בית פורומים אידישע געדאנק

ר' אהרן פראקלאמירט "מסע לארכה ולרחבה"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/1/2012 19:14 לינק ישיר 
ר' אהרן פראקלאמירט "מסע לארכה ולרחבה"

לויט ווי די שמועות גייען ארום האט די קרית יואל'ער רבי (פון ב"ב...) נעכטן געדרשנ'ט אז מ'זאל נישט פארן קיין ארץ ישראל
נאר די וואס זענען תומכים ומסייעים אגאנץ יאר פאר די מוסדות, און אפי' די וואס זיי פארן יא זאלן נישט פארן "לארכה ולרחבה"
פון ארץ ישראל, ווייל....

נאר וואס יא, עס וועט פארקומען פאר די גבירים א ספעציעל'ן מסיבה אין "טבריה", און א מסיבה יובל ה.. (כ'דענק שוין נישט) אין "פתח תקוה", און שבת שקלים וועט זיין אין "בני ברק", און א קבלת פנים אין "ירושלים", - מ'האלט מיר שוין באלד ביים "לארכה ולרחבה" פון ארץ ישראל.

עכ"פ די עיקר איז: מ'זאל נישט פארן "לארכה ולרחבה", אבער עם האדמו"ר שאני.

לאנצוט! ענטפער מיר נישט "ביטע", איך האב נישט קיין צייט זיך מתווכח צו זיין
 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 20:02 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=37307



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 20:45 לינק ישיר 

וואסזשע כתב:
לויט ווי די שמועות גייען ארום האט די קרית יואל'ער רבי (פון ב"ב...) נעכטן געדרשנ'ט אז מ'זאל נישט פארן קיין ארץ ישראל
נאר די וואס זענען תומכים ומסייעים אגאנץ יאר פאר די מוסדות, און אפי' די וואס זיי פארן יא זאלן נישט פארן "לארכה ולרחבה"
פון ארץ ישראל, ווייל....

נאר וואס יא, עס וועט פארקומען פאר די גבירים א ספעציעל'ן מסיבה אין "טבריה", און א מסיבה יובל ה.. (כ'דענק שוין נישט) אין "פתח תקוה", און שבת שקלים וועט זיין אין "בני ברק", און א קבלת פנים אין "ירושלים", - מ'האלט מיר שוין באלד ביים "לארכה ולרחבה" פון ארץ ישראל.

עכ"פ די עיקר איז: מ'זאל נישט פארן "לארכה ולרחבה", אבער עם האדמו"ר שאני.

לאנצוט! ענטפער מיר נישט "ביטע", איך האב נישט קיין צייט זיך מתווכח צו זיין
 

אוי, ער האט נישט קיין צייט זיך מתווכח זיין!, זאג נאר קינד מיינס, פארשטייסט באמת נישט קיין חילוק פון ארום פארן אין מדינת ישראל לארכה ולרחבה פאר שוואויל טאג, פון צו פארן אויף מירון צפת טברי?, איז ר' אהרן נישט גערעכט?, איז ער בכלל שוין אמאל אין זיין לעבן יא געווען גערעכט?, און כדי ס'זאל גיט אויסקיקן דיינע בויך קרעמפענישן, האסטו אריין געריקט א קבלת פנים אין ירושלים, הא?, פילסט בעסער דערמיט?,

דער רבי האט גערעדט בעיקר צו בחורים און אינגעלייט, ער האט זייער קלאר געזאגט אז ער דארף נישט קיין באגלייטערס, און ווער עס וויל פארן פאר א לוסט רייזע זאל בעסער זיצן אינדערהיים, דער פלאן איז זייער פשוט, שבת שקלים וועט מען זיין אין בני ברק, זינטיג וועט זיין א מסיבה פאר נדיבי עם לטובת המוסדות, אין פתח תקוה, וואס איז בערך אזוי ווייט פון בני ברק ווי קווינסער ישיבה (וואס עטץ רופטס די וויליאמסבורגע ישיבה) פון וויליאמסבורג, אדער פאללאקס לאט, (וואס עטץ רופטס בית החיים החדש דקרית יואל) פון קרית יואל, מאנטיג פארט מען אויף מירון צפת טברי' ווי מען וועט אי''ה נעכטיגן אין טברי', הייסט דאס באמת ארום געפארן לארכה ולרחבה? אויב דו האלסט אז יא, קענסטו דיך איינשרייבן אין פתח תקוה פון אמעריקע, (ווייל אין חמלה וועסטו נישט וועלן גיין) דאס קען דיר אפשר העלפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 20:53 לינק ישיר 

אזא שארפע ענטפער? עס קען נישט זיין ר' אהרן וויל נישט מען זאל מיטפארן, ער האט ליב אטענשאן און כבוד פארוואס זאל ער יעצט פלוצלינג נישט לאזן פארן מיט אים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 21:01 לינק ישיר 

איינמאל איז עס געלונגען!!! ב"ה כ'האב הנאה צו זעהן דיין שארפ'ן פיסקעל,
ס'האט זיך געלוינט.

זאג נאר רעסעלטער!! אפשר ביזטו מיר מברר ביי די סאטמארע אידן וואס פארן קיין ארץ ישראל וואס מיינט ביי זיי"לארכה ולרחבה", צו דען נישט מירון צפת טברי', אדער פתח תקוה בני ברק ירושלים,

אפשר האט דער ר' אהרן גאר געמיינט "קבר רחל" אדער "מערת המכפלה" אדער גאר די "כותל המערבי"??
ער רעדט דאך צו "סאטמארע" אידן מכלומרש'ט, איז וואס איז די אזהרה פון פארן "לארכה ולרחבה", האט ער דען א הו"א אז זיין עולם וועט אהין פארן, קען זיין אז יא, אדרבה לאז מיר וויסן צו ס'האלט טאקע ביי דעם.

עכ"פ, לאמיר דיר נישט צורודערען "היו נכונים" גרייט'ס דיך אוודאי צום "מסע המרומם לארכה ולרחבה", לאמיר דיר נישט שטערן פון דיינע הכנות גדולות..

keep on



תוקן על ידי וואסזשע ב- 29/01/2012 21:01:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 21:02 לינק ישיר 

 
רגע לפני המסע ההיסטורי • האדמו"ר לחסידיו: "סכנה גדולה לבוא לארץ"
בעוד שלושה שבועות יגיע האדמו"ר מסאטמר לביקור בזק בארץ לרגל חתונת בן אחיינו • ב'דינר' שנערך במוצ"ש לטובת המוסדות בארץ אמר האדמו"ר: "יש סכנה גדולה לבוא לארץ ישראל ולהתפעל ממעשי הרשעים" • החריגים שקיבלו אישור: הגבירים "שרוצים לראות את התפתחות המוסדות"
משה ויסברג, בחדרי חרדים 17:00 29/01/2012
האדמו"ר מסאטמר. צילום ארכיון: בחדרי חרדים  
 
הדפס שלח לחברסלולר
31

בעוד כשלושה שבועות ינחת האדמו"ר מסאטמר בארץ-הקודש, לרגל חתונת נישואי בן אחיינו – רבי חיים צבי מייזליש, ראש ישיבת סאטמר, שתתקיים בפתח-תקווה. 

אתמול (מוצ"ש), במהלך נאום בדינר שנערך לטובת מוסדות החסידות בבני-ברק, התייחס האדמו"ר לנסיעתו הקרובה, תוך שהוא מבקש מאלפי חסידיו שלא להצטרף למסע ולהישאר בניו-יורק. 

"הארץ הקדושה נקראת פלטרין של מלך ומי שחוטא בפלטרין של מלך חטאו הרבה יותר חמור", אמר האדמו"ר. "מי שנוסע למדינת היהודים יכול להתפעל חס ושלום ממעשי הרשעים, וזה דבר שגורם נזק גדול. אנחנו זוכרים כמה האדמו"ר בעל ה'דברי יואל' דיבר בחריפות נגד ההתפעלות ממעשי הרשעים". 

בהמשך נאומו, החריג האדמו"ר את הנדיבים והנגידים התורמים למוסדות החסידות בארץ ישראל, ונתן להם הוראת היתר להצטרף לנסיעה. 

"יהודי שבכל השנה תומך במוסדות הקדושים בארץ ישראל, ועכשיו הוא רוצה לנסוע בכדי להמשיך ולתמוך בהם – יכול לנסוע", אמר האדמו"ר. "יהודי כזה לא ינזק ואני מאחל לו בואכם לשלום וצאתכם לשלום. אבל גם מי שתומך שייסע רק לראות את המוסדות ולחזור. חלילה מלעבור את ארץ ישראל לאורכה ולרוחבה". 

האדמו"ר הוסיף, כי בחורים וחתנים אין להם שום הוראת היתר, וכי "הדבר מסוכן ברוחניות ובגשמיות". 

במסגרת הביקור בארץ-ישראל, ייערך דינר מפואר לרגל יובל השישים למוסדות החסידות בבני-ברק. הדינר יתקיים באולמי 'רויאל גארדן' בפתח-תקווה. כמו כן, תתקיים מסיבה מיוחדת לגבירים בטבריה, בהשתתפות האדמו"ר.







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 21:14 לינק ישיר 

ר' אהרן האט זיך גערישט אז טויזענטער מענטשן וועלן מיטפארן מיט אים, אבער יעצט ווען ער זעהט אז קיינער קומט נישט האט מען אים מייעץ געווען ער זאל האלטן א דרשה אז עס איז נישט זיין רצון אז מען זאל מיטפארן אויף אויף די טריפ, מילא וועט ער נישט בלייבן א חןזק ווען מען וועט זעהן אז די אמעריקאנע זענען נישט געקומען מיט אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 21:46 לינק ישיר 

הוא מותיב לה והוא מפרק לה, סעלפאן פרעגט א מעכטיגע קשיא און פארענטפערט דאס אין זיין צווייטע תגובה, זייער זיס, דפח''ח.

יעדער געדענקט אז דער רבי זי''ע האט נישט געלאזט פארן קיין ארץ ישראל, נו, ס'איז געווען אזעלעכע וואס האבן יא געוואלט פארן, און אן קיין רשות פון רבין איז דאך נישט שייך געווען, איז מען אריין צום רבין און געזאגט אז מען וויל פארן קיין ארץ ישראל, אויף די פראגע "פארוואס ווילסטו פארן קיין ארץ ישראל" איז געיווען א באקאנטער ענטפער, "איך וויל זען דעם רבינ'ס מוסדות" אויף דעם האט דער רבי מסכים געווען, אבער ער האט געזאגט, אז מען זאל נישט ארום פארן אין לאנד, דא איז די זעלבע זאך,

אגב, מיינע זאלי שוואגערס זענען געווען אין ארץ ישראל אויף די צווייטע טעג סוכות, (וואס האבן זיי דען פארלוירן אין ראדני ביי די תוהו ובוהו הקפות...) נו זענען זיי געווען אין גאנץ ארץ ישראל (זיך אנשעפן מיט יראת שמים) זיי זענען געווען אין מצדה, ביים ים המלח, אין סדום, (און בסוד סודות זאגן זיי מיר אז יא! זיי זענען געווען ביים כותל) זיי זענען געווען אויף די גולן הייטס, זיי זענען געווען אויף הר גריזים און אויף הר עיבל, זיי זענען געווען ביי קבר רחל און מערת המכפילה, (זיי האבן נישט מורא געהאט ווייל זייער טור ווייזער יום טוב האפמאן האט געהט געווער...) דאס הייסט לארכה ולרחבה, און דאס האט דער רבי געזאגט, עס געפעלט ענק נישט, נאו פראבלעם איר קענט ווייטער שפייען בלוט,

אגב, צו פארן זען ווי דער רבי טאנצט מיטן בעלזער איז שוין א בחינה פון לארכה ולרחבה, דו''ק ותשכח ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 23:12 לינק ישיר 

RESTLER כתב:
.

יעדער געדענקט אז דער רבי זי''ע האט נישט געלאזט פארן קיין ארץ ישראל, נו, ס'איז געווען אזעלעכע וואס האבן יא געוואלט פארן, און אן קיין רשות פון רבין איז דאך נישט שייך געווען, איז מען אריין צום רבין און געזאגט אז מען וויל פארן קיין ארץ ישראל, אויף די פראגע "פארוואס ווילסטו פארן קיין ארץ ישראל" איז געיווען א באקאנטער ענטפער, "איך וויל זען דעם רבינ'ס מוסדות" אויף דעם האט דער רבי מסכים געווען, אבער ער האט געזאגט, אז מען זאל נישט ארום פארן אין לאנד, דא איז די זעלבע זאך,
כ'האב געמיינט אז נאר שלמה יענקל איז מחדש סיפורים, דערווייל זענט'ס עטס נאך גרעסערער בעלי חידושים, אזא מעשה האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט, אפשר ברענגסטו מיר איין מעשה וואס ס'איז אזוי געוועזן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 23:37 לינק ישיר 

פרעג נאר דיין טאטע, אדער דיין זיידע,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 23:45 לינק ישיר 

RESTLER כתב:
פרעג נאר דיין טאטע, אדער דיין זיידע, צו מ'האט ביים רבי'ן ז"ל, געמאכט הדלקות ל"ג בעומר, גערעדט אזעלכע געמיינע דרשות של דופי איבער צניעות, געגאנגען באזוכן א ראש העיר (בני ברק יוכיח), געמאכט שלום מיט שונאים ומחריבים (בעלזא, קלויזענבורג, וכו' יוכיח), גערעדט קנאות לשם פאליטיק (כ"א כסליו יוכיח), ועוד רבות, "שאל אביך ויגדך זקיניך ויאמרו לך".  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 16:34 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער ברויזט ר' אהרן שרעקליך, היות זיין קעגנער הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פר"מ שליט"א דער ראב"ד פארט דאך קיין ארץ ישראל א וואך פריער ווי אים, און ער וועט דאך אוודאי באקומען כבוד מלכים, א קבלת פנים ברחובה של עיר, וכו' וכו', איז ממילא איז דערמיט צושטערט געווארן אלע חלומות פון דעם ר' אהרן, און אוטאמאטיש ווערט ער אויס קאפעליטש מאכער, ווייל דער ראב"ד וועט אים צו נעמען דאס גאנצע כבוד זיינע..

די זאך אז ס'איז נישט די ערשטע מאל ביי דעם דזשיגאן, ער האט עס שוין געהאט אין לאנדאן אין תשס"ה, ווען זיין ברידער די רבי שליט"א איז געווען פר' ויקהל און ער איז געקומען אויף פקודי, ווי דארט האט ער געהאט דעם זעלבן דורכפאל....

ער מאכט נעבעך מיט... רבי'שע סיגופים..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 17:04 לינק ישיר 

וואס פשט אז נאך צוויי חדשים פון פראפאגאנדע אין דער בלאט, שטעלט מען פלוצלינג אפ דעם גאנצן עולם פון טויזנטער חסידים וואס האבן שוין לכאורה געקויפט טיקעטס, פון פארן מיטן גאון הקדוש אויף דעם משא קודש?
האט ער דען נישט געוויסט אפאר חדשים אז מ'ארבעט אויף א נסיעה אויף זיין טעיסט?

מיר זעהט עס אויס אזוי ווי דאס אפשטעלן די באגלייטן ווייל ער האט נישט די סבלנות וואס דער טאטע האט געהאט, און דערווייל האט ער געמאכט דעם פראפגאנדע פון באגלייטן אויף קענט עוועניו ווי ער קען מאכן א שענערע פיקטשער ווי אויף דעם שמאלן היוז סטריט געסל.

לכאורה האט ער זיך געזעהן אז די נסיעה ארבעט זיך נישט אויס, האט מען עס געמאכט פאר א פאליסי אז דער וויל נישט דער עולם זאל קומען, אזוי ווי מען ברעינוואשט די יוגענט אז דער רבי וויל דוקא א קליינע ישיבה פון ווינציגער פון 500 בחורים,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2012 17:13 לינק ישיר 

כ'האב א קאזין אן ארוני וואס איז איינגעשטעלט אין זייערע מוסדות, מ'האט אים באצאלט א טיקעט צו פארן קיין אר"י מיטן פמלי' של מ..., קיין געלט האט ער נישט, קען זיין ער פארט אויך זעהן די מוסדות [אפשר וועלן אים די בני ברק'ער מנהלים ומלמדים אים אויסלערנען צו זיין א בעסערע מלמד]

עכ"פ די עיקר איז ווי מ'זאגט: הא לן והא להו... פאר'ן גאס זאגט מען איין זאך, און בפועל טוט מען להיפוך...

די גרעסטער ראי' איז, אז ער שטעלט זיך אויף רעדן צוויי וואכן פארן פארן, אין דער צייט ווען רוב עולם האט שוין לאנג בעפאר
באשטעלט די טיקעט'ס, וואס האט ער געמיינט, די עולם וועט יעצט קענסעלן טיקעטס...  


מצידי זאל ער ברענגען נאך הונדערטער אזאנע פערדן, אבער פארקויף מיר נישט קיין ליגענט'ס...


תוקן על ידי וואסזשע ב- 30/01/2012 17:20:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 18:13 לינק ישיר 

קריטיק אויף די הנהלה קומט אין תיבה אישית.

תוקן על ידי המהדרין ב- 30/01/2012 18:32:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 18:34 לינק ישיר 

בקיצור רעסעלטער!!! הנה ימים באים, חסידי מהרי"י וועלן האבן דעם געהויבענעם ראב"ד אין ירושלים עיה"ק, און עטס וועט'ס האבן ענקער רבי'ן אין פתח תקוה, ושלום על ישראל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' אהרן פראקלאמירט "מסע לארכה ולרחבה"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext