בית פורומים אידישע געדאנק

וויאזוי וועלן דער איד און דער בלאט דעקן די געשיכטע מיט בעלזא?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2012 06:29 לינק ישיר 
וויאזוי וועלן דער איד און דער בלאט דעקן די געשיכטע מיט בעלזא?

עס וועט סתם זיין אינטערעסאנט צו אנאליזירן וויאזוי דער איד און דער בלאט וועלן דעקן די געשיכטע מיט בעלזא, און ווי ווייט דער קאנטראסט צווישן די צוויי וועט גיין.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 06:40 לינק ישיר 

ס'איז בכלל נישט אינטערסאנט ס'איז אירלעווענט די צייטנונגען קענען נישט טוישן קיין מציאות ביי קיינעם

די וועלט איז אין א שאק וואס איז געשעהן די וואך אין די צייטנוגען גייט נישט קלאר מאכן קיינעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 07:42 לינק ישיר 

איינער זאגט מיר עס וועט זיין א באזונדערע ביילאגע אין בלאט וואס וועט הייסן "קול בעלזא".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:16 לינק ישיר 

דער בילד האט זיך קלאר אויסגעשטעלט. דער איד האט ווי עס באלאנגט - קודם מצד א צייטונג שטאנדפונקט - געדעקט די געשיכטע מיט די טרוקענע פאקטן, א זיג פייערונג וואס סאטמאר האט אפגעהאלטן די וואך. עס איז געווען בשנת תשמ"ב א איד מיטן נאמען ר' בערל רוקח וואס האט פוגע געווען בכבוד רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און די היינטיגע וואך האט ער געשיקט א משלחת פון זיינע דיינים איבערצובעטן בשמו דעם צדיק אין וועם ער האט פוגע געווען. דאס איז מצד די נייעס אויס. ‎​
 
אלס סאטמארער צייטונג פירן זיי אויס דעם ארטיקל, אז עס איז צום האפן אז זיי וועלן זיך גענצליך אומקערן פון זייער בייזוויליגע וועגן און תשובה טון. ‎​
 
דאס איז דער איד. ‎​
 
דער 'המחנה החרדי' פון בעלזא רעדט בכלל נישט פון דעם גאנצן פרשה, ווייל פאר די בעלזא איז דאס א געפערליכע פאטש און בזיון וואס איז פארגעקומען אז זייער רבי האט געדארפט זיך בייגן און איבערבעטן דעם רבי'ן זי"ע. אויך פארשטענדליך. ‎​
 
ווידעראמאל דער בלאט האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס ווערט געפירט אן קיין שום ערוואקסענע הנהגה און פארשטענדליכע מיינונג. פון איין זייט האבן זיי געלייגט בילדער פונעם עלי' לציון, אבער געשריבן האבן זיי גארנישט. איז וואס דארף א ליינער פון דער בלאט טראכטן? אז עס איז גענצליך נישט פארגעקומען אזא עלי' לציון קען ער נישט, ווייל ס'דא בילדער. אז עס איז יא פארגעקומען און דער געשעעניש איז א ניצחון פאר סאטמאר, פארוואס ווערט דאס נישט געדעקט אלס נייעס? איז דער עלי' לציון א בלויזע ליצנות אקט פון בעלזער? פארוואס לייגט מען בילדער. איז דער אויפטו פון דעם עלי' לציון ר' אהרן טייטלבויםס קרעדיט, פארוואס גיבט אים דאס נישט דער בלאט? ‎​
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:20 לינק ישיר 

דער אשכול וואס איך האב ארויפגעשטעלט איז "פארשטענדליך אראפגענומען געווארן".

דערפאר לייג איך עס איבער דא:

עס איז אביסל אינטערסאנט צו באטראכטן דעם צד מהרז"ל, וועלכע קען נישט אפמאכן וועלכע ליניע צו נעמען.

פון די פילע פראקציעס און שפאלטן דא איז דא א בני יואל, דא א שאפראן, דא א קאראד, דא א לייטנער, דא א ברסלב'ער, דא א פאפא'ער, דא א קאשויער, דא א מעסיגער, דא א געוועזענער און דא א צוגעקומענער האט אויסגעבראכן אן אינטערסאנטער שוי שפיל וואס איז כדאי מיטצוהאלטן:

אין ראדני הענגט היינט צעטלעך אין וועלכן דער "פיוס" ווערט אראפריסן!
ראדני קוקט אויס צו א אן "פארק" וואס מיר קענען זעהר גוט יעדער הענגט צעטלעך און איסורים איינס הארבער פון צווייטן.

איינער קלעפט און דערצווייטער רייסט און דער דריטער שמייסט:

פונעם צירקוס דארט קוקט אויס אז דער בעלעבאס דארט איז איינער וואס דער ערשטער אות פון זיין נאמען הייבט זיך אן מיט א סמך, און ענדיגט מיט א למד!

דאס איז פון היינט אין ראדני



דער מצב אין ראדני.
יא פיוס אדער נישט פיוס?

