איך זעה איין פאני זאך.
הוכחה נומער 1: אז ווען קארלסבורגער רב דער פוסק הדור רבי יחזקאל ראטה האט זיך געטראפן מיט'ן בעלזער, אן דעם וואס איז געווען סיי וועלכע פיוס. איז יעדער שטיל געווען. נאכמער, איך זעה אז איבעראל רופט מען אים, איבעראל איז מען אים מכבד. איז דא א סימן אז דער פראבלעם איז נישט דער בעלזער, און נישט רבי יחזקאל ראטה, און נישט דער פיוס, און אויך נישט די צויבער-ווארט "התבדלות".
הוכחה נומער 2: ווען כולל שומרי החומות האט זיך געטראפן מיט בעלזער עטליכע יאר צוריק, האט מען נישט געהערט קיין פיפס פון סאטמאר, קיין פיפס פון הגה"צ רבי משה מנחם טירנויער. קיין ווארט נישט פון שלומי אמוני ישראל. קיין פאשקעווילן אויף די גאס קעגן שומרי החומות געדענק איך נישט. קיין קאמפיין נישט צו געבן מער געלט פאר כולל שומרי החומות איז נישט געווען. קיין קאמפיין פטור צו ווערן פון די פאררעטער וועלכע האבן דאס געטאן איז נישט געווען.
פארקערט, איך זעה אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מאכט זיכער צו גיין צו יעדע דינער און געלט אקציע פון כולל שומרי החומות, אן דעם וואס כולל שומרי החומות האט חרטה געהאט פאר'ן גיין צום בעלזער, און אריינשטעכן א מעסער אינעם הייליגן ויואל משה.
מסקנא: פון די דאזיגע עפיזאדן זעט מען אז התבדלות שפילט דא נישט קיין ערנסטע ראלע. דעם כבוד פון רביה"ק הויואל משה אינטרעסירט נישט קיינעם ספעציעל. דאס אז די עדה החרדית האט יא אדער נישט שלום געמאכט, האט קיינעם נישט פארמיטן קיין שינת עראי, שינת קבע מאן דכר שמי'.
עס איז אלזא א רינגעלע אינעם קאמפיין קעגן דעם שונא עצום אהרן טייטלבוים וואס האט געמאכט רבי משה מנחם האלטן א דרשה, און ווער עס איז א חסיד פון דעם רבי אהרן, ביי דעם איז א דרשה פון רבי משה מנחם טירנויער בערך וויפיל א דרשה פון הצדיק הקדוש רבי אלטר משה גאלדבערגער'ס האטליין. און ווער ס'איז א פאליטישער שונא פון אהרן טייטלבוים איז עניוועי זיין שונא אן די דרשה אויך.
שלוס: אלעס איז פאליטיק לשם פאליטיק!
 |
|
|