איך האב דאס געשריבען לעצטעס יאר, אזוי ווי ס'איז געשען דאס יאר די גרויסע דורךברוך אין עולם החסידות (מיטן איבערבעטן פון בעלזה), האפט מען אז ס'וועט נעמען אסאך שנעלער.
ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק טאטע : שלומי טיע אן א ווייסע העמעד און לאמיר שוין גיין.
אינגעל: ווי גייט מען?
טאטע : וואס הייסט, צו די גרויסע חתונה פון די אייניקלעך פון די הייליגע צוויי סאטמאר'ע רבי'ס, און מ'וועט האבן די זכי' צו זען צום ערשטען מאל ווי זיי טאנצען צוזאמען.
אינגעל: וואס מיינסטו צום ערשטען מאל? דו טאנצט אייביג מיט פעטער מושי?
טאטע : ליידער מעשה שטן הצליח.... שוין לאמיר נישט רעדען...
אינגעל: ס'אמת וואס וואס מיין חבר יוסי האט מיך געזאגט אז זיי זענען גאגאנגען אין קארט?
טאטע : עם , יא , עם, די קהילת זענען געגאנגען
אינגעל: די ביסט געגאנגען פרשת משפטים אין חדר.
טאטע : זיכער, זיידי איז געווען שטרענג ביי עם איז נישט געווען אזא זאך ווי נישט גיין אין חדר.
אינגעל: מ'האט געלערענט די רש''י ''אשר תשים לפניהם''?
טאטע : יא
אינגעל: וואס האט דיין רבי געזאגט ווען אינגלעך האבן געפרעגט ווי אזוי ס'קען זיין אז אונז זיץ'מער אין קארט.
טאטע : תהליכות הקהילה, ר' א. לייטנער, ביה''ח, מהר''א זאל אינטערשרייבען, און נאך תירוצים.
אינגעל: און וואס האט אונזער קאזען נחום'ס רבי געזאגט?
טאטע : ווינער רב'ס לעדעל, בג''ץ, אזוי וויל איך, נכסי הקהילה. און נאך תירוצים.
אינגעל: וואס איז נאכדעם געשען?
טאטע : דריי יאר צוריק זענען אריינגעקומען נייע ראשי קהלות און האבן געזאגט ''גענוג איז גענוג'' מ'האט זיך אראפ געזעטץ און פארהאנדעלט וועגען די נכסים און ב''ה......
אינגעל: אבער פארוואס האט מען דאס נישט געקענט טוען 17 יאר פריער און מ'וואלט נישט מייקר געווען שם אלילים אויף אזא גרויסע אופן? און טאטי דו וואלסט געטון אזא הארבע זאך מיט אזעלעכע תירוצים?
טאטע : עם, עעם ,עעם ,עם ,עם
וואס איז די תירוץ?
עבדים היינו אדער עברינים היינו