פראטעסט גאר?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:47 לינק ישיר 

אייעם סארי טו דיסעפוינט יו. די צעטליך אין בית המדרש זענען נישט קיין שום סתירה צו דעם איד. דער איד דעקט די טרוקענע פאקטן פון די געשעעניש און די צעטליך רופן בלויז די מאסן נישט צו פארבלענד ווערן און געדענקן אז דער בעלזער איז נאך אלץ נישט כשר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:50 לינק ישיר 

איך וויל טאקע דאס קלארשטעלן. איך לאנצוט מין א דעקעלע. א פלעינע בהמה אז איך זעה עפעס פאני.

נארמאלע מענטשן (אנשי מהרז"ל) זעען אז עס איז נישט קיין שום סתירה. דער איד דעקט שיין דעם פיוס און זייער פאזיטיוו און אין ראדני קלעפט מען מחאות וואס ער האט פוגע געווען אין מרן רביה"ק בעל דברי יואל.

יא איך בין מודה אז עפעס פעלט מיר.

איין קשיא פרעג איך דיך:
איז הרב מנשה פילאפף וכת דילי' מסכים צום ארטיקל אין דער איד.
יא אדער ניין?

ביטע ענטפער נישט אז דו ווייסט נישט.
ענטפער בלויז: יא אדער ניין

א דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:57 לינק ישיר 
א נחת צי זעהן דער איד




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 19:59 לינק ישיר 

די באבמע היינט איז דער איד ער האט דערלאנגט א שאס פאר זאליס
אין ס'איז מחי צי קוקן ווי ס'רינט בלוט פין זיי אין דערהייבן עס נישט

משה יו דע מען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:02 לינק ישיר 


 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:22 לינק ישיר 

לאנצוט, איך זע נישט אז ר' מנשה זאל האבן א פראבלעם מיט דעם ארטיקל, ווען יא שרייבט ער ווען נישט דארט. ‎​
 
און עגעין, די אלע צעטליך וואס די דערמאנסט איז נישט קיין שום סתירה צום איד. דער איד דעקט די טרוקענע פאקטן און די השקפה חלק (אין די תורה רובריק), און די צעטליך באצוען זיך בלויז אויפן השקפה חלק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:26 לינק ישיר 

איין קשיא פרעג איך דיך:
איז הרב מנשה פילאפף וכת דילי' מסכים צום ארטיקל אין דער איד.
יא אדער ניין?

ביטע ענטפער נישט אז ער שרייבט אין דער איד.
ענטפער בלויז: יא אדער ניין


נעכטן האט דער זעלבער הרב מנשה פיליפ געהאקט אויף דעם פיוס אין אראד, און נישט דערמאנט אז ס'איז פאזיטיוו כמבואר בשו"ע הלכות יום הכיפורים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:53 לינק ישיר 

לאמיר עס קלאר מאכן פאר לאנצוט אז ער זאל עס פארשטיין נוסח לאנצוט

די זאליס זענען שרעקליך ציווילדעוועט אויפן פיוס, (פרעג מיך נישט פארוואס, דעקעלע) משה גאבע וואס האט שוין פיינט די זאליס זייט אדם הראשון האט ענדליך געטראפן א מקום צו געבן די זאליס א שאס אין די ציין אז זיי זאלו עס געדענקן, שטומט? דאס איז וואס דו זאגסט? איך טריי צו פארשטיין, (דעקעלע)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 20:59 לינק ישיר 

ידידי ר' מלך_מלכים:

איך בין נישט אנגעווייטאגט וועגן דו רופסט מיך אדער מיין טאטע/מאמע דעקעלע בן דעקעלע.
ווייל איך ווייס אז ווען עמיצער ענטפערט דאס איז דאס א סימן אויף צוויי זאכן:

1) אז דער וואס זאגט דעקל אויף זיין בר-פלוגתא מוז זיין מורא'דיג קלוג און אינטעליגענט. און אויף וועמען מ'זאגט דעם שרעקליכן ווארט דעקל: ווערט זאפארט א טיפש עצום, ושוטה מבהיל, ויחצאל, וכו' וכו'.

2) אז דער וואס זאגט דעקל, מוז שוין יעצט גארנישט ענטפערן צו דער זאך, ווייל ער האט דאך געווארפן דעם אטאם. דער ווער ס'ווערט יעצט א דעקל, קען שוין מער נישט ענטפערן, ווייל ער איז דאך געווארן א דעקל. און וואס ער זאל נאר נישט איבערצייגן, אפילו קלארע פסוקים וראיות כראי מוצקים, שבעתיים מזוקקים, בלייבט ער א דעקל.


ביטע רוף מיר ווייטער דעקל. אבער בנוסף צו דעם, ענטפער אויך צו דער זאך.
דעקל איז נישט קיין ענטפער. ס'איז א קללה.

ידידך
לאנצוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 21:00 לינק ישיר 

סאיז דא וואס זוכען שלום. און סאיז דא וואס זיכען מחלוקת, זיי וועלן שוין טרעפען גענוג תירוצים פארוואס זיך צי קריגען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 21:05 לינק ישיר 

מלך, לאנצוט גיבט ארויס די סודות פון אייער חדר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וויאזוי וועלן דער איד און דער בלאט דעקן די געשיכטע מיט בעלזא?
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext