.....וואס די סאטמורים האבען אמאל געשריבען וועגן דעם בעלזער רב
דער עולם החסידות איז אויף רעדער! ס'טייטש? דער בעלזער רב האט געשיקט א מנין אידן - ובראשם שמעון וואלף דער גבאי - און נישט סתם אידן, נאר דיינים טאקע, דאס שענסטע און דאס בעסטע פון בעלז, און זיי געהייסען איבערבעטען בשמו דעם סאטמאר רב, בעל הויואל משה זצ"ל, אויף דעם וואס פאר 30 יאר צוריק האט זיך דער ב"ר אויסגעדרוקט אין א נישט-שיינעם אופן אויפ'ן סאטמאר רב. דאס איז דער לעצטער טריט וואס איז נאך פארבליבען אויף צו מאכען שלום מיט זיין שוואגער, דער סאטמאר רבי פון קר"י, ר' אהרן טייטלבוים, און אזוי מיט חסידי סאטמאר בכלל. דאס אז אין סאטמאר איז פארהאן נאך א גרופע וואס איז נישט אונטערטעניג צום רבי'ן ר' אהרן, דאס איז א פראגע וואס קיינער האט נאך נישט דער ענטפער דערצו... "כל הכבוד צו דער סאטמאר רב", שרייט מען, "אזא איש השלום!" דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט. אנדערע גיבען גאר קרעדיט צו דער בעלזער רב און זאגען אז טאמער איז ער ביז היינט נישט דער מערסטע מוצלח'דיגע רבי איז ער יעצט אוודאי! נישט נאר האט ער פסיכעלאגען אין זיינע חדרים און ישיבות, ער מאכט שלום אויך! העפי דעיז אר היער אגען. איז נישט נאר דאס; די סאטמורים זעהען אויס בעסער און בעסער פון טאג צו טאג, זיי ווארפען אראפ פון זיך דער אלטער לעיבעל פון שלעכטע מענטשען און זענען יעצט אנשי שלום. מ' רופט ר' מיכל זעלבער צו כ"א כסלו פארדיס און מ' פארט אין חב"ד אין פאלם ספרינגס. והאמת והשלום אהבו. נישט אז מ'
אפרישיעט נישט די אלע גוטע זאכען וואס מ'טוט.
א טראפ'קעלע דרך ארץ פאר'ן בעלזער רב ווייזען זיי נישט ארויס דא מיט'ן צעטל
וויל אייך דעמאלט זאגען אז דעם ציג קען מען נישט פארקויפען קיין הייסע לאקשען, ער עסט דאס נישט. ווער איז ער צו מאכען שלום בכלל? ווער דארף דען דיין שלום? וועם איז אנגעגאנגען די מחלוקת בכלל? ווער גלייבט דען אז דער שלום איז לש"ש? וואס וועט זיין פונעם שלום? נישט אז איך וויל ווייטער אנפירען מיט מחלוקת, ח"ו, נאר איך פארשטיי נישט די גרויסע שמחה בכלל! וואס איז ס"ה דא געשעהן? דער וואס האט לדעתם פוגע געווען אין סאטמאר רב'ס כבוד איז נישט געפארען צום ציון, ער האט געשיקט שלוחים. וואס איז מיט'ן "מצוה בו יותר מבשלוחו?" קען מען דען יוצא זיין דער חיוב אזוי? נאכאמאל, דאס מיינט נישט צו זאגען אז ער האט א חיוב פיוס בכלל.פארוואס זאל איינער וועלכע מ'האט פארשעמט פאר 30 יאר אין די גאסען - כפשוטו - דארפען איבערבעטן דער וואס זיינע מענטשען האבען עס געטוהן? צו דער וואס איז מכריז פאר' די וועלט אז ער איז דער ממלא מקום? איז שטיי און שטוין! וואו איז די שכל פונעם המון עם? וואו איז דער עם חכם ונבון אין די פרשה? פארוואס זעהט מען נישט דאס וואס איז קלאר ווי דער טאג?
{די קו"ק קעגן בעלזא}

און וואס איז מיט'ן צד שני אין סאטמאר? זיי דארף מען נישט איבערבעטן? זיי זענען זיך אינגאנצען מתעלם פונעם מחילה בעטען און פירען יעצט אהן ווייטער די מלחמה. דער רשע און עוכר ישראל מנשה פולאפ האט די וואך געפרעדיגט אין א העצע רעדע קעגן בעלז איבער 9 מינוט און האט זיי גערופען "מסיתים ומדיחים" און "משכילים" און נאך ארגער. זעהט אויס אז זיי נעמען נישט אהן די מחילה. איז וואס טויג אונז אזא שלום?אז איר גלייבט נישט און האט 9 מינוט צו מבטל זיין הערט אויס ווי פולאפ איז פוער פיו ווי דער נידערטרעכטיגע יונג וואס ער איז. דאס איז סאטמאר! דאס איז וואס מיר האבען געהערט אלע יארען וועגן סיי וועלכע קרייז וואס איז נישט געפעלען פאר סאטמאר. טאמער זענען די בריונים מוחל אויף דעם וואס די בעלזער האט זיך און זיין דרך און זיינע פעטערס און זיידעס פארטיידיגט וועט מען קענען גלייבן אז מ'זוכט צו מאכען שלום. ביז דאן איז עס גארנישט מיט ווידער נישט. וואס מ'זעהט היינט בראשית ר' אהרן פון קרית יואל איז לדעתי נישט סאטמאר. ס'איז א פארוואסערטע נאכמאכונג וועלכע האט פארלוירען דעם מהות און איז נאר דומה צום ארגינעלן. סאטמאר
אהן קנאות און שעלטעריי איז קיין סאטמאר נישט! אזוי זאגט די ציג! וועם עס געפעלט נישט קען זיל טרעפן א נייע ציג.

ווען איך וואלט געווען א בעלזער חסיד וואלט איך זיך געשעמט מיט דעם גאנצען צערעמאניע וואס איז דא פארגעגאנגען. מיין רבי האט דעמאלסט ס"ה זיך אנגענומען פאר זיינע הייליגען פעטער זצוק"ל, וועמענס מאנען די סאטמורים האבען אין יענע צייטען שוין 30 יאר געשלעפט אין די מאראסט. ער האט אים נישט פורס בשם געוועהן. ער האט נישט אנגעשמירט קיינע גאסען מיט מיאוס'ע גראפיטי כמנהג סאטמאר. ער האט סה"כ געזאגט א ווארט צוויי וועגן שטאפ-גענז. שוין. איך אליין וואלט עס נישט געזאגט. זייט ווען איז דער סאטמארער קהילה און עדה החרדית דער יורש פון רבינו החת"ם סופר איז מ'דארף זיי איבערבעטן ווען מ'טשעפעט זיך מיט'ן חת"ס? דער בעלזער אליין איז דאך א האלבער אונגארישער מצד אמו תליט"א. טאמער וויל ער און טאמער שפירט ער זיך נייטיג, קען ער פארען קיין פרעשבורג און דארט איבערבעטען.ער איז פונקט אזא בר דעה אויף אונגארישקייט און חת"ם סופר'קייט ווי די אנשי סאטמאר. די סיגעטער קינדער זענען קיינמאל נישט געפארען לערנען אין פרעשבורג, זיי איז גוט געווען אהן די חת"ם סופר ותלמידין אויך, טא וואס ווערן זיי אזוי צוקראצט פון די פאר ווערטער וואס דער ב"ר האט ארויסגעלאזט פון מויל?
*************** allowfullscreen="" frameborder="0" height="315" src="http://www.youtube.com/embed/pwjkGYVjbxs" width="420"><*
מנשה פולאפ אין לאנדאן לעצטנס פרעדיגט קעגן בעלזא
Sorry for using a Holocaust analogy, but it's like Paris 1940, when AH dragged out the same railroad car that the Germans were forced to sign the Treaty of Versailles, and forced the French to sign their surrender there. That's what the "
Bakoshas Mechilleh" ceremony here looked like. The only way to make this worse was if the
Satmar Rebbehimself was there to "accept the apology." Thank G-d they didn't do that. If I was a
Belzer Chossid I'd be terribly embarrassed and ashamed. No matter what I thought of my
Rebbe and no matter how much I love
Belz and stand up for its honor. What he did back in 1982 was to defend his uncle's honor. In no way was he beholden to the
Eida HaChareidis, just like his uncle decided to deny the
kanoyim when they requested/demanded that he wear the Jerusalem garb. He could have his own
Beis Dinand
Kashrus system if he so pleases. Now he embarrassed his holy uncle all for his own silly ego, and to please their wives, probably. His and Teitelbaum's. Such an inferiority complex he has? The
Satmar Rebbe himself couldn't understand why his
shvogger wants so much to meet with him and to make peace. I fail to see what the reason for celebration is here.