| נשלח ב-7/2/2012 22:25 |
|
| |
2 לעססענס פאר כלל ישראל'ס יוגנטלעכע חסידים
כלל ישראל האט טייער באצאלט מיט זייערע אימוויסענדע יונגע קינדער
1) אז מען טאר נישט בלינערהייט גלייבן אימוויסענדע מענטשן אפילו זיי זעען אויס ווי חסידישע מענטשן
תפיסה יאפאן יוכיח!
2) יעצט האט מען געלערנט אז מען טאר נישט עובר זיין אויף די תורה פון פייניגען אדער שאדען טון יענעם, אינטערן נאמען פאר חסידות!
ווייל טראסטן די רבע'ס וועט גארנישט העלפן, אויב איינער וועט טון אזעלעכע זאכן
ווי למשל,
מזיק זיין אן אנדערן איד,
ברענען,
ברעכן קארען,
ברעכן ווינדאס,
מאכן פאני קאללס,
שטיינער ווארפן,
רעדלעך שניידן,
וועט מען ח"ו אנקומען ווי די גרעסטע פארברעכערס אין תפיסה פאר אסאך יארן רח"ל
און מען וועט נאך מיזן באצאלן פאר די געשעדיגטע
צער,
ריפה,
שבת ובושת
און די מיליאנען!!!!!!!!!!!!
און אייער רבעס וועלן ווייטער פירן זייער געהויבענע טישן
און מאכן ווייטער א לעבן
אין ענק לאזן שמאכטן אין די תפיסות ר"ל
תוקן על ידי ammesdig ב- 07/02/2012 22:26:49
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2012 22:28 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2012 22:31 |
|
| |
זייער פיין געזאגט.
איך האב שוין די לעקציע לאנג געלערנט מיינע קינדער.
איך האב זיי געזאגט וואס עס האט פאסירט מיט די יונגאטשען וועלכע האבן אריינגעווארפן גלאז אין א מקוה מיט לאנגע יארן צוריק.
א גרויסן דאנק פאר נאכאמאל ברענגען דעם געוואלדיגן מוסר השכל.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2012 22:41 |
|
| |
רחמנה ליצלן! נעבעך נעבעך אן אימוויסענדער פאנאטיש יונג יונגעל גייט פאר לאנגע יארן שמאכטן אין תפיסה, אלעס לכבוד זיין רבין ווי ער האט געויאונט דאס לעצטע יאר, אן די השגחה פון די אייגענע עלטערן, נאר דער אייבישטער קען זיך נאך מרחם זיין אויף אים!
New Square arson suspect Pleads guilty to assault12:56 PM, Feb. 7, 2012 |
Shaul Spitzer, 18, of New Square plead guilty to first degree assault
and faces 5 to 10 years in prison after a deal was reached at the Rockland County Court House
NEW CITY — An 18-year-old New Square man accused of trying to kill his neighbor in an arson attack stemming from a religious dispute pleaded guilty this morning to first-degree assault. Shaul Spitzer, who worked for the Hasidic Jewish community's rabbinic leader, faces a maximum of 10 years in prison. He admiitted lighting Aron Rottenberg on fire in front of his home early on the morning of May 22. Rottenberg, who suffered severe burns in the attack, was in the courtroom when Spitzer admitted to the crime. He told the judge that he approved the plea deal. Sentencing is set for April 17;
Judge William Kelly says he will sentence Spitzer to no less than five years on jail. Also, a settlement is being discussed in Rottenberg's civil lawsuit against Spitzer and Grand Rebbe David Twersky that is expected to be in the $2 million range. Kelly said the agreement will ensure Rottenberg's rights are respected within the village and allow him to sell his house. Investigators said Spitzer tossed a homemade incendiary device onto the back porch of the house, where Rottenberg's family was sleeping. The attack was thought to be part of a campaign of retribution against Rottenberg, who disobeyed an order from the community's grand rebbe by praying outside the village. Because of months of threats — including telephone calls days earlier — and vandalism, Rottenberg's son had been monitoring surveillance cameras installed on the house. The elder Rottenberg then confronted the masked man and during a struggle another incendiary device carried by the man detonated, burning Rottenberg and Spitzer. Spitzer ran off and a resident treated him for his burns. Following a Ramapo police investigation into the May incident, a Rockland grand jury indicted Spitzer in June on charges of second-degree attempted murder, second-degree attempted arson and two counts of first-degree assault, all felonies.
תוקן על ידי ammesdig ב- 07/02/2012 22:46:58
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2012 23:05 |
|
| |
די עיקר וואס מ'דארף ארויסברענגען פאר די קינדער איז, אז די חסידות אדער די כ''ק אדמו''ר וועט נישט זיצן פאר דיר, און אויב די וועסט אפילו טראכטען פון רעדן וד''ל וועט מען טיען מיט דיר וואס די האסט געטון פאר דעם מהרס מתנגד וכל שמות הנרדפים, זיצן וועסט די און נאר די זיך אננעמען (מיט מעשה יונעטליכע)פארן פארטיי איז נישט פון די יעבר ויהרג.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2012 23:21 |
|
| |
איך האלט איז נישט "נאר" דאס איז די לעקציע וואס מ'דארף לערנען מיט די קינדער.
אויב זאגסטו פאר דיין קינד: זאלסט נישט גנב'ן, ווייל מ'וועט דיר כאפן און דו וועסט זיצן, איז דאס נישט דער ריכטיגער צוגאנג. דאס איז אזא סארט יראת העונש.
מ'דארף זאגן פאר די קידער אז סיי וועלכע "טעראר" - אפילו עס איז צו הייבן די פארטיי און די הנהגה פון הייליגן רבי'ן איז אסור בתכלית.
שרייבן אויף היידפארק דברי חירוף, דברי מחלוקת, דברי בוז וקלון קעגן ערליכע אידן, ווייל יענער "טשעפעט" מיין הייליגע רבי. איז אסור בתכלית.
עס האט נישט מיט'ן זיצן אדער מיט'ן שטיין!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2012 23:40 |
|
| |
אימגלויבלעך, אזוי דארפמען איינשפארן די זעלבע שילדיגע מנהיגים אין ק"י
עס דארף זיין א פארשפיל פארן ק"י מנהיג הרב אהרן ט"ב
און פאר זיינע נאכשלעפערס!, (ווי קיבה ווינשטאק מיט זיין זין, וכדו')
און זיינע אמויסענדיגע ת"ת און ישיבה בחור'לעך אז ווען מען פייניגט דעם ציבור ווי שטיינער ווארפן, אינטערצינדען דעם ילד, פייערן אויף קארס, שניידן רעדלעך, פארשפארן הייליגע שילן ארעסטירן אימשילדיגע אידן - פאלטשערהייט וועט מען נאר אנקומען אין תפיסה אריין
תוקן על ידי 1satmar ב- 07/02/2012 23:57:29
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2012 00:11 |
|
| |
לעססאן???
פארגעס!!!
עפעס א מזל האבן די סאטמארע טראריסטן, אז זיי פראקן שוין אריין און דעם יאסל וואלדמאן א שיינע 30 יאר, כולם שוים לטובה, און דערווייל איז נאך קיין איינע פון די שלעגער נישט פארמשפט געווארן אויף קיין איין רגע תפיסה, זיי לעבן און לאכן א גוטן טאג,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2012 00:18 |
|
| |
1SATMAR.
איך זעה אז דו שרייבסט מיט ריזיגע ווערטער. איך דערשרעק זיך אביסל דערפון.
ביטע ענטפער וואס איך פרעג:
מ'דארף זאגן פאר די קידער אז סיי וועלכע "טעראר" - אפילו עס איז צו הייבן די פארטיי און די הנהגה פון הייליגן רבי'ן איז אסור בתכלית.
שרייבן אויף היידפארק דברי חירוף, דברי מחלוקת, דברי בוז וקלון קעגן ערליכע אידן, ווייל יענער "טשעפעט" מיין הייליגע רבי. איז די זעלבע אסור בתכלית. אפילו די גאווערנטמענט שטראפט נישט דערפאר.
דאס וואס די תורה הקדושה פארבאט האט נישט מיט דזשעיל אדער נישט דזשעיל.
איך בין גאנץ זיכער אז יעדער בר דעת ווייסט אז דער וואס איז פארנעמט זיך מיט'ן שרייבן אויף היידפארק לשון הרע און מחלוקת איז פינקט אזא טעראריסט.
עס איז דיר נישט איינגעפאלן?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2012 00:21 |
|
| |
אפשר דערציילסטו וואס פונקטליך יוסל וואלדמאן האט געכאפט פון ענקערע געלונגענע טעראריסטן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2012 00:24 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | 1SATMAR.
איך זעה אז דו שרייבסט מיט ריזיגע ווערטער. איך דערשרעק זיך אביסל דערפון.
ביטע ענטפער וואס איך פרעג:
מ'דארף זאגן פאר די קידער אז סיי וועלכע "טעראר" - אפילו עס איז צו הייבן די פארטיי און די הנהגה פון הייליגן רבי'ן איז אסור בתכלית.
שרייבן אויף היידפארק דברי חירוף, דברי מחלוקת, דברי בוז וקלון קעגן ערליכע אידן, ווייל יענער "טשעפעט" מיין הייליגע רבי. איז די זעלבע אסור בתכלית. אפילו די גאווערנטמענט שטראפט נישט דערפאר.
דאס וואס די תורה הקדושה פארבאט האט נישט מיט דזשעיל אדער נישט דזשעיל.
איך בין גאנץ זיכער אז יעדער בר דעת ווייסט אז דער וואס איז פארנעמט זיך מיט'ן שרייבן אויף היידפארק לשון הרע און מחלוקת איז פינקט אזא טעראריסט.
עס איז דיר נישט איינגעפאלן?
|
|
איז שרייבן אויף היידפארק אנגערופן טעראר, צי נאכלויפן פריש חתונה געהאטע קאפעלס און שיסן שטיינער דאס הייסט טעראר?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2012 00:44 |
|
| |
איך זאג בלויז אז דער וואס זאגט אז מ'זאל נישט לאזן די קינדער זיין טעראריסטן פאר די הייליגע פארטיי. לייג איך צו:
אז עס האט נישט מיט'ן זיצן אין דזשעיל דירעקט. אז וואס עס איז קעגן די תורה הקדושה טאר מען נישט טאן. אין דעם איז אריינגערעכנט "שרייבן לשון הרע און מחלוקת" אויף היידפארק, אפילו קיינער זעט דיך נישט.
דאס שרייבן לשון הרע און מחלוקת איז פינקט אזא טעראר. דער פעדער קען זיין פינקט אזא רוצח ווי דער שווערד.
ודי בזה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2012 00:46 |
|
| |
| רב_הסוער כתב: |  | לעססאן???
פארגעס!!!
עפעס א מזל האבן די סאטמארע טראריסטן, אז זיי פראקן שוין אריין און דעם יאסל וואלדמאן א שיינע 30 יאר, כולם שוים לטובה, און דערווייל איז נאך קיין איינע פון די שלעגער נישט פארמשפט געווארן אויף קיין איין רגע תפיסה, זיי לעבן און לאכן א גוטן טאג,
|
|
פאר איבער 40 יאר טעראר אין סקווער האט מען נאך ביז ג' יתרו תשע"ב לפ"ק נאך קיינמאל נישט קיינעם נישט פארמשפט צו אזא שרעקליכן טערמין
חכמז"ל האבן אונז געלערנט אז סוף גנב לתלי' אין מיר גלייבן אין די היילגע חז"ל אפילו אין קרית יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2012 00:59 |
|
| |
לאנצוט די מישט אויס צוויי זאכן, צו האבן א דעבאטע אויף הייד פארק צו א קהילה פירט זיך ערליך, צו א קהילה גייט אין ערכאות ר''ל, אדער צו א כ''ק אדמו''ר איז ערליך איז דייקא גאר א גוטע זאך,רביה''ק האט אפען געשריבען אקעגן די אגידה (וואס די אנפירערס זענען געווען הגאון ר משה, ר יעקב און ר' אהרן זכרונם לברכה), און ער האט געוואלט אז בחורים זאלען עס לערנען. ווידער שרייבען סתם לשון הרע אויף פריוואטע מנטשען ,זעט מען כמעט נישט, און וואס יא, נעמען עס די מנהלים י''ה אראפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2012 01:02 |
|
| |
1SATMAR.
עס איז אביסל קאמיש אז דו האסט דיך יעצט געכאפט אויף דעם.
ווען איך האב געהערט די מעשה פון אריינווארפן גלאז אין א מקוה ווי עס האט זיך גע'טובל'ט א צדיק און א קדוש עליון, נאר ווייל טעראריסטן האבן זיך אנגענומען פאר זייער רבי'ן.
ווען דעמאלט וואלט מען ארעסטירט די פארברעכער און רוצחים, וואלט מען זיכער איינגעשפארט אסאך צרות און טעראר שפעטער.
וואס זאגטסטו צו דעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2012 07:56 |
|
| |
לאאנצוט, דא עקא אז טיילמאל האלטסטו אליינס אז עס איז גאר א מצוה, א שטייגער ווי די הייליגע מערכה קעגן סידור קידושין, אדער קעגן די מורדים וואס זענען זיך מתחצף צו א בפירושע תשובה אין דברי יואל אז עס מעג נאר זיין איין מוסד אין פעטראוואסעלא, און צומאל איז דא וואס דער רב פון די קהילה אליינס שטעלט זיך אויף ברבים מוטיגן די בחורים'לעך צו גיין שלאגן און טעראריזירן די עזות פנימער מיט א "צווייטע שפראך",
דערפאר איז גוט אנצואווארענען די בחורלעך און קינדערלעך אז פונקט ווי מען קען נישט היינט מקיים זיין די מצוהפון מחיית עמלק כראוי, צוליב מוראה של מלכות, אזוי אויך די גרויסע מצוות פון רודפן די שקצים און עזי פנים קען מען אויך נישט מקיים זיין נאר אויב מען איז גרייט צו ליידן די קאנסעקווענצן.
---------------
אז מען רעדט שוין פון דעם ענין, איז אינטערעסאנט דא אראפ צו ברענגען, עס איז געווען א מלמד אין וויליאמסבורג ר' ש. ג. ע"ה, ער איז געווען באקאנט פארן עולם פון קעמפ, לעצטנס אוועק אין טיפן עלטער פון אריבער הונדערט יאר דוכט זיך, בקיצור ער איז געווען א סאטמארער תלמיד צי חסיד פונדערהיים, און בעת די גרויסע מחלוקה אין קראלי איז ער געווען גאר אקטיוו, ווי אסאך אנדערע בחורים,
שפעטער, נאכן קריג ווען עס איז געווען די מחלוקה מיט קלויזענבורג, איז ער געווען גאר שטיל און צוריק געהאלטן, און מאנכע האבן אים געפרעגט צי גאר מזרז געווען ער זאל נעמען שריט, האט ער זיי געענטפערט, נאומאר! איך בין געווען אקטיוו ביי די קראלע מחלוקה, און היינט ווען איך קום אריין צום רבי'נס טיש זע איך ר' הערשעלע ספינקער זיצן אויבנאן, איך גיי נישט זיך פארשווארצן יעצט נאכאמאל און אפאר יאר ארום וועט מען ווייטער שלום מאכן, און איך וועל בלייבל אויסגעשפילט פון ביידע זייטן.
רבותי דאס איז א באלערנדער מוסר השכל פון איינעם וואס האט עס אליינס געשפירט, און א וועג שפירן דאס יעצט אלע מיטל יעריגע אידן וואס האבן זיך בשעתם געקאכט מיטן גרעסטן אייפער קעגן בעלזא, נישט אומזיסט שלינגען זיי עס שווער אראפ,
עס איז נישט קיין צופאל אז די זעלבע מענטשן וואס האבן אויפגעהאנגען דעם טעדי בער אויפן בריק פאר דרייסיג יאר צוריק, האבן ארויסגעליעקט דעם בריוו פון די דיינים צום איד, עס איז אלעס פון דעם זעלבן שורש.
זייט נישט קיין צועקים על שעבר!
 |
|
|
|
|
|