בית פורומים אידישע געדאנק

נאך בעלזא: איז ר' אהרן נעקסט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2012 02:32 לינק ישיר 
נאך בעלזא: איז ר' אהרן נעקסט?

די אידישע וועלט איז אויף מיט דעם געוואלדיגן אקט פונעם בעלזער רב וועלכע האט געשיקט א מנין ת"ח איבערבעטן רביה"ק זי"ע נאכדעם וואס ער האט מיט יארן צוריק פוער פה געווען מיט געמיינע לשונות קעגן רבין זי"ע.
 
חסידי סאטמאר שטייען און ווארטן מיט שפאנונג צו דער נעקסטער מעמד מחילה וועט זיין דורך ר' אהרן טייטלבוים זעלבסט, אפילו אן א מנין, ווען ער וועט ארויפגיין צום ציון פון רבין זי"ע דער מייסד הקהלה און אים איבערבעטן פארן אזוי מבזה זיין און חרוב מאכן זיין הייליגע קהלה, און זיין הייליגע שטעטל קרית יואל. אזוי אויך צו זיין טאטן דעם רבין דעם ברך משה זי"ע וועם ער האט די לעצטע צען יאר פון זיין לעבן מבזה ומשפיל געווען אויף א שענדליכן אופן, איבערהויפט מיטן רופן דעם טאטן אין ערכאות.
 
אויב דאס וועט פאסירן איז דער אקט ראוי באגריסט צו ווען פון יעדן קוק ווינקעל.
 
ונזכה ונחי' ונראה!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:36 לינק ישיר 

איי שעלטן די זאלי'ס נישט סתם

ר' אהרן האט זיי אריין געשטאכן א מעסער אין ריקן אן אבגעבראכן דעם שפיץ

שוין לאנג נישט געזעהן די זאלי'ס אזוי שעלטן

ס'איז זיס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:36 לינק ישיר 

ומה יהי' הדין עם ה'דער בלאט?
קשה לצייר שמשה גבאי יוותר על מסחרו בעתון דער איד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:56 לינק ישיר 

טאטעלע,

כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט קיינמאהל נישט גערעדט אנטקעגען דער בעל דברי יואל פערזענליך און נישט גערעדט קעגען אום, ער האט סאך הכל געפרעיגט שאלות און קשיות אויף זיין שיטה און אויף זיין ספר.

איז שרייב נישט "פוער פיו" און "גערעדט געמיינע לשונות"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:56 לינק ישיר 

אלץ נאר אז עס זאל זיין שלום ביי כלל ישראל - אן קיין שום אייגענער אינטערעסע

כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, טיט נישט היינט פאר דו בעלזער מוסדות א צענטעל פון וואס ער טיט פאר כלל ישראל מוסדות, ווי לדוגמה ישיבה און מוסדות לבעלי תשובה, קירוב רחוקים וקירוב קרובים, דו טאטע פון דו יתומים און א"י און נאך, דו בעלזע בעלי תשובה מוסדות האבען היינט א באדזשעט וואס איז כמעט גלייך אויף גלייך פון דו באדזשעט פון דו בעלזע מוסדות, ווען און דו זעלבע צייט מיטשעט זיך דו בעלזער מוסדות איז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא פארנימען מיט שאפען געלט פאר דו מוסדות התשובה אנשטאט שאפען געלט פאר זיינע אייגענע מוסדות.

און דאס איז אלץ ווייל כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א דאגה'ט פאר כלל ישראל און נישט פאר זיך. איינער פון זיין עיקר דאגות איז אז עס זאל זיין שלום ביי כלל ישראל.

·         אזוי האט ער געטיען מיט דו אגודה איינס פאר דו לעצטע בחירות, ווען דו אלע אגודה פארטייען האבן זיך נישט געקענט פארגלייכן האט בעלזא מוותר געווען אויף א נציג און כנסת.

·         אזוי האט ער געטיען ביי דו לעצטע בחירות, ווען בעלזא האט מוותר געווען און אוועק געגעבן זכות קדימה פאר וויזניץ (אפי זיי זענען קלענער ווי בעלזא).

·         אזוי האט ער געטיען מיט גור און חיפה ווען גור האט זיך פראבירט צו קריגען מיט בעלזא אופן בעלות פונעם שטאטישע שול, וואס בעלזא האט דאס 100% לעגאל באקימען און בעלזא האט געהאט אלא לעגאלע רעכטן זיך צו שלאגען פאר דעם, און מיט דעם אלעם האט בעלזא מוותר געווען און אוועק געגעבן פאר גור א חלק.

·         אזוי מיט מחנובקא, ווי כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א א מנהיג פון א קהילה פון אריבער 8,000 משפחות, לויפט נאך זיין שוועסטער קינד וואס האט זיך דערמאנט בערך 35 יאהר נאך וואס בעלזא האט באקרוינט א נייעם רבי און בערך 45 יאהר נאך דו בעלזער ירושה (נאכן פטירה פון כ"ק רשכבה"ג מרן מהר"א מבעלזא זצ"ל) איז ציטיילט געווארן (ווען דער מחנובקרס טאטע וואס איז דאן נישט געווען קיין פרימער איד און האט נישט מחשיב געווען דו רעביסטיווע [בבחינת "ויבז עשיו את הבכורה"] האט געבעטן און אנגענימן געלט פאר זיין חלק הירושה) אז ער וויל אויך זיין א בעלזער רבי, און כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א פראבירט אלעס אויף דער וועלט זיך אויס צו גלייכן מיט אום.

·         און אסאך נאך.

 

און אז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געזעין אז למען השלום, פעלט זיך אויס אז ער זאל שיקן א מנין אידען האט ער געמאכט א פשוטער חשבון,

1)      איך שיק מיינע אינגעלייט און כנסת המינים = אויף צו טיען פאר כלל ישראל.

2)      איך שיק מיינע איגעלייט האנדלען מיט דו ערגסטע עלעמענטן פון כלל ישראל כדי זיי מחזיר בתשובה זיין = אויף צו טיען פאר כלל ישראל.

נא, אז איך קען טיען דו אלע זאכן אלטס נאר למען כלל ישראל – קען איך אויך שיקען א מנין אידען צום ציון פון דו סאטמערע רבי'ס אויב מען האלט אז למען שלום ציווישען כלל ישראל פעלט זיך עס אויס.

לסיכום: בעלזא דארף נישט סאטמאר. בעלזער האט אלע יאהרן געבליעט אן סאטמאר. בעלזער רב האט זיך קיינמאהל נישט געקריקט מיט סאטמאר אויף א פרזענליכן אויפן, און דו מחלוקה איז נאר געווען אויף די דרך און אויף די שיטה (ניין בעלזא האט קיינמאהל נישט געווארפען קיין מיסע פאשקעווילען אויף סאטמאר, בעל דברי יואל, ברך משה). אבער כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א בגודל מעלתו האט געזעין אז פאר דו טובה פון כלל ישראל (נישט דו טובה פון בעלזא) פעלט זיך אויס צו מאכן א טריט האט ער דאס געטיען.

איך ווייס נישט אויב בדורנו איז דא נאך איינער וואס קען אזאנס טיען."אשרנו מה טוב חלקנו" חסידי וידידי בעלזא. 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 03:12 לינק ישיר 

קונצען כתב:
טאטעלע,

כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט קיינמאהל נישט גערעדט אנטקעגען דער בעל דברי יואל פערזענליך און נישט גערעדט קעגען אום, ער האט סאך הכל געפרעיגט שאלות און קשיות אויף זיין שיטה און אויף זיין ספר.

איז שרייב נישט "פוער פיו" און "גערעדט געמיינע לשונות"

ניין ניין ניין, דאס פרוביר נישט צו זאגן. כ'פארשטיי הרב קונצן אז דאס איז א שווערע פיל אראפצושלינגען. אבער איך גלייב נישט אז איהר האלט אייער רב פאר א בלאפער. אז ער בעט מחילה איז פשט ער ווייסט וואס ער איז באגאנגען און אשרי זקנתו שכיפרה על ילדותו. עס איז נאר נישט שיין פון טאטעלע צו זאגן פאר א בעל תשובה זכור מעשיך הראשונים. און דעריבער איז טאקע נישט ריכטיג צו זאגן "פוער פיו" וכו' אבער לייקענען איז נישט לאגיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 05:56 לינק ישיר 

ר' אהרן האט גאר א שטארקע טענה.

דער בית דין פון ירושלים האלט נישט ביים אסר'ן אז אין קרית יואל זאל מען נישט מסדר קידושין זיין אדער אנדערע שחיטה אין קרית יואל, אדער אפילו אנדערע מוסדות, דער גאב"ד האט געמעגט באזוכן בני יואל און פארהערן די בני יואל תלמוד תורה,

אויב אזוי פארוואס זאל ער זיך מוזן ארומשלאגן מיט בעלזא ווייל זיי האבן אן אייגענע שחיטה מיט אייגענע הכשרים אין ירושלים?

די גאס פארט אויף ביידע וועגן,,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 06:04 לינק ישיר 

איז ער דאך הפנים גערעכט, וואס האט אויסגעפעלט דאס גאנצע בעלזא ציון געגייעכץ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 06:41 לינק ישיר 

דארף ר' אהרן איבערבעטן עזריאל גליק פארן אים שטעכן אין ריקן ווייל די אהרונים זאגן בעל דברי יואל ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:20 לינק ישיר 

פישמאן כתב:
ר' אהרן האט גאר א שטארקע טענה.

דער בית דין פון ירושלים האלט נישט ביים אסר'ן אז אין קרית יואל זאל מען נישט מסדר קידושין זיין אדער אנדערע שחיטה אין קרית יואל, אדער אפילו אנדערע מוסדות, דער גאב"ד האט געמעגט באזוכן בני יואל און פארהערן די בני יואל תלמוד תורה,

אויב אזוי פארוואס זאל ער זיך מוזן ארומשלאגן מיט בעלזא ווייל זיי האבן אן אייגענע שחיטה מיט אייגענע הכשרים אין ירושלים?

די גאס פארט אויף ביידע וועגן,,



אחר שמרן בעל מנחת יצחק זצ"ל אסר את מוסדות בני יואל בכל התוקף ביחד עם מרנן ורבנן הביד"צ והגה"ק הרמ"א פריינד זי"ע, ובין יום ולילה עשו מזה חוכא ואטלולי בעבור פוליטיק, אין שום מקום להתחשב עם שאר איסורים שאותו ביד"צ מוציא בשביל פוליטיק.

ודברי מרן המחבר קיים לעולם. אחר שהדמו"ר מבעלזא עשה כדבר השו"ע, ושלח עשרה אנשים לפייס את רביה"ק בעל דברי יואל, אין שום מקום להמשיך במחלוקה.

ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:43 לינק ישיר 

די בזה לויט דיר לשיטת הזאלונים, אבער די אהרונים וואס האלטן דאך יא די פסקים פונעם בית דין העדה החרדית וויאזוי וועלן זיי שלום מאכן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 08:09 לינק ישיר 

די בזה איז לאנצוט'ס סיגנוטשער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 17:14 לינק ישיר 

איך בין באמת נתפעל פון די שריט פון דעם בעלזער רב צו טון וואס שטייט אין הייליגן שו"ע און מפייס געווען כדת וכהלכה, דער שריט דארף באגריסט ווערן, ס'איז זיכער נישט לייכט אנגעקומען, און ער האט עס געטון, ס'קומט אים די פולע קרעדיט..

צו וועט זיין שוואגער יא גיין באזוכן וועגן דעם צו נישט איז נישט אינערעסאנט פאר אונז, דער עיקר אז א איד האט זיך גענומען די מוט און געלייגט אלע נגיעות אין דער זייט און געשיקט מפייס זיין קומט אים כל הכבוד דערפאר..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:10 לינק ישיר 

דזשיגאן כתב:
די בזה לויט דיר לשיטת הזאלונים, אבער די אהרונים וואס האלטן דאך יא די פסקים פונעם בית דין העדה החרדית וויאזוי וועלן זיי שלום מאכן?


ווי קומט דא אריין זאלונים אדער ארונים. בעלזער רבי האט מבזה געווען מרן רביה"ק בעל ויואל משה.
אצינד נאך 30 יאר האט ער געפאלגט דעם שו"ע און מפייס געווען כדת וכדין. 

יא, ס'איז דא שטארקע דיפערענצן צווישן סאטמאר און בעלזא, גענוי ווי ס'איז פאראן צווישן סאטמאר און גור, און סאטמאר מיט אלע קהלות וועלכע האלטן נישט דעם הייליגן ויואל משה, אבער דאס איז נישט קיין אויסרייד פארוואס צו פירן א קאמף מיט זיי.

בעלזא האט יעצט די זעלבע הלכה ווי בעלז-מאחנובקע.

ודי בזה. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:26 לינק ישיר 

נישט ממש ווייל בעלזא נעמט געלט פון די מדינה און מאכנובקא נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:30 לינק ישיר 

טאטעלע,

לדאבוני הרב, מאכט איר א גרויסן טעות (אפשר במזיד?)
בעלזא מאנובקא נעמט יא געלט, און גייט אליין צו די בחירות הטמאות.

און זיי באקומען נישט פון קרן הצלה, טאקע פאר דעם.

והדברים ידועים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נאך בעלזא: איז ר' אהרן נעקסט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext