היינט נאכט וועט יצחק פראנקפורטער, דער ארויסגעבער פונעם סקאנדאליעזן עמי מאגאזין, געבן א אונטערוויו אויף זאב ברענערס טאלק שאוי וועגן די בעלזא מעמד מחילה.
עס איז מיר סתם אינטערעסאנט צי דער פארשוין פארטרעט איינעם, פארטרעט ער די אהרונים און זייער מיינונג בנוגע דעם שלום פלאן? פארטרעט ער די בעלזא און זייער מיינונג איבער דעם מעמד מחילה? אדער איז ער סתם א העדליינס הונגעריגער פארשוין און זיכט צו באקומען דעקונג פאר ווער עס גיבט אים די מייק?
נשלח ב-18/1/2012 04:10
ער פארטרעט הערץ פרענקל
נשלח ב-18/1/2012 05:01
הערענדיג דעם אונטערוויו פארשטיי איך שוין וועם ער פארטרעט. ער פארטרעט ר' אהרן טייטלבוים, אזוי ווי יוסי בראך האט בשעתו פארטרעטן די אהרונים נאך שמיני עצרת. און דער קאווער סטארי פון דעם עמי די וואך וועט זיין... דער בעלזער מיט ר' אהרן... (וויפיל באקומט יצחק פראנקפורטער אויף די שעה?)
נשלח ב-18/1/2012 05:22
דער נעקסטע מאל יצחק פראנקפורטער גייט זיין אויף טולק שאו דארפן אים די זאליס באצאלן! דער האט דאך א מין גוטע ארבעט געמאכט פאר די זאליס אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן.
ווען זאב ברענער האט אים געפרעגט אז דער א.ג. שלום צווישן בעלזא און סאטמאר איז נאר צווישן ר' אהרן מיט ר' בערל, אבער די אנדערע סאטמאר וועלכע זענען באקאנט אלס די אמת'דיגע קנאים און גייען האנט ביי האנט מיט די עדה החרדית, וואס מיינט דער מעמד מחילה פאר זיי. יצחק האט זיך גענומען קעקעצן און אנגעהויבן מסביר זיין וואסא גרויסע ת"ח און צדיק ר' אהרן איז, און ווי שטארק ר' אהרן איז ארויס פון זיין וועג שלום צו מאכן מיט בעלזא..
שפעטער האבן אנגעהויבן אריינקומען די קאמענטארן און אימיעלס וואס האבן ארויסגעברענגט אז דער פראנקפורטער פרובירט צו פארגעלעטן זיין אהרלע, און פאר די צד הזאלונים מיינט עס גארנישט, איז יצחק צוריקגעקומען אויפן שאו און געזאגט אז ר' אהרן איז דער זעלבער קנאי ווי ר' זלמן לייב... און טראך זאב ברענער האט אויף אים אראפגעהאקט זאגענדיג אז ער האט מער נישט קיין צייט צו אים...
נשלח ב-18/1/2012 16:17
נשלח ב-18/1/2012 18:48
ער איד דער זעלבער כופר בעיקר ווי משפחה. יענעם כופר גלייכט איר עפעס. אפשר איז דאס אן אנדערע פלעיוואר אין כפירה.
ביי מיר איז אלע פלעיווארס אין כפירה אסור בתכלית.
נשלח ב-18/1/2012 19:43
ווער גלייכט דעם כופר פון משפחה? ווער האט אים געגעבן א אונטערוויו ר' ארון צי ר' זלמן לייב?
והשנית, האט זיך שוין כמה פעמים ארויסגעשטעלט אז דער פראנקפורטער פארט מיט א אפיציעלע אגענדע פון אראפרייסן די פרומע, און אריינברענגן א קאלטקייט צו אידישקייט ביים היימישן ציבור. ספעציעל האט זיך דאס איבערגעצייגט ביי זיין שענדליך אראפרייסן די קנאים פון ירושלים מיט צוויי וואכן צוריק פארן אנטון געלע לאטעס ביי א פראטעסט, באגלייט מיט פאלנע שקרים מכלומרשט בשם דעם גאב"ד העדה החרדית, צו די זעלבע צייט האט ער פאריגע וואך געמאכט א מונטאזש' בילד פאריגע וואך ווי דער ווייסע הויז איז אנגעפארבט מיט האקנקרייצן, אנצואווייזן אז אבאמא איז א אנטיסעמיט, און באגאנגען מיט דעם א שרעקליכע התגרות באומות.
נשלח ב-18/1/2012 19:46
דער צידרייטער(שיין געזאגט) רעדט אין שרייבט אלעס וואס וועט אים און זיין מאגעזין ברענגען 'אטענטשין' דערנאך ציעט ער צירוק צו באקומען נאך 'אטענטשען' איך האף מהר''א וועט דעם צוד.. נישט געבן קיין אינטערוויא. (אויפן בעלז'ער האב איך נישט מורא ער איז אסאך קלוגער דערפון)
נשלח ב-18/1/2012 19:54
האסט נישט וואס צו האפן. ר' אהרן האט אים שוין געגעבן מערערע מאל אונטערוויו'ס, ועוד ידו נטי'.
נשלח ב-18/1/2012 19:55
געלעכטער כתב:
ווער גלייכט דעם כופר פון משפחה? ווער האט אים געגעבן א אונטערוויו ר' ארון צי ר' זלמן לייב?
והשנית, האט זיך שוין כמה פעמים ארויסגעשטעלט אז דער פראנקפורטער פארט מיט א אפיציעלע אגענדע פון אראפרייסן די פרומע, און אריינברענגן א קאלטקייט צו אידישקייט ביים היימישן ציבור. ספעציעל האט זיך דאס איבערגעצייגט ביי זיין שענדליך אראפרייסן די קנאים פון ירושלים מיט צוויי וואכן צוריק פארן אנטון געלע לאטעס ביי א פראטעסט, באגלייט מיט פאלנע שקרים מכלומרשט בשם דעם גאב"ד העדה החרדית, צו די זעלבע צייט האט ער פאריגע וואך געמאכט א מונטאזש' בילד פאריגע וואך ווי דער ווייסע הויז איז אנגעפארבט מיט האקנקרייצן, אנצואווייזן אז אבאמא איז א אנטיסעמיט, און באגאנגען מיט דעם א שרעקליכע התגרות באומות.
וואס מאכסטו תאמעוואטע?
האט עטס נישט געבראכט דעם טריפה'נעם משפחה מאגאזין צום ברך משה ווען ער איז ליידער געווען שוואך און זיך נישט געקענט קעגנשטעלן און אים ארויסטראסקען פון שטוב.
און אויב איר גלייכט נישט דעם משפחה, צי וואס האט איר אים גענוצט א יאר צוריק פאר די מצה בעקעריי.
איך וויל באמת פארשטיין ווי קען מען זיין א גרעסערער היפאקריט פון דעם?
נאכאמאל, ווער האט געגעבן א אונטערוויו פאר משפחה ר' אהרן צי ר' זלמן לייב? ענטפער מיר נישט מצה בעקעריי, משה גאבע, נאר ווער פון די צוויי הנ"ל האבן געגעבן און געבן שטענדיג אונטערוויו'ס פאר עמי.
(און דאס פרובירן מדמה צו זיין א שמועס פון רבינו זצ"ל מיט א צייטונג שרייבער צו א שמועס פון להבדיל ר' אהרן מיט יצחק פראנקפורטער איבער זיין בית השחיטה, רופט אויס געלעכטער, ווייל אין די צייט וואס דער רבי ז"ל האט גערעדט נאר וועגן ציונות איז ר' אהרן ביזי מיט איך, זיך און מיך)
נשלח ב-18/1/2012 20:52
אה. יעצט ווערט נאך מער פאני. אפשר ווייל איך בין א דעקל.
הייסט מ'מעג יא געבן אן אינטערוויו. אבער מ'טאר נישט רעדן פון שחיטה און פון ווייץ און פון אנדערע הידורים און דעם פלאג פון ציונות נאר פון דעם סובדזשעקט וואס רביה"ק האט גערעדט. מבהיל הרעיון.
יעצט צו די אנדערן ענין: ווען משה גבאי האט געטאן עפעס ביים ברך משה אין שטוב מיט'ן ברך משה, אזאך וואס גרעניצט זיך מיט דעם יסוד פון סאטמאר, און קיינער, קיינער האט נישט מוחה געווען - ברידער טייערער קענסטו עס נישט אנלייגן אויף משה גבאי. ווייל אלע וואס האבן געוואוס פון דעם מעשה רשע אזא וואס גראבט אונטער די מלחמה קעגן ציונות און מ'איז שטיל.
געפערליך שווער אויף דיר.
איך גיי ווייטער: ווען סאטמאר מצה בעקעריי אינווייט א טריפה'נע ציוניסטישע מאגאזין, וואסערע מעסעדזש שיקט עס פאר די גאנצע וועלט:
די מאגאזין איז כפירה ומינות אבער אויב עס קען מיר העלפן אין טאש, איז יא מותר.