| נשלח ב-27/1/2012 15:26 |
|
| |
א שאלה צו סענעטאר.
קודם א שאלה פאר די שאלה.
ביסטו מסוגל צו רעדען מיט א בעלזער ? אויב נישט ליין נישט ווייטער, איך האב גראדע חברים פון ענקער חברה, זיי רעדען צי מיר גאנץ מענטשלעך, בעיקר די עסקונים פון ענקערע מוסדות 3 מאהל א יאר וואס זיי קימען צי מיר אין אפיס פאר א נדבה, זיי רעדען גאר שיין.
אה, איך זעה אז די ליינסט ווייטער, האלט מען שוין אויף א וועג.
מיין שאלה איז אזוי.
די שרייבסט אז בעלזער רב (וואס ביי מיר, און ביי נאך אן א שיעור ערלעכע אידען איז ער הייליג) איז א "שייגעץ טמא"
איך בין נישט דיין טאטע אדער רב אדער שופט, די דארפסט דיך נישט פארענטפערען פאר מיר און פאר קיינעם, אבער פרעגן מעג איך דאך, פרעיג איך, ווילסט ענטפערען ווי א מענטש ענטפער אויב נישט איז אויך גיט.
מיילע מען ריפט א מנהיג ישראל "בער" והמדקדקים ריפען עים "הבער הגדול והנורא" דאס איז שוין א געוואינהייט פון אזוי פיל יארען, מעקען דאס נישט טושען אין איין טאג.
אבער "שייגעץ טמא" איז שוין עפעס מער א געהויבענע קאמפלימענט, נישט סתם אבי געשריבן, וויל איך פארשטיין.
צי די האלסט באמת אז ער איז א שייגעץ טמא ? (עס וועט גארנישט געשעהן אויב יא, איך האב אויך מיין מיינאנג איבער אנדערע) אדער סאיז נאר א פליטת קולמוס.
אויב כבודו הרמה האלט טאקע אזוי, וויל איך פארשטיין צו דאס האט שייכות מיט דעם וואס ער האט פוגע געווען (לשיטתכם) אינם כבוד פונם ויו''מ זצ''ל ? אויב יא, האט ער דאך געטוהן וואס מען דארף, פארוואס איז ער נאך אלץ א שייגעץ טמא ?
אדער האט עס גארנישט מיט דעם, נאר ווייל ער פאלגט זיין פעטער דע בעלזער רב זצ''ל און די אלע אנדערע גדולים פון יענע צייט וואס האבען געהאלטן פאר א חוב קדוש צו גיין שטימען ביי די בחירות, און נעמען שטיצע פון די מדינה פאר די מוסדות התורה, אויב אזוי איז דער בעלזער רב זצ''ל אויך געווען א שייגעץ טמא, און אויך די גדולים פון יענע צייט.
ווער רעט נאך פון איינער ווי גערער רבי וואס אין זיינע מוסדות רעד מען עברית, און זענען אריינגעמישט אין די איזראעלי פוליטיק פיל מער ווי בעלזא, איז ער זיכער א "שייגעץ טמא".
און אזוי אויך וויזשניצער רבי, סלונימער רבי, טשרנובלער רבי, צאנזער רבי, אמשינובער רבי, באיאנער רבי, און אלע ליטווישע און ספרדישע גדולים, אלעס "שקצים טמאים".
אדער גלייבסטו טאקע די שטות'עם וואס די דיינים ענקערע האבן געשריבן צו די איד, אז בעלזא איז ערגער פון אלע אנדער קרייזן וואס נעמען געלט פון די מדינה וועגען כל מיני סיבות. איי עס איז דאך אלץ ליגנט ? דאס איז נישט קיין קשיא, ווען עס לוינט זיך איז מען נישט אויפגעקלערט, און ווען עס לוינט זיך ווערט מען אויף איינמאל א תמים, אין מען גלייבט מיט א געוואלדיגע אמונה פשוטה, וואס הייסט ? עס שטייט דאך קלאר אויפן צעטל ?!!
שוין, ביי מיר ווערט שוין כמעט שבת (אין בעלז איז דא א קליינע פרוצענט וואס האלט שבת, איך בין פון דעי)
גיט שבת.
