און פענדעלעך. ‎​
 
די ערשטע צו וועם זיי האבן זיך גענומען איז תולדות אהרן. דער תולדות אהרן רבי האט איין זוהן וואס האט א פריוואטע מוסד וואס מוטשעט זיך געפערליך מיט חובות, און די דזשיגאנער האבן אים פארשפראכן אז אויב ערלעדיגט ער אז דער מוסד תולדות אהרן זאל ארויסקומען צו זייער קבלת פנים, באקומט ער פון זיי פופציג אלפים אין קעש! ‎​
 
די הנהלת המוסדות וויל אבער נישט הערן דערפון נאך וואס דזשיגאן מיט אלע דזשיגאנער האבן זיי קיינמאל קיין גרייצער נישט געגעבן, און אפילו וואס זיי זאגן יעצט צו איז נישט פאר די מוסדות נאר פארן רבינס זוהן פריוואט, דעריבער שליסן זיי אויס דעם געשעפט. ‎​
 
די דזשיגאנער זענען צעווילדעוועט אויף כח, זיי זעען זיך אין פלאנער מיט א ריזיגע קבלת פנים אן קיין מוסדות התורה אנצופילן זייערע פארענטשעס, און פרובירן ווייטער מיט זייער טעראר. ‎​
 
ונראה מה יהי' חלומותים...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 08:25 לינק ישיר 

די ארונים וועלן נאך אנזעצן די תולדות אהרן'ע מיט די צוגעזאגטע געלטער, און ווען תולדות אהרן וועט קומען אפבעטן די צוגעזאגטע געלטער וועלן זיי קומען שרייבן אויף היידפארק אז ר' דוד כהן האט זיי פיינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 19:45 לינק ישיר 

ווי גייט זיין די קבלת פנים?

ווען דו קומסט מיט א ליגנט דארפסטו האבן דעקונג

ס'איז א דבר ידוע אז ווען דער רבי פארט קיין א"י האט ער נישט קיין קבלת פנים ווייל ער לאזט עס נישט צו, אין ירושלים תשס"ז האט מען עס מלבש געווען אין א אבן הפינה, אבער אין בני ברק ווען ער קומט צו א חתונה איז דא איין קבלת פנים, ביי די חתונה!
און דאס גייט לכאורה יעצט אויך זיין

נו שרייב ווייטער וועגן תו"טא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 22:52 לינק ישיר 

הייסט די קבלת פנים אויף כיכר השבת איז געווען וואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 23:02 לינק ישיר 

איך האב דיר פריער געשריבן ס'איז געווען א אבן הפינה (דאכט זיך ס'איז נישט געווען אויף ככר השבת), אויב וועסטו אפירזוכן א בילד פון דעמאלטס וועסטו זען וואס שטייט אויפן סיין

(איך ענטפער ווי א נאר,  איך ווייס דיך דו ווילסט נישט וויסן די מציאות, נו שוין, שלח)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 23:17 לינק ישיר 

דער אבן הפינה איז פארגעקומען מוצ"ש אין די פארטאגס שעה'ן ווי א גנב. מאך משוגע א צווייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 23:27 לינק ישיר 

די פלאן לויטעט אויך אז מען גייט אנגרייטן א ריזיגע שיסל טרויבן ביים קבלת פנים, דער דזשיגאן גייט עס הייסן ארויסטראגן און מען וועט אנשטאט אריינברענגען עפל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 00:20 לינק ישיר 

די אבן הפינה בפועל איז פארגעקומען טאקע פארטאגס, ווייל בשעת מעשה איז געווען א סכנה אהינצוגיין צוליב דעם גרויסן ציבור (ס'איז שוין געווען אויפגעגראבן דער גאנצער שטח א ריזן לאך פון בערך א צוויי שטאק טיף)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 00:22 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
הייסט די קבלת פנים אויף כיכר השבת איז געווען וואס?

דער אבן הפינה איז פארגעקומען מוצ"ש אין די פארטאגס שעה'ן ווי א גנב. מאך משוגע א צווייטן.


עס איז קיין קבלת פנים אויף כיכר השבת קיינמאל געווען, די מעמד הנחת אבן הפינה איז פארקומען אויף רחוב ישעיהו אויבן אויפן בארג. ביים פלאץ פונעם שטח

צום פאקט איז צוליב לעצט מינוטיגע פראבלעם'ן נחלט געווארן אינמיטען דעם מעמד נישט צו מאכן דעם אבן הפינה,(די בימה פארן אבן הפינה אינטערן בימת הכבוד איז איין געפאלן און די פלאץ איז פארמאכט געווארן צוליב סכנה)  
די אבן הפינה איז פארגעקומען מיט א מנין אידן מוצשב"ק.

אויף אלע בילדער זעט מען אונטערן סיין די סעמענטענע פייפ וואס איז געווען אנגעגרייט פארן אבן הפינה. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 02:54 לינק ישיר 

פינחס יואל
אונז גיי מיר נישט קאנווינסן געלעכטער, ס'איז אבער גוט לידיעה פאר ווער ס'וויל וויסן
סתם צו וויסן וואסערע געדרענג דארט איז געווען און פארוואס מען האט בשעת מעשה נישט געמאכט די אבן הפינה, דערמאן איך מיך, ר' אברהם יושע וו"ב דער משמש פון קרית יואל וואס איז געווען ביי די נסיעה צו העלפן האלטן ארדענונג, האט זיך גוט צוהאקט די פיס דעמאלטס ווען עפעס איז אראפגעפאלן אויף אים פון די געדרענג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 03:59 לינק ישיר 

גאנץ שיין אז די זאגסט נישט אז די זאליס האבן אים צובראכן די פיס, ווייל ווען עטץ קענטס באשולדיגן די זאליס מיט סיי וואספארא שלעכטס כאפטס ענץ ענק צו דערצו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 04:34 לינק ישיר 

אלץ איינער וואס איז דארט געווען, וועל איך ענק זאגן אז דער קבלת פנים / אבן הפינה איז נישט געווען ביי כיכר השבת נאר ארויפציר נאנט צום פלאץ ווי דער הנחת אבן הפינה האט געזאלט פארקומען, מען האט געפלאנט א הנחת אבן הפינה מיט א א ענגע קבלת פנים פאר אנשי שלומינו פון ירושלים, בני ברק, און פון ארום ארץ ישראל, מען האט זיך גערישט אויף הונדערטער מענטשן, ווייל פון אמעריקע איז געקומען מיטן רבין א קליינער עולם, (דער רבי האט נישט געלאזט פארן אפילו גאנץ נאנטע מקורבים, איך בין דארט געווען פון פריער אויף א משפחה שמחה בין איך געבליבן) למעשה האט זיך צוזאמען גענומען א עולם אין די אלפים ורבבות בלי שום גוזמא, כפי עדות פון אפאר ירושלימער אידן האט נאך ירושלים אזוינס נישט געזען, ס'איז געווארן פשוט סכנות נפשות, א חלק פון סטעיטש איז צוזאמען געפאלן, מען האט געשריגן מען זאל זאפארט אראפ פון די טעראסעס ווייל עס שאקלט זיך, בקיצור מען האט געמוזט קענסלען דעם הנחת אבן הפינה, אויף איין פארטאגס, ווי עס האבן זיך טאקע משתתף געווען "נאר" אפאר הונדערט אידן,

און, ניין! , די זאליס האבן "נישט" צובראכן די פיס פאר ר' אברהם יושע ווערצבערגער, ווייל די זאליס האבן זיך באהאלטן אין זייערע מויזן לעכער, און נישט געווען צום זען אין די 10 קילא מעטער רעדיוס פון גאולה געגענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 04:50 לינק ישיר 

איך גלייב נישט אז ביסט דארט געווען ווייל אויב יא האסטו יעצט עובר געווען אויף גילו שמות און וואלסט געדארפט ווערן אויסגעשפארט פארן פארלעצן די תקנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 17:33 לינק ישיר 

ווי זעסטו גילוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 18:56 לינק ישיר 

פינחס יואל: " די אבן הפינה איז פארגעקומען מיט א מנין אידן מוצשב"ק. "

רעסלער: " בקיצור מען האט געמוזט קענסלען דעם הנחת אבן הפינה, אויף איין פארטאגס, ווי עס האבן זיך טאקע משתתף געווען "נאר" אפאר הונדערט אידן."

קומטס ענק שנעל אדורעך, ווייל ס'זעהט שוין באלד אויס ווי די בלאט אפיס, איינער האט געזעהן א מנין, שרייבט שוין די בלאט אפאר הונדרעט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2012 19:46 לינק ישיר 

א מורא'דיגע סתירה, נאר, ביי די אהרונים איז אפאר הונדערט אידן בלויז א מנין, ווידער ביי די זאליס, איז א מנין אידן אלפים ורבבות,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דזשיגאן: פופציג טויזענט דאללער קעש קום צו מיין קבלת פנים!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext