בית פורומים אידישע געדאנק

דתן ואבירם: "טלית זה חייבת בציצית? והתחילו לשחק !!!!!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/2/2012 18:36 לינק ישיר 
דתן ואבירם: "טלית זה חייבת בציצית? והתחילו לשחק !!!!!!!!

ר' אהרן טייטלבוים וגיסו

 דתן ואבירם: "טלית זה חייבת בציצית" ?
והתחילו לשחק, על כל היהדות החרדית



אבל התורה מעיד, 
בוקר ויודע ה' את אשר לו!
והתורה מזהיר את ישראל
הבדלו מתוך העדה הזאת ואכלה אתם כרגע,,
סורו נא מעל אהלי האנשים הרשעים האלה ואל תגעו בכל אשר להם
וידעתם כי נאצי האנשים האלה את השם, וכו' וכו' !!!!!!!! 



תוקן על ידי united1 ב- 20/02/2012 19:04:01




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2012 18:47 לינק ישיר 

יונייטעד.
דער פאבריקאנט פון די טליתים איז א סאטמאר חסיד.

אויך וויל איך פארשטיין, ביז ווי ווייט וועסטו אויסרייסן די תורה פאר דיין תאוה און דיין בעיבישע שנאה.

יעצט למשל גייסטו מער נישט אנטאן קיין טלית ווייל דיין שונא האט גערעדט פון מצות ציצית און באטראכט א טלית.

יעצט למשל אז מ'רעדט פון מקוואות, (אזוי ווי ביים שמועס פאריגע וואך) ווערן יעצט אלע מקוואות פסול און מ'טאר מער נישט גיין אין קיין מקוה.?
און אז מ'וועט רעדן פון שבת קודש, וועסטו אנהייבן מחלל שבת זיין בפרהסיא?

איך פרעג בלויז. איך מיין חלילה נישט פערזענליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 19:35 לינק ישיר 
מען האט אויך נישט אויפגעהערט צו עסן זאלץ, זייט דעם עלטערנ'ס ברידער הרב עשיו'ס שאלה האיך מעשרין את התבן!

לאנצוט כתב:
יונייטעד.
דער פאבריקאנט פון די טליתים איז א סאטמאר חסיד.

אויך וויל איך פארשטיין, ביז ווי ווייט וועסטו אויסרייסן די תורה פאר דיין תאוה און דיין בעיבישע שנאה.

יעצט למשל גייסטו מער נישט אנטאן קיין טלית ווייל דיין שונא האט גערעדט פון מצות ציצית און באטראכט א טלית.

יעצט למשל אז מ'רעדט פון מקוואות, (אזוי ווי ביים שמועס פאריגע וואך) ווערן יעצט אלע מקוואות פסול און מ'טאר מער נישט גיין אין קיין מקוה.?
און אז מ'וועט רעדן פון שבת קודש, וועסטו אנהייבן מחלל שבת זיין בפרהסיא?

איך פרעג בלויז. איך מיין חלילה נישט פערזענליך.


תוקן על ידי united1 ב- 20/02/2012 19:41:34




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/2/2012 19:37 לינק ישיר 

דו מיינסט אז שטרוי עסט איר ווייטער. און אויך פיצא.

מיין פראגע איז, וויפיל זאכן רייסטו אויס פון דיין תורה פאר דיין "בעיבישע" שנאה.
וואס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביי סעפטיק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 19:41 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
יונייטעד.
דער פאבריקאנט פון די טליתים איז א סאטמאר חסיד.

אויך וויל איך פארשטיין, ביז ווי ווייט וועסטו אויסרייסן די תורה פאר דיין תאוה און דיין בעיבישע שנאה.

יעצט למשל גייסטו מער נישט אנטאן קיין טלית ווייל דיין שונא האט גערעדט פון מצות ציצית און באטראכט א טלית.

יעצט למשל אז מ'רעדט פון מקוואות, (אזוי ווי ביים שמועס פאריגע וואך) ווערן יעצט אלע מקוואות פסול און מ'טאר מער נישט גיין אין קיין מקוה.?
און אז מ'וועט רעדן פון שבת קודש, וועסטו אנהייבן מחלל שבת זיין בפרהסיא?

איך פרעג בלויז. איך מיין חלילה נישט פערזענליך.


לאנצעט גוט געפרעגט, אבער דאכט זיך אז ווען זיין זיידע מיט זיין פעטער פלעגן רעדען איז עס נישט געווען וועגן טערקישע טליתים, סאיז געווען וועגן קנאות און הנהגה....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 19:46 לינק ישיר 

אוטספאוקען.

האסט יעצט באמת גוט געפרעגט.

דער תירוץ איז: זיין פעטער האט געמיינט אז ער קען אויפטאן מיט בעלזער רבי'ן, האט ער גערעדט צו אים דערוועגן.  ער האט ליידער נישט אויפגעטאן.

דא, ווייסט ער פונקטליך אז ער וועט נישט אויפטאן. פינקט ווי דער ברך משה האט נישט גערעדט צו הרב שך איבער קנאות, און נישט צו גורער רבי'ן איבער קנאות.

און פינקט ווי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט נישט גערעדט איבער קנאות אדער די שיטה הקדושה מיט  קלויזנוברגער רבי'ן דעם דאנערשטאג.

אמת אדער נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 19:52 לינק ישיר 

לאנצעט. ב''ה די רעדסט שוין נישט פון רביה''ק ז''ל, וואס תשכ''ה איז ער שוין נישט געגאנגען צו די אלע פארזענליכקייטן, ווייל ער האט שוין געהאט געשריבען די ויואל משה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 20:13 לינק ישיר 

לאצהוט, איך קען דיר עפעס פרעגן? איך מיין חלילה נישט פערזענליך,

וויאזוי האט א מענטש אזויפיל צייט? אפשר געסטו ארויס פארן עולם דעם סוד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 20:24 לינק ישיר 

outspoken כתב:
לאנצעט. ב''ה די רעדסט שוין נישט פון רביה''ק ז''ל, וואס תשכ''ה איז ער שוין נישט געגאנגען צו די אלע פארזענליכקייטן, ווייל ער האט שוין געהאט געשריבען די ויואל משה.


נישט ריכטיג. דער רבי איז יא געגאנגען צו אלע. ביטע טשעק איבער. ווייל דער רבי איז געגאנגען צו גורער רבי'ן תשכ"ב און תשכ"ה. שוין נאכן ויואל  משה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 20:56 לינק ישיר 

שנת תשע"ה  בבית מהרז"ל
 עס איז געווען זייער א שיינער און דערהויבענער באזוך. דער בעלז רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון די ראשי הקהלה והמוסדות פון וויליאמסבורג. עס האט זיך אנטוויקעלט גאר א שיינער שמועס בעניני . ‎​ דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען דעם גאסט מיט יין און פירות. ‎​ צום סוף האט רבינו שליט"א זיך אנגערופן הויעך, אז ער וויל עפעס בעטן פון דעם רבי'ן, אויב מ'קען ארויסגיין פון שטוב. אין א בליץ סעקונדע איז דער שטוב גענצליך ליידיג געווארן, עס זענען נאר פארבליבן הרה"ח ר' שמואל משב"ק און הרה"ח ר' שמעון וואלף הי"ו פון בעלז דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן רעדן וועגן דעם עירוב אין וויליאמסבורג, דבעלז רבי האט זיך פארענטפערט אז באמת איז ער אויך שארף דערקעגן, נאר הרה"ג ר' מאיר מעייס שליט"א, וועם די קהלה אין וויליאמסבורג האט גשטעלט, האט גע'פסק'ט לטובת העירוב קען ער זיך נישט קעגן שטעלן, אבער אים באדערט אויך זייער אז זיינע מענטשן טראגן. דערנאך האט דער בעלז רבי געזאגט אז אזוי ווי ער איז דא אויף שבת גייט ער פארלאנגן אז זיינע חפצים און באדערפענישן זאלן נישט געטראגן ווערן. דער רבי שליט"א האט זיך שטארק באדאנקט פארן גאסט, און געזאגט אז דער אקט וועט זיין א שטארקער חיזוק למשמרת הדת והשבת. ‎​ דערנאך האט רבינו שליט"א זיך געזעגנט מיטן גאסט און ארויסבאגלייט ביז צו די קאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 21:51 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
לאנצעט. ב''ה די רעדסט שוין נישט פון רביה''ק ז''ל, וואס תשכ''ה איז ער שוין נישט געגאנגען צו די אלע פארזענליכקייטן, ווייל ער האט שוין געהאט געשריבען די ויואל משה.

נישט ריכטיג. דער רבי איז יא געגאנגען צו אלע. ביטע טשעק איבער. ווייל דער רבי איז געגאנגען צו גורער רבי'ן תשכ"ב און תשכ"ה. שוין נאכן ויואל  משה.


תשכ"ב? האסט פארגעסן צוצולייגן אז דו געדענקסט עס נאך און ביסט אליינס דארט געווען... ווי דו ביסט זיך נוהג געווענליך.

תשכ"ה, איז דער רבי נישט געגאנגען צו קיינעם, און דער גערער רבי דער בית ישראל זצ"ל איז געווען א שטארקער מעריץ פונעם רבין זי"ע, און עס האט אים וויי געטאן אז דער רבי האט נישט געוואלט קומען צו אים, ער האט געווארט ביזן לעצטן טאג און ווען ער האט געזען אז דער רבי קומט נאך אלס נישט און ער פארט שוין אוועק, איז ער אים נאכגעפארן צו די שיף כידוע. דעטס אלל.

נאר אגב האלט איך נישט אז די סיבה איז געווען ווייל פארדעם פלעג ער גיין כדי מעורר צו זיין און מסביר זיין זיין שיטה קעגן ציונות, אדרבה אויב איינער קען אפירברענגען די תמלילי השיחות פון יענע באזוכן קען מען זיך איבערצייגן. (אזוי ליגט מיר אין קאפ, איך נעם נישט קיין הונדערט פראצענטיגע אחריות). דוכט זיך אפילו אז ביי אט דעם באזוך פונעם בית ישראל האט מען אויך נישט גערעדט קיין ווארט וועגן בחירות אדער כנסת דעפוטאטן. וואס דאס איז אייגנטליך געווען דער חילוק צווישן סאטמאר און גור בימים ההם. אפילו געלט נעמען האט נאך נישט עקזיסטירט.

(למען הפונקטליכקייט מוז מען צוגעבן אז די אנשי גור אליינס זענען מעולם יא געווען ציוניסטיש געשטימט, נאך פון פארן קריג. אבער די רביים, און ספעציפיש דער בית ישראל וואס איז בעצם געווען מער א קנאי, נישט).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 22:24 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
לאנצעט. ב''ה די רעדסט שוין נישט פון רביה''ק ז''ל, וואס תשכ''ה איז ער שוין נישט געגאנגען צו די אלע פארזענליכקייטן, ווייל ער האט שוין געהאט געשריבען די ויואל משה.

נישט ריכטיג. דער רבי איז יא געגאנגען צו אלע. ביטע טשעק איבער. ווייל דער רבי איז געגאנגען צו גורער רבי'ן תשכ"ב און תשכ"ה. שוין נאכן ויואל  משה.

תשכ"ב? האסט פארגעסן צוצולייגן אז דו געדענקסט עס נאך און ביסט אליינס דארט געווען... ווי דו ביסט זיך נוהג געווענליך.
קודם ביסטו שוין מודה אז דער רבי איז יא געווען אין ארץ ישראל תשכ"ב. ווייל כ'האב דיר געברענגט באווייז שווארץ אויף ווייס.

תשכ"ה, איז דער רבי נישט געגאנגען צו קיינעם, און דער גערער רבי דער בית ישראל זצ"ל איז געווען א שטארקער מעריץ פונעם רבין זי"ע, און עס האט אים וויי געטאן אז דער רבי האט נישט געוואלט קומען צו אים, ער האט געווארט ביזן לעצטן טאג און ווען ער האט געזען אז דער רבי קומט נאך אלס נישט און ער פארט שוין אוועק, איז ער אים נאכגעפארן צו די שיף כידוע. דעטס אלל.

דער רבי איז יא געגאנגען צום גורער רבי'ן. אין גער'ער רב זיין ביי די שיף איז געווען די ביקור גומלין.

נאר אגב האלט איך נישט אז די סיבה איז געווען ווייל פארדעם פלעג ער גיין כדי מעורר צו זיין און מסביר זיין זיין שיטה קעגן ציונות, אדרבה אויב איינער קען אפירברענגען די תמלילי השיחות פון יענע באזוכן קען מען זיך איבערצייגן. (אזוי ליגט מיר אין קאפ, איך נעם נישט קיין הונדערט פראצענטיגע אחריות). דוכט זיך אפילו אז ביי אט דעם באזוך פונעם בית ישראל האט מען אויך נישט גערעדט קיין ווארט וועגן בחירות אדער כנסת דעפוטאטן. וואס דאס איז אייגנטליך געווען דער חילוק צווישן סאטמאר און גור בימים ההם. אפילו געלט נעמען האט נאך נישט עקזיסטירט.

ריכטיג. געלט נעמען האט נאך נישט עקזיסטירט. אבער ביטע רעדט כאטש ווי איינער וואס פארשטייט א טראפ די שיטה און האט אפילו נאר איינמאל געלערנט ויואל משה.
נעמען געלט איז נישט קיין שאלה פון כפירה ומינות. משא"כ בחירות איז יא. ווייל בחירות איז מען א מעמיד צו די מלכות המינות. נעמען געלט ממקורות זרים איז נישט די זעלבע ווי בחירות. און אויב דער רבי זי"ע האט נישט גערעדט צו אים איבער די בחירות דארף דאס א פירוש. און דער פירוש איז קלאר: ווייל דער רבי האט געוואוסט אז ער וועט נישט אויפטאן. פינטל.

(למען הפונקטליכקייט מוז מען צוגעבן אז די אנשי גור אליינס זענען מעולם יא געווען ציוניסטיש געשטימט, נאך פון פארן קריג. אבער די רביים, און ספעציפיש דער בית ישראל וואס איז בעצם געווען מער א קנאי, נישט).


דער ברך משה זצ"ל איז געווען ביי "רוב" אגודה רבנים, חסידים און ליטאים, און האט נישט גערעדט קיין קנאות צו קיינעם. בעיני ראיתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 22:40 לינק ישיר 

משגיחראשי כתב:

שנת תשע"ה  בבית מהרז"ל
 עס איז געווען זייער א שיינער און דערהויבענער באזוך. דער בעלז רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון די ראשי הקהלה והמוסדות פון וויליאמסבורג. עס האט זיך אנטוויקעלט גאר א שיינער שמועס בעניני . ‎​ דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען דעם גאסט מיט יין און פירות. ‎​ צום סוף האט רבינו שליט"א זיך אנגערופן הויעך, אז ער וויל עפעס בעטן פון דעם רבי'ן, אויב מ'קען ארויסגיין פון שטוב. אין א בליץ סעקונדע איז דער שטוב גענצליך ליידיג געווארן, עס זענען נאר פארבליבן הרה"ח ר' שמואל משב"ק און הרה"ח ר' שמעון וואלף הי"ו פון בעלז דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן רעדן וועגן דעם עירוב אין וויליאמסבורג, דבעלז רבי האט זיך פארענטפערט אז באמת איז ער אויך שארף דערקעגן, נאר הרה"ג ר' מאיר מעייס שליט"א, וועם די קהלה אין וויליאמסבורג האט גשטעלט, האט גע'פסק'ט לטובת העירוב קען ער זיך נישט קעגן שטעלן, אבער אים באדערט אויך זייער אז זיינע מענטשן טראגן. דערנאך האט דער בעלז רבי געזאגט אז אזוי ווי ער איז דא אויף שבת גייט ער פארלאנגן אז זיינע חפצים און באדערפענישן זאלן נישט געטראגן ווערן. דער רבי שליט"א האט זיך שטארק באדאנקט פארן גאסט, און געזאגט אז דער אקט וועט זיין א שטארקער חיזוק למשמרת הדת והשבת. ‎​ דערנאך האט רבינו שליט"א זיך געזעגנט מיטן גאסט און ארויסבאגלייט ביז צו די קאר.



גאנץ א נארישער פעליטאן. אבער אפילו לשיטתך וואס איז טאקע פשט אז ר' אהרן דארף קודם לויפן צו די אלע אפגעפרעגטע רבנים, משא"כ ביי ר' זלמן לייב רייסן זיי זיך אריינצוקומען, און אפילו זיי ווייסן אז קיין בילדער וועלן זיי נישט האבן (וואס דאס איז דאך באמת דער סיבה פון די היינטיגע פאלטשע וועלט רבניפ באגעגענישן), און ניטאמאל א ביקור גומלין גייען זיי באקומען, דאך ווילן זיי אזוי שטארק קומען צו ר' זלמן לייב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דתן ואבירם: "טלית זה חייבת בציצית? והתחילו לשחק !!!!!!!!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext