בית פורומים אידישע געדאנק

"דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/1/2012 20:09 לינק ישיר 
"דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?

ווער עס טרעפט דא איין ווארט וואס איז "מרמז" אויף התקרבות אדער אויף שלום,
אדער עני אנדערע ווארט חוץ א טרוקענע נייעס באריכט,
(אפשר אפאר ציפעדיגע ווערטער אויף בעלזא) זאל עס ביטע אנדערליינען מיט א רויטע פעדער, און איר  קריגט תיכף א אייז-קאלטע פלעשל ביר...!
קען זיין איך בין צוריקגעשטאנען אבער איך זעה נאר דאס.
און נאכמער, אין די לעצטע צוויי יר צענדליג איז קיינמאל נישט אויסגעקומען אז דער איד זאל קענען שרייבן בפומבי אז דער בעלזער האט פוגע געווען אינ'ם רבי'ן, א זאך וואס שטייט יעצט יא....



תוקן על ידי סטראבערי ב- 22/01/2012 20:13:33





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/1/2012 20:22 לינק ישיר 

בדרך אגב, מענין לענין באותו ענין באותו ענין,

איך דארף אויף נאך א זאך א תירוץ - אויב איינער האט -
איך קוק שוין דא א גאנצע וואך,
ווי דער עולם דעבאטירט לכאן ולכאן,
מ'פארגיסט פלעשלעך טינט,
אויף די "הייסע" נושא,
יא שלום/נישט שלום יא התקרבות/נישט התקרבות,
רבוש"ע: למאי נ"מ!? וואס איז דאס נוגע?
דאס אז ער האט פערזענליך געשפירט אז ער האט געטשעפעט די רבי זצ"ל: האט ער אים איבערגעבעטן. פיין
יעצט וואס איז דאס בכלל נוגע פאר'ן פאבּליק, פאר'ן המון עם?
מיר ווייסן איין זאך מיר קוקן אייביג אויף השקפה,
ממ"נ: ווען דאס וועט זיך טוישן וועוט מען זיך קענען פאראיייגן = והי' לאחד...
אבער דערווייל  סתם מאָלן וואַסער, נאך וואס?
הייסט איז די גאנצע טענה'ריי נאר געווען אויב רעבארן וועט יא אדער נישט א דריק טוען דעם שוואגער'ס האנט?
וויל ר' חיים הערש וואלט עניוועי געטראפן 100 תירוצים נישט צו גיים צו זיין ערשטע קאזין אהרן מרדכי'ס נעקסטע בר מצוה,

נו וואס איז עס נוגע?!

ידיכם:
הק' סטראבערי



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/1/2012 20:26 לינק ישיר 

און ח"ו איך בין נישט פוגע בכבודו פון די חשובע דיינים שליט"א
אבער איך בין דאך נייגעריג וויאזוי דער עולם האט דאס אפגעלערנט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/1/2012 21:28 לינק ישיר 

איך פארשטיי ווי דער דיין פון מאנטריאל איז מסביר ביי זיין דרשה וואס ס'איז געווען פארשפרייט רעדט נישט פון קיין גיטע זאך וואס דער שגץ האט געטין דעס רעדן פון א גיטע זאך וואס ער האט געטיען איבערהויפט אז און די זעלבע צייט איז ער פון די גרעסטע משכלים ווי מליידט פון עם איבעראל ווי מאנטריאל לאנדן און ארץ ישראל מיט זיינע פאליציי


תוקן על ידי kj_monroe ב- 22/01/2012 21:31:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 21:39 לינק ישיר 

כל הכבוד פאר'ן מאנטריאל'ן דיין:

אבער פרעגן מעג איך דאך,
ממילא ווען מ'רעדט פון א גוטע זאך וואס ער האט געטוען שלא מן הענין,
לדוג' אזוי ווי מ'וויל נישט רעדן אז די 'דף היומי' איז א גיטע זאך, ווייל דאס וועט ברענגען מ'זאל טראכטן שיין פון מתחברים לרשעים.
אדער נאך שטערקער רעדן שיין פון די ציונים אז זיי האבן איינגענימען דעם כותל אדער קברים פון גרויסעלייט, ווייל דאס ברענגט צו ציונות גופא.
אבער רעדן פון אזא גאטונג גיטע זאך וואס ברענגט נאר חיזוק פאר סאטמאר, וואס איז ראנג?!
30 יאר וואס זיי שרייען אז ס'איז נישט מעגליך אז דער צדיק און יענער צדיק האט אינטערגעשריבן קעגן בעלזא, 
ווייל ער האט גארנישט ראנג געטוען, און דא איז ער געקומען זאגן בפומבי אז ער האט יא:
-זעהט מען די כח פון'ם רבי'ן אז 30 יאר שפעטער, ציטערט נאך אלס דאס הארץ פאר דעם פוגע
-זעהט מען אז סוף סוף איז יש דברים אין'ם שיטה פון סאטמאר 
(און זיי נישט קיין נער, ווי דער בעלזאר ניק 'קונצן' האט פראבירט אראפשפילן די מעשה: ווען קארלין גייט אויפשטיין איין טאג מיט א בילבול, אז בעלזא האט אים געטשעפעט, גייט נאכנישט בעלזא לויפן איבערבעטן ביים ציון...)
נו, וואס איז ראנג מיט'ן שרייבן די פאזיטיווע נייעס פאר סאטמאר?
*
דער מבחן איז טאקע ער אליין:
דער מאנטריאלע דיין, ווען מ'האט אים פארציילט די נייעס אז ס'איז געווען א "מעמד מחילה", איז געווען צופרידן עס צו הערן, אדער ס'האט אים געבאדערט...?!


תוקן על ידי סטראבערי ב- 22/01/2012 21:43:05




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/1/2012 21:41 לינק ישיר 

דיין שפראך איז נישט איידל

נאכאמאל נעמען א שגץ און פארציילן א גיטע זאך וואס ער האט געטעין איז נישט אויסגעהאלטן אזוי האלטן די רבנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 21:46 לינק ישיר 

און בעיקר, ביטע מאך נישט די דיינים צונער - און פארדריי נישט די אשכול,
זיי האבן נישט געשריבן אין'ם בריוו אז דאס באדערט זיי!
זיי האבן געשריבן אז "ומזה נראה כאילו מעתה יש מקום להתקרב וכו' "
*
אויף דעם פרעג איך א שאלת הדיוט, ילמדינו רבינו, ווי אין די ווערטער איז 'משמע מזה' אז ס'איז דא א מקום להתקרב?!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/1/2012 21:47 לינק ישיר 

הונדערט פראצענט מיט סטראבערי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 21:51 לינק ישיר 

ווילאנג ער מאכט נישט קיין וועזנטליכן טויש זענען די אלע זאכן מיינונגסלאז פאר אונז, ער האט אפשר געסעטלט זיין פערזענליכע עבירה, אבער בנוגע זיין סטאטוס, טוישט זיך גאאנישט ווילאנג ער טוט נישט תשובה אויף זיינע פארברעכנס.

די דיינים האלטן אז ווילאנג ער דרייט נישט צוריק דעם זייגער, איז דער גאנצער פיוס נישט רעלעוואנט פאר 'אונז' (פאר זיך האט ער אודאי געטוהן א גוטע זאך) און עס פארדינט נישט קיין התייחסות. די עצם התייחסות ווייזט אז עפעס האט זיך דא געטוישט, און דאס איז נישט ריכטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 21:58 לינק ישיר 

מיין אנדערע פראבלעם מיט די בריוו פון די חשובע דיינים איז

אז מען רעכנט יעצט אויס די חטאים פון בעלזא

ביסט מודה ער האט יעצט געטוהן א גוטע זאך?

יא אדער ניין?

די עקסטרמיסטן שרייען אז די פיוס איז א דשאוק און ליצנות

ענק האלטן יא אז עס איז א גוטע זאך לויט ווי איך פארשטיי

נו וואסערע פשט האט יעצט צו קומען און שרייבן א בריוו מיט די בעלזע חטאים

האט איינער געמיינט אז בעלזא איז געווארן הייליג? ?




איין זאך וואס זיי צייגן פאר די גאס

אז קנאות איז "שלעכטיגקייט און פארדארבענע קריגערישקייט " (חלילה )

יענער פארשעמט זיין אייגענע כבוד איבערצובעטן

גיסטו צוריק פעך און שוועבל !

