אין א מיואש'דיגע שריט האט דער בלאט'ס עדיטאריאל אויסגעשאסן א טוץ מיט קללות און וויינען געפערליך מיט קראקאדיל טרערן היתכן מען קען שוין נישט באקומען אין וויליאמסבורג די טריפה'נע עמי מאגאזין, אויסער נאכשרייבן שטיקער היידפארק פון א כלומר'שטע געשטיקעלטע אימעיל וואס מיט א אפאר קנעפלעך קען מען היינט טאן וואס מען וויל (עיין דזשואיש פרעס בילד פון ר' אהרן מיטן בעלזער) האבן זיי נישט פארגעסן איינצורעדן זייער קעלבלעך אז טראץ די ווארימע קול קורא אונטערגעשריבן דורך די סאטמארע דיינים אז מען טאר נישט האבן די צינוסטישע עמי מאגאזין שרייבן זיי אז די ליסטע פון די גראסעריס וואס איז פארשפרייט געווארן אלץ מפרסמין עושה מצוה דאס איז גאר פאלש און מען פארקויפט עס יא - טראץ וואס יעדער ווייסט און קען זיך אליין איבערצייגן אז אין וויליאמסבורג קען מען עס מער ב"ה נישט קויפן!. ווער עס קען ווערט געבעטן ארויפצושטעלן א קאפי אז די עולם זאל זיך קענען אינטערהאלטן.
נשלח ב-26/1/2012 18:28
מערקווירדיג אז אפילו די געשעפטן וואס שטייען נישט אויף די רשימה פארקויפן אויך נישט די לינקע עמי מאגאזין, עס איז דא צו באקומען אין אפשר 2 געשעפטן אין גאנץ וויליאמסבורג.......
נו אוודאי בילן די הונטלעך..
נשלח ב-26/1/2012 19:05
פארוואס איז "עמי " ביי ענק ערגער ווי "משפחה "
וואס איז דאהי אין ארץ ישראל א עכט ציוניסטישע צייטונג
און איך גלייב אז דארט נישט בעסער ?
נשלח ב-26/1/2012 19:16
משפחה איז אויך נישט הייליג און עס איז טאקע נישט דא אין וויליאמסבורג.
נשלח ב-26/1/2012 19:24
ס'איז פאני, ווייל די וואך האט די כשר'ע מישפאכע מאגאזין געלייגט בילדער פון רז"ל כ"א מסיבה אין ארמארי און באשריבן די כ"א כסלו מופת.
מ'דארף האבן אן איי-קיו אונטער 2, צו טראכטן אז ס'איז נישט געקומען פון די קאמפאני.
איך האלט זיך ביי מיינס, אז דאס אריינלייגן די באשרייבונג אין משפחה איז נישט קיין פעלער. מ'מעג עס. אויף די וועלכע מאכן פלאקאטן קעגן מישפאכע און דערביי לייגן זיי אריין "אייגענע" באשרייבונגען, אויף זיי איז די קשיא.
חוץ אויב מ'קען נוצן דעם תירוץ פון "הא לן והא להו", וואס דארף לכאורה אלעס פארענטפערן.
נשלח ב-26/1/2012 19:44
אריינלייגן באשרייבונגן פון א אייגענעם רבי'ן רעדט מען דא. קיינער אין סאטמאר האט נישט געדארפט אריינלייגן די מעשה מיט יאנקי שטיין, עס איז געווען א וועלטס סענזאציע און מישפאכא האט גערעדט בלויז מיט די פאמיליע פון דעם בחור.
ווייטער וועגן דעם בלאט קען איך נישט גלייבן אז זיי נעמען זיך אן פאר דעם פארפוילטן "עמי". דאס איז דער זעלבער עמי וואס האט מיט אפאר וואכן צוריק מיאוס אראפגעריסן די קנאים פון ירושלים עיה"ק, אויף וואס ער האט זוכה געווען צו א הכחשה פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א. דאס איז דער זעלבער עמי וואס האט מיט צוויי וואכן צוריק פאראורזאכט א שרעקליכן התגרות באומות מיטן איינהילן דעם ווייסן הויז אין האקנקרייצן, וכהנה וכהנה.
נשלח ב-26/1/2012 20:04
היסטאריע חזר'ט זיך איבער, מיט עטליכע יאר צוריק נאך וואס יאסי בראך ע"ה האט צאמגערעדט שטותים מיט הבלים אויף זאב ברענער טאלק שאו איז דאן ערשינען א ארטיקל אין בלאט א לויב ארטיקל וואס האט אויסגערימט דעם שוטה יאסי בראך, דאס זעלביגע איז יעצט ווען די בלאט נעמט זיך אן פאר יצחק פראנקפורטער אויף וועם זאב ברענער האט אראפגעהאקט די טעלעפאון פארגאנגענע וואך ווען ער האט צאמגערעדט הוידעם בוידעם.
נשלח ב-26/1/2012 20:05
געלעכטער כתב:
אריינלייגן באשרייבונגן פון א אייגענעם רבי'ן רעדט מען דא. קיינער אין סאטמאר האט נישט געדארפט אריינלייגן די מעשה מיט יאנקי שטיין, עס איז געווען א וועלטס סענזאציע און מישפאכא האט גערעדט בלויז מיט די פאמיליע פון דעם בחור.
ווייטער וועגן דעם בלאט קען איך נישט גלייבן אז זיי נעמען זיך אן פאר דעם פארפוילטן "עמי". דאס איז דער זעלבער עמי וואס האט מיט אפאר וואכן צוריק מיאוס אראפגעריסן די קנאים פון ירושלים עיה"ק, אויף וואס ער האט זוכה געווען צו א הכחשה פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א. דאס איז דער זעלבער עמי וואס האט מיט צוויי וואכן צוריק פאראורזאכט א שרעקליכן התגרות באומות מיטן איינהילן דעם ווייסן הויז אין האקנקרייצן, וכהנה וכהנה.
געלעכטער. מיר זענען נישט אין כתה ג'.
איך האלוט אז אויב מ'קוקט דורך די קאמפיוטערס פון UTA וועט מען טרעפן אימעילס פון און צו די מישפאכע, פינקט ווי מ'וועט טרעפן די אימעלס פון און צו עמי. איך גלייב נישט אז "איינער" טראכט אז זיי האבן די בקומען די בילדער פון די גאס. וד"ל.
צווייטנס:
איך דארף זעהן דעם בלאט און זעהן וואס זיי שרייבן.
ווען א היידפארק יונגעל שרייבט אז דער בלאט וויינט אדער דער בלאט לאכט, דרוקט עס בסך הכל אויס זיין "וואונטש".
איך טראכט נישט קיין רגע אז דער בלאט נעמט זיך אן פאר די עמי. ווען יא, וואלט שוין געווען די סקען ארויפגעלייגט.
זיי אויפריכטיג פליז.
תוקן על ידי לאנצוט ב- 26/01/2012 20:08:14
נשלח ב-26/1/2012 20:19
אן זיך אריינלאזן אין א וויכוח יעצט צי די אהרונים אדער זאלונים, ווער עס איז מער ביזי אריינצולייגן זייערע רבי'ס אין די מאגאזינען. אבער א עדיטאריעל אין בלאט וואס זאל אנשטאט מיטשטיין מיט די מערכה פון ערליכע אידן, ובראשם גאב"ד ירושלים שליט"א, קעגן דעם עמי, שרייבן זיי א קעפל "פאליטישע חתימות" אויף דעם קול קורא פון רבנים וואס פסק'נען איסורי כריתות שאלות, זאגט אסאך וועגן דעם קשר צווישן פראנקפורטער מיט די אהרונים!
נשלח ב-26/1/2012 20:23
סענאטאר טייערער:
ביטע ליין ואס איך האב געשריבן דא א מינוט צוריק:
איך דארף זעהן דעם בלאט און זעהן וואס זיי שרייבן. ווען א היידפארק יונגעל שרייבט אז דער בלאט וויינט אדער דער בלאט לאכט, דרוקט עס בסך הכל אויס זיין "וואונטש".
איך טראכט נישט קיין רגע אז דער בלאט נעמט זיך אן פאר די עמי. ווען יא, וואלט שוין געווען די סקען ארויפגעלייגט.
נשלח ב-26/1/2012 21:09
קיקט אויס די לינקע וואשען זיך די הענט איינער פארען צווייטען, עמי בלאט בלאט עמי, שיינע שידוך !
נשלח ב-26/1/2012 21:19
אפשר גייט די גזירה שוה צוריק. ווי די גמרא זאגט אין זבחים, אין גזירה שוה למחצה.
כ"ק מהרי"י - משפחה - משפחה-כ"ק מהרי"י
לכאורה איז דאס גאנץ א גוטער שידוך.
נשלח ב-26/1/2012 21:47
שעפעלע ליין דעם בלאט און נאכדעם קום מיט דיין געוואלדיגע טענה פארוואס ס'נאך נישטא קיין סקען דא.
יא, עמי וואשט דער בלאט און דער בלאט דעם עמי.
און וויפיל דו וועסט פרובירן צו מאכן א שידוך צווישן ר' ברוך שטייןס אונטערוויא אין מישפאכא מיט צד מהרי"י, צייגט דאס מער און מער ארויס ווי געענגט דו בוסט נעבעך אין קאפ. ענדערש זיי מודה אז דער בלאט מיטן עמי לעבן געקניפט און געבונדן, זיי האבן איין רבי'ן און איין סאטמאר, און פאר וועם עס שמעקט נישט זאל נישט קויפן נישט דער בלאט און נישט דעם עמי.
נשלח ב-26/1/2012 22:02
הטרם תדע אז ווען עמיצער שרייבט אין היידפארק אז דער בלאט לאכט אדער דער בלאט וויינט, איז עס נישט מער ווי א אויסדרוקענעיש פון עמיצן עמאושנס, עס טראגט נול געוויכט.
איך האלט נישט אז דער בלאט נעמט זיך אן פאר עמי אדער לאכט פון די מישפאכע, איידער איך זעה א סקען.
איי איינער שרייבט דאך עפעס, מסתם דרוקט דער בלאט אויס דעם היפאכאנדריע און היפאקריטסווע אויף מישפאכע יא און עמי נישט, נאך אן איסור פון די אייגענע רבנים.
ביטע פארקויף נישט די לאקשן אז עמיצער ברוך שטיין האט געטראגן זיין מעשה צו די מישפאכע 4 וואכן צוריק און זיי געגעבן פיקטשערס פון כ"א כסלו. דו לייגסט זיך צונאר.
פינקט ווי דער איד איז נישט געווען קיין סתירה פאריגע וואך צו די קול קורא קעגן דער איד, איז דאס לייגן א באשרייבונג אין מישפאכע די וואך, אויך נישט קיין סתירה צו דעם איסור פון אייגענעם בית דין.
פורים המשולש.
נשלח ב-26/1/2012 23:18
דער בלאט לאכט נישט און וויינט נישט, ווייל ס'נישטא קיינער דארט מיט איי.קיו. צו טאן איינע פון די אויבנדערמאנטע.