געוואלדיגט! אן אינערסאנטען שמועס וואס איך בין אלייס געשטאנען דערביי! צווישן הרה"ח ר' יוסל וואלדמאן הי"ו און להבחל"ח ר' דוד לייב ג"פ ע"ה עס איז געווען נאכן ערשטן יאר פון ווען הרא"ט איז געווארן (נישט היינט געדאכט) רב דק"י האט ר' דל"ג ע"ה געפרעט ר' יוסל,
"נא האסט אזוי פיעל פארפירט קעגין רב אהרן פון צו ווערן דא רב, זאג מיר נאר יוסל א גאנץ יאר איז שוין אדארעך געגאנגען זייט רעב אהרן איז דא רב און איך זע נאך נישט אז מענטשן זענען אראפ פון אידישן דרך, אדער זיי זאלן זיך דא אפשמדן!, האט אים ר' יוסל תיכף אים גיט אפגענפערט,
זאג נאר וויפל יארן האט זיך דער בעלזער אזוי שיין אפבאכט געגעבן
וועט ער ארויסקומען מיט זיינע אינערליכע געפערליכע מידות משחתות,
וואס דעמאלטס וועט שוין די וועלט איינזען ווי א פארדארבענער מענטש ער איז,
אין זיין אמת'ע שנאה צום רבין וואס ער האט אין זיך, ליידער מי יגלה עפר מ"ע וואס ער זאל זען ווי אמת
און ווי גערעכט ר' יוסף איז נאך דעמאלטס געווען! וד"ל
תוקן על ידי 1satmar ב- 14/02/2012 04:37:45
נשלח ב-14/2/2012 05:43
די מח וואשעריי ביי די דעקעלעך איז אין פולן שוואונג אין צגרייטונג צום באזוך פון די צוויי לצים שוואגערס (וואס באמת דארף אונז גאנץ ווייניג אנגיין אז דזשיגאן גייט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער ווייל זיין גיין וויזיטען וועט אים (בעלזער) נישט מאכן קיין טראפ נענטער צו סאטמאר נאר ווייטער) איך האב אויסגעהערט דעם שמועס פון דעם מח וואשער טעלער וואס ער האט געזאגט אין יעשיווע ווי ער לייגט אזוי שיין אראפ אז מען ברויך לעבן גוט מיט יעדן איד אפילו מיט די וואס זענען נישט אויפן זעלבן מדריגה אין קנאות אין אז דאס איז דער דרך פון רעבען זעכרוינעלעווראכע א.א.וו. הקיצור ער מוטשעט זיך מסביר צו זיין ווי אזוי אונז זיך מיר די שלום פון יעדן אין נישט פארקערט דזשיגאן המהודרת במלוא מובן המילה איך וואלט אים נאר געוואלט פרעגן פאר וואס ביי סידור קידושין מערכה ווי ער האט געהעצט קעגן די וואס ווילן נישט דעם דזשיגאן פאר ס''ק איז נישט אנגעגאנגען די מהודרת שיטה הא לן והא להו
נשלח ב-14/2/2012 15:41
צום קרעדיט פארן מהר''א אז ער האט נישט געזאגט קיין ווארט וועגן דעם פעטער ער האט נאר גערעדט פון זיין טאטע די ברך משה ז''ל.
תשכ''ה איז די רבי ז''ל נישט געגאנגען צו די לינקע רבנים, ער האט געזאגט 'איך האב געשריבען א ספר און ווער ס'וויל די אמת קען עס דארט זעען' (גרער רבי איז געקומען צו אים ווען ער איז ארויף צום שיף ביים אהיים גיין),
די צווייטע קשיא:
ווען כ"ק אדמו"ר הגה"ק מהרז"ל שליט"א האט זיך געטראפן מיט א חבר הכנסת לייזערזאן, און אים געגעבן שלום ! איז דעמאלט נישט געווען קיין מחאות. נישט געווען קיין שום טענות. אלעס איז פיין ! ער מעג! ווייל דער רבי זי"ע האט אפשר אויך אזוי אפשר געטאן??? די חבר הכנסת איז אריין אן קיין פערזענליכע איינלאדענונג, מ'ווארפט נישט ארויס קיין מענטשן, כך היא דרכו של רבינו הקדוש זי"ע
די דריטע קשיא:
מיט וואס איז גיין צום בעלזער "היינט" נאכן פיוס, אנדערש ווי דאס גיין צום גערער רבי'ן? ווייל די בעלזער גליטשט טאג איין טאג אויס, משא"כ גור און וויזניץ גייען צו די בחירות אבער ס'איז נישט דא קיין שינויים אין מסורת אבות און אין דרכי החינוך וכו', פאליציי. און אויב שוין יא זאל ער גיין וויזיטען שטיינמאן און קנייבסקי וכו'. מאי שאני? הא לן והא להו...
די פערטע קשיא:
ווען דער אהרן טייטלבוים קומט אן קיין ארץ ישראל און בויקאטירט דעם שוואגער, אזוי ווי ער האט געטאן ביז היינט. וואלט ער יא גוט געווען פאר ענק. ניין ער איז נישט גוט געווען נאך פאר דעם, נאר זעענדיג אז ער גייט באזוכן דעם בעלזער ווערט ניתוסף ראיות צו די מהלך און התנגדות קעגן אים.
די ערשטע קשיא איז:
איז דען דער אהרן טייטלבוים "יעצט נתגלה געווארן". ער האט דאך געמאכט א סקול דיסטריקט פון "כפירה ומינות".
וואס קען שוין זיין ערגער פון דעם, ניין! ער איז טאקע דעמאלטץ נתגלה געווארן מיט זיינע מעשים רעים, נאר וואס מער א יאר עס גייט פארביי, דערקענט זיך מער זיין שאנדע. נאכן מאכן א כפירה ומינות פובליק סקול קען מען נאך ווערן א גרעסערע שייגעץ מיט'ן זיך טרעפן מיט בעלזער רבי'ן... WOW. איך טראכט נאר אז די זאליס דארפן אוודאי ארויסווארפען זייער גבאי משה פריעדמאן פאר'ן אים געבן שלום, און אויך ארויסטראקסקען ר' אליעזר קעסטענבוים פאר'ן גיין אין זיין שול. אויב דאס איז נאך ערגער פון כפירה ומינות (!).
די צווייטע קשיא:
ווען כ"ק אדמו"ר הגה"ק מהרז"ל שליט"א האט זיך געטראפן מיט א חבר הכנסת לייזערזאן, און אים געגעבן שלום ! איז דעמאלט נישט געווען קיין מחאות. נישט געווען קיין שום טענות. אלעס איז פיין ! ער מעג! ווייל דער רבי זי"ע האט אפשר אויך אזוי אפשר געטאן??? די חבר הכנסת איז אריין אן קיין פערזענליכע איינלאדענונג, מ'ווארפט נישט ארויס קיין מענטשן, כך היא דרכו של רבינו הקדוש זי"ע
אסור איז אסור. ווי קומט דא אריין מענטשליכקייט... מוטב שיהא שוטה ואל יהי' רשע שעה אחת לפני המקום. פאר א משומד איינער וואס זיצט אין כנסת המינים גיט מען נישט די האנט. און אויב יא, קען יענער נישט זיין סאטמאר רבי לשיטתך. פינטל.
די דריטע קשיא:
מיט וואס איז גיין צום בעלזער "היינט" נאכן פיוס, אנדערש ווי דאס גיין צום גערער רבי'ן? ווייל די בעלזער גליטשט טאג איין טאג אויס, משא"כ גור און וויזניץ גייען צו די בחירות אבער ס'איז נישט דא קיין שינויים אין מסורת אבות און אין דרכי החינוך וכו', פאליציי. און אויב שוין יא זאל ער גיין וויזיטען שטיינמאן און קנייבסקי וכו'. מאי שאני? הא לן והא להו... ביז 2 יאר צוריק האט מען געוויסט אז וויזניץ די ערגסטע (ווייל אזוי האט די פאליטיק בעסער געארבעט... נאכדעם איז קלויזנבורג געווארן די ערגסטע. ווייל דעמאלט האט ער זיך געטראפן מיט קלויזנבורגער רבי. היינט איז בעלז די ערגסטע. די תורה סווינגט שנעל... WOW. און איך בין א דעקל.
די פערטע קשיא:
ווען דער אהרן טייטלבוים קומט אן קיין ארץ ישראל און בויקאטירט דעם שוואגער, אזוי ווי ער האט געטאן ביז היינט. וואלט ער יא גוט געווען פאר ענק. ניין ער איז נישט גוט געווען נאך פאר דעם, נאר זעענדיג אז ער גייט באזוכן דעם בעלזער ווערט ניתוסף ראיות צו די מהלך און התנגדות קעגן אים. סאו ער איז קיינמאל נישט גוט און קען קיינמאל נישט זיין גוט.
ווייל ער דארף שטארבן מיט אלע זיינע קינדער און אלע זיינע חסידים. - עס קוקט נישט אויס ווי ער האלט דערביי דערווייל.
וועלכע גרינד איז ער? אפשר אין ראדני סטריט. איבער די גאנצע וועלט איז ער שטארק רעספעקטירט. חסידישע און ליטווישע, בני תורה ובני עבודה צוגלייך. חוץ ביי די בני יואל פראקציעס.
סאו וואט?
פינטל.
פינטל.
פינטל.
תוקן על ידי וואסזשע ב- 14/02/2012 19:56:06
נשלח ב-14/2/2012 20:14
וואזשע דו ווייסט זייער שוואך וואס טוט זיך
גור גליטשט עני טיים ווי בעלזא
ער האט "מער " משטרה און אקדמיה חברים ווי בעלזא
און מיר זענען נישט די וואס זאלן מאכן החלטות און מעסטן יעדנס מצב
צו א חסידישע רבי גייט מען באזוכן
אזוי ווי דער ויואל משה האט געטוהן
אויסער איינער וואס שטעלט זיך אויף העצן קעגן די שיטה און מאכט חוזק פון כל הקדוש לנו בפומבי ווי א מחוצף
און אויף דעם איז געווען א בקשת מחילה
איך מיין אז ביי ענק רעדט מען פון די גאנצע נושא מער ווי דאהי אין א "י
יעדער פארשטייט זייער גוט די נושא סאיז זייער קלאר
נשלח ב-14/2/2012 20:42
ביידען כתב:
די מח וואשעריי ביי די דעקעלעך איז אין פולן שוואונג אין צגרייטונג צום באזוך פון די צוויי לצים שוואגערס
(וואס באמת דארף אונז גאנץ ווייניג אנגיין אז דזשיגאן גייט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער ווייל זיין גיין וויזיטען וועט אים (בעלזער) נישט מאכן קיין טראפ נענטער צו סאטמאר נאר ווייטער)
איך האב אויסגעהערט דעם שמועס פון דעם מח וואשער טעלער וואס ער האט געזאגט אין יעשיווע ווי ער לייגט אזוי שיין אראפ אז מען ברויך לעבן גוט מיט יעדן איד אפילו מיט די וואס זענען נישט אויפן זעלבן מדריגה אין קנאות אין אז דאס איז דער דרך פון רעבען זעכרוינעלעווראכע א.א.וו.
הקיצור ער מוטשעט זיך מסביר צו זיין ווי אזוי אונז זיך מיר די שלום פון יעדן אין נישט פארקערט
דזשיגאן המהודרת במלוא מובן המילה
איך וואלט אים נאר געוואלט פרעגן פאר וואס ביי סידור קידושין מערכה ווי ער האט געהעצט קעגן די וואס ווילן נישט דעם דזשיגאן
פאר ס''ק איז נישט אנגעגאנגען די מהודרת שיטה
הא לן והא להו
אדרבה ענטפער אפ זיינע פאינטס. וואו קומט דא אריין סידור קידושין וואו דער רבי זי"ע האט געשריבן "ובוודאי יתחרטו".
חוץ אויב האט דו קענסט אויפצייגן אז דער רבי זי"ע האט דארט אויך געהאלטן אז מ'מעג גיין צו די חתונה, ווען ער האט געשריבן דערקעגן.
לגבי גער און וויזניץ און אנדערע אגודיסטישע רבנים האט דער רבי וועלכער האט געשריבן דעם ויואל משה, דאך געשפירט פאר וויכטיג זיי צו גיין באזוכן. דאס איז א פאקט וואס שמעקט דיר נישט.
לגבאי טעלער'ס הגדרה מיט רבי אהרן קאטלער, אז היינט וואלט מען דעם רבי'ן פארשטיינערט, בין איך מודה זיין 100 פראצענט !
דעם ספר הקדוש ויואל משה וואלט מען היינט פראברענט אין אלע בני יואל שולן. אן קיין צווייפעל.
נשלח ב-19/2/2012 20:42
פון די "סדר העולם" באזוכן איז שוין געווארן א שלום. היינט ווען דזשיגאן האט באזוכט ביים מאכנובקער רבי'ן אין בני ברק האט דער מאכנובקער זיך אנגערופן אז ער באגריסט דעם רבי'נס אקט פון שלום מאכן מיט זיין קאזין בעלזא רב פון ירושלים, אויף דעם האט ר' אהרן געענטפערט "יא ב"ה, אבי עס הערשט שלום צווישן אידן".
וואלןסח קען מן הסתם נישט ענטפערן יעצט ווייל ער איז דאך מיטן רבי'ן אויף די נסיעה (ער איז פון די תומכי המוסדות ווארשיינליך...)
נשלח ב-19/2/2012 21:22
געלעכטער כתב:
פון די "סדר העולם" באזוכן איז שוין געווארן א שלום. היינט ווען דזשיגאן האט באזוכט ביים מאכנובקער רבי'ן אין בני ברק האט דער מאכנובקער זיך אנגערופן אז ער באגריסט דעם רבי'נס אקט פון שלום מאכן מיט זיין קאזין בעלזא רב פון ירושלים, אויף דעם האט ר' אהרן געענטפערט "יא ב"ה, אבי עס הערשט שלום צווישן אידן".
וואלןסח קען מן הסתם נישט ענטפערן יעצט ווייל ער איז דאך מיטן רבי'ן אויף די נסיעה (ער איז פון די תומכי המוסדות ווארשיינליך...)
ער איז יא געגאנגען צים מאחניווקער רבי צי נישט ?
קוקט עפעס אויס ווי די זאלי'ס זענען צישרויפט פין די נסיעה אין ס'איז נישט קיין חידוש פארוואס
נשלח ב-19/2/2012 22:31
נאך ווי ער איז געגאנגן צום מאכנובקער. ער דארף דאך ווייזן פאר דעם "סדר העולם" אז ער באזוכט יעדן. אבער דער וויזיט בעצם איז לגמרי נישט אינטערעסאנט, דער חידוש איז דער באמבע וואס ר' אהרן האט דארט געלאזט פאלן אז ס'איז יא דא שלום מיט בעלזא.
נשלח ב-21/2/2012 01:45
איך בין שוין אביסל קאנפיוזד. ער האט זיך גערייצט מיט'ן מאכנובקער אז ער איז שלום מיט בעלזא, און מאכנוקע איז נישט שלום? אדער ער האט געטרייסט אז זיין צייט וועט אויך קומען פאר שלום, והא ראי' ער האט שלום געמאכט. אדער אפשר האט ער אים אויך געהייסן גיין צום ציון מפייס זיין?
סאו וואס איז יעצט די וויזיט יא אדער נישט אינטרעסאנט?