תוקן על ידי בוoתנאי ב- 27/01/2012 15:36:56
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2012 18:35 |
|
| |
בוסתנאי, איך וועל דיר זאגן בקיצור נמרץ וואס איך זע אז בעלזא איז ארגער ווי אנדערע קרייזן. דאס נעמט אריין סיי זאכן וואס א בעלזער קוקט עס אן פונקט פארקערט ווי איך, און סיי זאכן וואס אויך א בעלזער מוטשעט זיך צו פארענטפערן, און ער קומט צו צום וואונדערליכן סלאגאן וואס קאווערט אלעס: "אפילו אומר לך על שמאל שהוא ימין".
קודם מוז איך אבער מקדים זיין, אז עס קען זיין אז מיט די אלע זאכן וואלט מען אפשר אויך נישט אזוי באטיטלט א רבי פון חסידים, אזוי ווי דו האסט ארויסגעברענגט אז גערער רבי שרייבט מען נישט אזוי, נאר דא איז אריין געקומען די פרשה ווי דיין רבי האט מזלזל געווען אינעם פערזאן און אינעם ספר פון ויואל משה, אויף א וועג וואס קיינער אין סאטמאר האט נישט געטאן צו גדולים וואס האבן געהאלטן אנדערש, אוודאי נישט ברבים. איז ממילא אויסגעקומען אז עכ"פ אין סאטמאר האט מען מקיים געווען די מאחז"ל אז המבזה ת"ח ווערט ער אליינס נתבזה (עפעס אזוי). און יתכן אז יעצט ער האט שוין מפייס געווען מעג מען שוין נישט, אבער דער עולם איז נאך נישט צוגעווואוינט צו די נייע מציאות.
לעניננו, די ערשטע מערכה איז געווען וועגן נעמען געלט. גיי פרעג נאך היינט די אלע וואס נעמען געלט, און נישט "נאך היינט", נאר "כל שכן" היינט, ווען יעדער זעט ווי די רעגירונג רעדט אריין אינעם חינוך, און יעדער איינער וועט דיר זאגן, הער אויס, גערעכט עס איז נישט די בעסטע זאך, אוודאי נישט קיין לכתחילה, נאר וואס דען, עס איז באו מים עד נפש, דער כורח המציאות האט אונז געצווינגען, אדער אז איר אין אמעריקע האלט נישט אויס איין טאג אן קיין רעגירונג פראגראמען, אלזא וואס ווילט איר פון אונז, עס איז צו א שווערע נסיון און צי א קליינער חשש (בימיהם), און מיר האבן נישט קיין ברירה,
דאס איז וויאזוי יעדער ענטפערט, עס איז דא די באקאנטע קול קורא פון הגרא"מ ש"ך אינאיינעם מיטן סטייפעלער זכרונם לברכה, ווי זיי שרייבן מען זאל שטיצן קרן הצלה וואס העלפט פאר מוסדות וואס ווילן נישט נעמען ממקורות שאין רוח חכמים נוחה, וכהנה וכהנה רבות,
דאס וואס איז גוט געווען פאר יעדן איז נישט גוט געווען פאר בעלז, ווייל בעלזא איז דאך אייביג געווען לוחמים און קנאים אויף א ביטער עקסטרעמען אופן, כידוע וואס דער סאטמאר רב האט זיך אויסגעדריקט אז קעגן בעלזא איז ער שוין א דיפלאמאט, און איך דארף דאך דיר עס נישט פארציילן, איך קען דיר נאר געבן א משל אז מיט דעם אייפער וואס מען האט לוחם געווען קעגן מחנובקא, האט מען לוחם געווען קעגן ציונות, און נאך אפילו מער.
אלזא בימים ההם איז א געווענליכער בעלזער אינגערמאן נישט געווען צופרידן מיט דעם תירוץ פון היינט אז דור דור ודורשיו דור דור ומנהיגיו, און יעדער דור זעט דער רבי וואס איז ריכטיג, בהיות זיי האבן געהאט קנאות אין די בלוט האבן זיי געוואלט זען בעלזא ממשיך זיין ווייטער. (אפילו ביי די בחירות איז געווען אסאך בעלזער חסידים וואס כאטש הרה"ק מהר"א'ס ווערטער זענען געווען ביי זיי הייליג, וואלטן זיי זיך דאך געוואונטשן אז בעלז זאל למשל אסרן צו גיין צו בחירות און סאט,מאר זאל מתיר זיין. עס האט די בעלזע חסידים געפערליך געקרענקט אז סאטמאר קומט ארויס גרעסערע קנאים - אדער בלשון המדובר: סיקריקים - ווי זיי).
סאו האט דער בעלזא'ר מחליט געווען אז ער גייט נישט לאזן מען זאל זאגן אז סאיז א נסיון וואס בעלזא שטייט נישט ביי, ער גייט עס מאכן פאר א לכתחילה. אין יענע צייט האט ער געגרינדעט א ארגון "איגוד הת"תים" ווי אלע תלמוד תורה'ס וואס זיי נעמען יא געלט זאלן עס נישט טון שטילערהייט בבושת פנים, נאר ברבים ובעזות מצח. מען זאגט אז זיי פלעגן אפילו ארום גיין אנהעצן אסאך מוסדות וואס האבן זיך געוואקלט צווישן יא אדער ניין, אז זיי זאלן דוקא יא אנהייבן נעמען.
און אגב איז דאס נישט געבליבן נאר דעמאלט. דער בעלזער איז דאך באמת א מאדערנער מענטש - קעגן בעלז אמאל זיכער. אבער אויך מער מאדערן ווי רוב גאליציאנער אפשטאמיגע קרייזן, און לאו דוקא דער לבוש נאר דער בליק אויף די וועלט בכלל. אבער פון די אנדערע זייט פאסט דאך עס נישט פאר בעלזא, איז אלזא ביי יעדע זאך וואס שמעקט אים צו טאן פרובירט ער מיט אלע מיטלען זיכער צו מאכן אז אנדערע זאלן עס אויך נאכטאן. אין אנדערע ווערטער, יעדע פירצה פרובירט ער צו מאכן פאר א לכתחילה.
און איך רעד שוין נישט פון די מאס ליצנות און קלות וואס ליגט אין די מעשה פון יו"כ עליה כדי צו נעמען דאס געלט. און ער טוט זיך נאך אויף אז ער איז בייגעשטאנען דעם נסיון אז ער האט נישט גענומען דאס געלט סתם, נאר דורך א טריק...
און אזוי ווייטער די ערנסטע שינויים ביי חינוך. וואס איז ידוע וואסערע כוחות זיי לייגן אריין בכל העולם כולו מען זאל זיי נאכטאן. און עס דארף אדרעסירט ווערן זייער טענה אז זיי געבן ארויס בעסערע פירות אדאנק דעם. עס איז א דבר פשוט וברור אז מען האט קיינמאל נישט געקוקט אויף אזאלכע השיגים און אויפטוען, אפילו עס איז אמת. מיר האבן א כלל מדור דור אל תגעו במשיחיו אלו תשב"ר. מען רירט נישט צו דעם צו.
ווען מהרי"ד זצוק"ל האט לוחם געווען קעגן דעם בית יעקב, די חדר המתוקן, א.א,וו. האט ער דען נישט געוויסט אז דאס גייט ארויסגעבן פייינע פירות - עקטשעלי סאך בעסערע פירות ווי דער אלטער סיסטעם? אבער דער חינוך איז צו הייליג מען זאל דאס קענען רירן.
פארשטייט זיך א בעלזער וועט שרייען אז ער איז א רבי און א מנהיג און פארשטייט דעם דור, איז קודם כל האט ער זיך שוין הונדערטער מאל מוכיח געווען אז ער איז בעצם א "בעדערענער"... ער ציט צו לינקס, און אויטאמאטיש וועלן זיך אלע זיינע עצות און אויפטוען פארן דור זיין פון דעם חדר. עס שטעלט זיך ארויס אז אויב למשל זאל ווען להבדיל מענדלסאן זיין א מנהיג וואלט אלעס געווען כשר וישר. איך מיין נישט אים מדמה צו זיין, נאר איך רעד בעצם פון דעם קאנצעפט אז א מנהיג מעג טון ככל העולה על רוחו ואין פוצה פה. נאר גיי זאג דאס פאר א חסיד פון א רבין.
אבער דער פראבלעם איז נאך מער, וואס וויל ער פון גאנץ כלל ישראל האבן? פארוואס מוז ער צושפרייטן זיינע שיטות אז עס קומט אפילו אריין צווישן אונז בלא יודעים?
שוין איך קען שוין נישט אזויפיל מאריך זיין. נאר אויפן שפיץ גאפל דער עובר זיין אויפן חרם חמור בעניני שפות זרות, וואס לית נגר ובר נגר דיפרקיני'.
סאך א קלענערער פראבלעם אבער נאך אלס א פראבלעם דער טוישן דער נוסח התפילה ביי נקדישך.
דער לימודי חול וואס אלע גדולי ישראל פון אלע קרייזן האבן געאסרט.
ועוד ועוד. אבער איך וועל זיך דא שטעלן.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2012 21:51 |
|
| |
קודם יישר כח אימזיסט פארן מגיב זיין.
האסט מסביר געווען אז לשיטתכם האט בעלזער רב פוגע געווען אינם ויו''מ זצ''ל, און לשיטתכם איז דאס געניג סיבה צי מעגן מבזה זיין דעם בעלזער רב בכל הבזיונות שבעולם, אין היות מען איז געווען ציגעוואינט מבזה צו זיין 32 יאר איז שווער זיך אפציגעוויינען.
איך מיין אז נאך דעי הסבר איז דיין גאנצע דרשה איבריג, איך האלט אז דאס איז זייער א גיטער תירוץ, דארפסט נישט שרייבן קיין זאכענס וואס האט נישט קיין שייכות מיט די מציאות, אזוי ווי למשל וואס די שרייבסט אז בעלזער רב האט אויפגעשטעלט איגוד התת''ים... בעלזא איז משכנע אנדערע זיי נאך צי מאכען (אין איך שוטה האב אייביג געמיינט אז יעדער זעהט די הצלחה פון בעלזא פארדעם פרובירט מען זיי נאך צי מאכען, גיי ווייס אז בעלזא איז גאר דעי וואס לאפען זיך בעטען מען זאל זיי נאכמאכען) און אז נעמען געלט פון די מדינה איז ביי איינעם א בדיעבד וואס בעלזא האט עס געמאכט פאר לכתחילה, אין נאך שקרים מיט פאלשע פשעטלעך.
תפוס לשון ראשון, דיין ערשטע תירוץ געפעלט מיך די בעסטע, עבר עבירה ושנה בה נעשה לו כהתיר, און מען קען זיך שווער אפגעוואינען.
א גיטע וואך.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2012 01:53 |
|
| |
אומזיסט, באמת שטארקע דברים של טעם און קורץ ארויסגעברענגט דעם אפשיי וואס סאטמאר האט צו דעם בעלזער.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2012 03:05 |
|
| |
"אפשיי"
א שיינע ווארט האסטו געטרופען.
אויף פשוט'ער אידיש הייסט עס, א פארנאטישע בלינדע שנאה.
עס איז נישט דא קיין הסבר אויף ענקער מיסע שפראך קעגן בעלזא, אלע עבירות וואס "אימזינסט" רעכענט אויס, איז סתם געהאקט אין קאפ, יעדער נארמאלער מענטש קען מברר זיין און זעהן אז אלעס איז ליגנט.
בעלזער רב האט קיינמאל נישט מייסד געווען דע ארגון התת''ים.
בעלזא האט קיינמאל נישט משכנע געווען אנדערע מוסדות זאלען נעמען געלט פון דער מדינה.
קיין 1 פון די חסידות וואס נעמען געלט פון די מדינה שעמען זיך נישט מיט דעם, יעדער איז איינשטימינג אז דאס איז אונזער געלט פון די שטייערען וואס מען נעמט צוריק.
אין בעלזע מוסדות איז נישט דא קיין שום פרעמדע השקפה, און קיין איין בעלזער פרובירט נישט אנצירעדען אנדערע מוסדות נאך צי מאכען בעלזא.
די וויץ מיט די "פרעמדע מודערענע השקפה" איז א גיטע תירוץ אויף ווייטער צי קענען זיך קריגען, אין מחנך זיין אויך דעם קימענדיגען דור צו שנאה און צי א עקעלדיגע שפראך אויף גדולי ישראל וואס זייער איינציגער חטא איז אז זיי האבען א אנדערע שיטה ווי ענק.
און דע עיקר, צי קענען שרייען אויף די "ארונים" אונז זענען די אמתע קנאים! אונז דערווייטערען זיך פון די בעלזע נעלוגען! ענק זענען נישט געניק קנאים, ענק חבר'ן זיך מיט אפגעפארענע מודערענע יודען.
אבער עטץ ווייסט דעם אמת אז בעלזא איז א פרימע הייליגע חסידות וואס האט זיך נישט צו שעמען פאר קיין איין חסידות אויף דער וועלט, און דאס וועט באשטעטיגען יעדער סאטמערער חסיד פון ביידע פארטייען וואס קען א בעלזער פון די נאנט, צי פון די ארבעט צו פון שכנות א.ד.ג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2012 22:09 |
|
| |
בוסתנאי, קודם כל, אין אן אנדערן אשכול האסטו געשריגן חי וקיים אז די העתקה וואס מען האט צוגעברענגט פון דיין רבי'ןס דרשה איז געפעלשט, און דו ביסט דארט געווען און דו געדענקסט אנדערש.
אלזא, קיין טעיפ האב איך נישט דא אנליין, אבער אויפן טעלעפאן קענסטו רופן 718.408.3500 נומבער 4 אדער 5 קענסטו הערן דעם גאנצן דרשה ככתבו וכלשונו פונקטליך ווי די העתקה. סאו אביסל שטעלט עס דיין נאמנות נישט אין אזא פאזיטיווע ליכט, אבער מען קען דן זיין לכף זכות אז מרבות הימים האסטו נישט געדענקט פונקטליך.
לגבי דיינע אנדערע פוינטס, דו שרייבסט אז קיינער וואס נעמט געלט האלט נישט עס איז א פראבלעם, איך האב דיר דערמאנט דעם בריוו פון הרב שך און דער סטייפעלער, אבער דו האסט עס מחמת סיבה לא נודע למי, פארזען, אלזא איך ברענג עס נאכאמאל צו דיין באוואוסטזיין.
לגבי דעם איגוד הת"תים, איך זאג דיר נאר וואס כאב געהערט פון אידן וואס געדענקען, אז דו זאגסט אז זיי זענען זיך טועה און עכט הייבט זיך עס נישט אן, אדער איז עס א בלבול וואס מען האט זיך דעמאלטס איינגערעדט אין סאטמאר, קען זיין ביסט גערעכט, איך זוך נישט עס זאל זיין אמת, אדרבה, הלואי זענען די אלע אנדערע הארבע זאכן ווי לימודי חול און חרם אויף שפות זרות און פסיכאלאגיע אויך נאר א בלבול. וכן לענין משכנע זיין אנדערע צו נעמען געלט, יתכן עס איז נישט אמת, איך האב געשריבן אז מען זאגט אזוי, אבער איך האלט באמת עס איז שטארק מעגליך אין א עידן ריתחא זוכט מען אנצולייגן זאכן וואס הייבן זיך נישט אן.
אויף דיינע לעצטע ווערטער קריג איך נישט, איך קען נישט צופיל בעלזא יונגעלייט, אבער איך גלייב דיר אויפן ווארט. אבער פארשטייט זיך אליינס אז נישט דאס איז די מעסטער וואס מען נוצט צו זען צי א געוויסע דרך אין אידישקייט איז אויסגעהאלטן. א זאך וואס מען טאר נישט ווערט נישט מותר ווייל די פירות קומען נאך אלס ארויס גוט. און אויב האבן צדיקים הקודמים געזאגט אז עס איז נישט גוט, און עס וועט ברענגען מכשולות, ווערט עס נישט מותר ווייל בעלזא גיט ארויס פיינע פירות.
ועדיין יש להאריך טובא אבל אין עתי בידי.
 |
|
|
|
|
|