איך האף מען פארשטייט וואס איך מיין צו זאגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 21:58 לינק ישיר 

נאר עס קען זיין אז דער בריוו איז בעצם א תועלת, און סאיז א גוטע וועג אז דער אידדזאל שרייבן, און דערויף זאלן די רבנים רעאגירן, וויייל סתם אזוי האט נישט קיין פשט ארויס צו קומען מיט א בריוו. אפשר איז עס א אפגעשמועסטע זאך...

חוץ מזה, דער אמת איז אז די פרעמדע גאס האט עס יא אזוי אפגעלערנט, די שאלה איז נאר צי עס איז א עמערדזשענסי קלאר צו מאכן פאר גור און וויזניץ אז סאטמאר בלייבט צוקריגט מיט בעלז



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:03 לינק ישיר 

אגב האב איך יעצט געענדיגט הערן שמואל שלמה טעלער פון קרית יואל

אויף קול סאטמאר

זיינע ווערטער זענען עפעס אזוי אויסגעהאלטן

ממש מתוק מדבש

אזוי שיין ארויסגעברענגט די חילוק פון קריגערייען

ביז סתם פירוד



און ער ברענגט טאקע אויך ארויס די ענין פון עת לחשות

ווי פארדארבן עס איז יעצט זיך צו נעמען גיסן שוועבל און פעך


סאטמאר מיט בעלזא זענען צוויי פארקערטע חסידותן ליידער

אבער אין פערזענליכקייטן קריגט מען זיך נישט

די רבי ז"ל האט וועגן דעם מספיד געווען הרב קוטלער

דער מענטש וואס איז געפארן אויף ארץ ישראל קאמפיינען פאר די בחירות

און די רבי האט זיך געגעסן דאס געזונט

אבער דאך נישט געהאט א פערזענליכע קריג און אים שיין מספיד געווען

ר' שמואל שלמה זאגט אז היינט צוטאג וואלט מען געווארפן פאשקעווילן אויפן רבין פארן מספיד זיין . . . 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:06 לינק ישיר 

עס איז נישט קיין עמערזשענסי קלאר צו מאכן גארנישט פאר קיינעם, נאר פאר'ן אייגענעם ציבור.

מיין פארשטאנד איז, אז דער אינהאללט פונ'ם בריוו איז ריכטיג, נאר עס האט נישט געברויכט ארויסצוקומען אויף די גאס, ווייל דער מעסעזש קען זיך הערן נישט גוט.

בעצם האלט איך אז דאס באשרייבן די נייעס אין די איד איז גענצליך איבריג. אויב דער גאנצער פיוס מיינט פאר אונז גארנישט, דאן פארוואס סתם גיסן יענעם זאלץ אויף די וואונדן? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:08 לינק ישיר 

אישור, עס איז א חילוק צו א מענטש מאכט א טעות, אדער ער איז מיסודו פארדארבן.
זאל זיך דיר נישט דוכטן אז דער רבי וואלט אמאל מספיד געווען דעם היינטיגן בעלזער, אפילו ווען ער וואלט געקענט דריי מאל אזויפיל לערנען ווי ר' אהרן קאטלער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:14 לינק ישיר 

כהאב נישט געהייסן מספיד זיין . . 

אבער ארויסקומען מיט א אטאקע קעגן אים

צוליב זיין חטא אז ער האט זיך משפיל געווען איבערצובעטן ?

האט דאס פשט ?

דאס פאסט פאר די סיקריקים פון דאהי .



איך האב געהאלטן אז אלס סאטמארע ווייסט עטס וואס עס מיינט הנהגה

צו וויסן ווי איין און ווי אויס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 22:21 לינק ישיר 

די מטרה איז נישט געווען אים צו באשמיצן יעצט, נאר מודיע צו זיין אז ער ווערט נישט גע'כשר'ט מיט דעם. 
דו קענסט דן זיין אויב מען מעג/דארף עס טוהן אין די יעצטיגע אומשטענדן, אבער דער ציהל איז נישט געווען אים צו קריטיקירן יעצט. (און נישט ווייל עס קומט אים נישט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > "דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext