|
|
| נשלח ב-11/1/2012 03:30 |
|
| |
העפטיגע הכנות, מעמד התחדשות המוסדות ב"פ
בארא פארק - אינטענסיווע באפארברייטונגען קומען פאר אין די וואכן צו די הערליכע מעמד התחדשות המוסדות אין ב"פ בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א.
די מוסדות זעלבסט האבן זיך אין איר קורצע עגזיסטענץ ארויסגעשטעלט אלס א געוואלדיגער הצלחה טראצדעם וואס דער ציבור האט געקוקט מיט זארג פאר איר הצלחה. די עלטערן דריקן זיך אויס מיט געוואלדיגע צופרידענהייט זאגענדיג אז עס איז א פלא אז א פרישע מוסד זאל ב"ה ווערן געפירט כאילו די פארוואלטונג האט שוין צענדליגע יארן ערפארונג.
עס איז מערקווירדיג אז ב"פ וועלכע איז צוליב געוויסע סיבות געווען פון די לעצטע שטעט צווישן די סאטמארע קהלות צו מאכן א חלוקה, און טראצדעם האבן די מוסדות אנגעהויבן די לערען יאר מיט מער תלמידים ותלמידות פון סיי וועלכע פרישע מוסד.
בלויז אין די טעג אליינס קומען צו פרישע 45 תלמידים ותלמידות אין די 2 פרישע קלאסן וואס ווערן די טעג צוגעלייגט, דאס ברענגן די מספר התלמידים צו א קרוב צו 200 כ"י.
די הנהלה פארשפרעכט א זעלטן שיינעם מעמד, און וועלן באקאנט מאכן מער פרטים אין די קומענדיגע טעג און וואכן.
כה לחי'
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 03:40 |
|
| |
יא, מיט די 45 תלמידים ותלמידות וואס "גייען" צו קומען איז דער מספר התלמידים ותלמידות קרוב צו צוויי הונדערט, עס פעלט נישט מער פון 162, נעבעך פאר אזא הצלחה, די אהרונים האבן בלויז אין כתה א' מער תלמידים, ווי די זאליס האבן תלמידים ותלמידות אין טאטאל!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 03:51 |
|
| |
איינער האט געזאגט אז די וועלצע חדר האט ווייניגער? עס איז נייע מוסדות און אלעס עפענט מען צוביסלעך ובשם השם נעשה ונצליח.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 03:53 |
|
| |
אין וויליאמסבורג מיט 3500 קינדער זאגן די אהרונים אז זיי האבן 7000, סא מאך דיך נישט כאילו ס'איז דיר אזא חידוש.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 04:14 |
|
| |
אגב, אין וויליאמסבורג האבן די אהרונים איבער 7000 תלמידים ותלמידות, איך האב געזען די ליסטע, אבער דאס איז נישט רעלעווענט, די פראגע איז נאר, פארוואס האבן די אהרונים אין וויליאמסבורג געקענט עפענען מוסדות מיט טויזענטער תלמידים (כפי וואס דו ביסט אליינס מודה) און אין בארא פארק האבן די זאליס נישט מער ווי צענדליגע, זיי זענעו דאך רוב פון סאטמאר, הא?.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 04:36 |
|
| |
דער הסבר איז לכאורה א פשוט'ער, אנדערש ווי די אהרונים וועלכע האבן זיך בשנת תשס"ו דערזען אז מ'וועט פון אהרן טייטלבוים נישט קענען מאכן קיין הגה"ק אויב אלע אינגלעך וועלן אויפוואקסן אין סאטמאר וואס דארט ווייסט מען נישט פון קיין אהרן טייטלבוים צו זאגן, און ער קען דארט נישט קומען באזוכן, דעריבער זענען זיי געווען געצווינגען צו עפענען פון א' ביז ט' אזוי אריבעררוקן די גאנצע פראקציע אין א נייעם מוסד. משא"כ אין בארא פארק זוכן די זאלונים זיך אויך אפצוטיילן אבער עס איז זיי נישט לעבנסוויכטיג, ס'קען ווארטן נאך אפאר יאר און מיט די צייט וועט עס זיין א פולקאמער מוסד מיט טויזענטער קינדערלעך בלי עין הרע, וקרית יואל יוכיח אז דער סוקסעס ראטע פונעם מוסד איז בכלל נישט אנגעהאנגן אין דעם וואס מ'עפענט פון א' ביז ט', נאר אפילו אויב מ'עפענט צושטייטעלעך קומט מען אויך אן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 04:38 |
|
| |
און יעצט וועגן די זיבן טויזענט קינדער אין וויליאמסבורג גיי איך מיך ניטאמאל ארומטענהן מיט דיר ווייל עס איז זינלאז. איך וויל נאר פרעגן א פראקטישע פראגע, וויאזוי איז מעגליך צו האלטן 7000 קינדער און בלויז 2 בנינים?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 04:51 |
|
| |
3 בנינים פאר מיידלעך, און איין בנין וואס איז גרעסער פון ויואל משה, עטרת אברהם, און זופניק פאר יונגלעך, אויסער די 5 בנינים פאר ישיבה קטנות, צוזאמען איז... צוויי בנינים! טיפיקל זאלי. (קעלבל בלע''ז).
תוקן על ידי RESTLER ב- 11/01/2012 04:47:43
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 04:58 |
|
| |
דוכט זיךת אז מ'האט אנגעהויבן צוביסלעך, און די יאר האט מען געעפנט נאר איין יארגאנג: דהיי' נאר די יונגסטע כתה פון ת"ת פאר נורסערי.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 05:01 |
|
| |
| RESTLER כתב: |  | 3 בנינים פאר מיידלעך, און איין בנין וואס איז גרעסער פון ויואל משה, עטרת אברהם, און זופניק פאר יונגלעך, אויסער די 5 בנינים פאר ישיבה קטנות, צוזאמען איז... צוויי בנינים! טיפיקל זאלי. (קעלבל בלע''ז).
תוקן על ידי RESTLER ב- 11/01/2012 04:47:43
|
|
וועלכע דריי בנינים אויב איך מעג פרעגן?
און איז די ווייט בילדונג טאקע גרעסער פון טרופ, עטרת יואל, זופניק, ויואל משה און קינגסטערעס?
און אז מ'רעדט שוין, וויפיל פון די 7000 רעכנסטו פאר ישיבה קטנה?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 06:09 |
|
| |
די אהרוינים אין ירושלים האבן אנגעהויבן מיט 16 קינדער
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 07:46 |
|
| |
רעסטלער די בנינים זענען נישט קלענער געווארן פון 5 יאר צוריק ווען אין די זעלבע בנינים האבן אנטהאלטן 10 טויזענט קינדער, נו וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין ווי אזוי זיי קענען אריינעמען אין זיך 9 טויזענט קינדער? ניין איך זאג נישט אז עס נעמט טאקע אריין אין זיך גרינגערהייט, און טאקע פאר דעם טעם בויט מען יעצט א פרישע ריזן בנין פאר די מיידלעך ועוד נטוי בידינו.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 16:53 |
|
| |
| RESTLER כתב: |  | אגב, אין וויליאמסבורג האבן די אהרונים איבער 7000 תלמידים ותלמידות, איך האב געזען די ליסטע, אבער דאס איז נישט רעלעווענט, די פראגע איז נאר, פארוואס האבן די אהרונים אין וויליאמסבורג געקענט עפענען מוסדות מיט טויזענטער תלמידים (כפי וואס דו ביסט אליינס מודה) און אין בארא פארק האבן די זאליס נישט מער ווי צענדליגע, זיי זענעו דאך רוב פון סאטמאר, הא?. |
|
אהא, הייסט דאס אז ר' מענדעלע טייטלבוים איז א ליגנער? ווען ער האט ספאנטאן אויסגערופן ביי ענקער כ"א כסלו דינער אז
"ב"ה אונזערע מוסדות האלטן שוין היינט נאנט צו פינף טויזנט"!"
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 01:50 |
|
| |
דאס איז אויך ליגנט. ווער האט די לינק צו די פונקטליכע ציפערן פון אלע מוסדות אין ניו יארק פונעם לאנטש פראגראם?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2012 19:46 |
|
| |
אבער דאס איז זיכער, זיי האבן דעם רב זייערע געוואלט צופרעסן ווען ער האט געזאגט די ווערטער ברוב עם הדרת מלך..
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2012 01:38 |
|
| |
איך האב געהערט אז די נייע מוסד האט א געוואלדיגע הצלחה און מען צאלט צייטליך
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|