פאפולערע ניימאן'ס בעקערי פארמאכט
יעדער וואס וואוינט אדער איז אמאל שוין אריינגעפאלן אין וויליאמסבורג ווייסט זיכער פון די בארימטע ניימאן'ס בעקערי, עס האט טאקע געהייסן א "בעקערי" אבער פארקויפט האט מען דארט אלעס אלעס וואס איר קענט נאר טראכטן. קעיק, טשאלענט,שיך בענדלעך, לאטעריס, צייטונגען, יעדע מין דרינק, באנענעס, סטארעדזש קאנטעינארס, און אפילו טעיפס. היינט דאנערשטאג פארמאכן זיי די טויערן.
|
|