שאק! ארונים דערקלערן פייערדיגע מלחמה קעגן כ"ק גאבד י-ם שליט"א!!!
אין א אומדערהערטע שריט האבן זיך די ארונים אהן א בושה גענימען צו די נידעריגסטע שטאפל, א שריט, וואס דאס איז אייגענטליך געווען די נפילה פון בעלז בימים ההם אז זיי האבן געוואלט אינטערייסן די עדה, און איר גרויסן מנהיג דער מנחת יצחק זצ"ל. און זיך גענימען צו גיסן שמיץ אויף כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד י-ם שליט"א, א יוד וואס איז בלי ספק היינט די רעספעקטירסטע מענטש אויפ'ן כדור הארץ, און איז עומד בראש מערכת ישראל! און דאס אלעס ווייל לויט זייעיר בעיבעישע שכל וואלט די גאב"ד שליט"א אפשר געדארפט מיטלויפן אין מיט'ן די נאכט אויף טעלזסטאן, ווייל, געזאגט -עכ"פ ברבים - האט ער ער דאך נישט, נו וואס דען ווילן זיי פון אים. און אז אהרן קומט צו אים, וואלט ער אים לכאו' אויפגענימען אויך. אבער דאס איז די לעצטע (האפענטליך) פון זייער לאנגע קייט פון אראפברענגען יעדן וואס גייט נישט נאך זייער כישוף ראד, וואס אגב זייער א שנעלן ספיד... אזוי האבן זיי געטוען מיט הגה"ק מסקולען שליט"א, זייט ער האט אויפגעהערט צו אדווערטייזן אין בלאט, אזוי האבן האבן זיי געטוען מיט הצדיק ראב"ד י-ם זצ"ל נאכ'ן בריוו קעגן זיי, אזוי האבן זיי געטוען מיט'ן בעל ברך משה זצ"ל אזוי האבן זיי געטוען מיט אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א מיט ראב"ד סאטמאר שליט"א רבי משה מנחם טירנויער שליט"א און מיט אלע דיינים. און אזוי האבן זיי זיך יעצט דערקייקלט צום ערגסטן! * זאגן מיר פאר הגה"ק משרידי דור הישן דעם גאב"ד שליט"א: חזק ואמץ! ד' עמך גבור החיל!
תוקן על ידי סטראבערי ב- 21/02/2012 01:39:53
נשלח ב-21/2/2012 01:54
המה כרעו ונפלו!!! ואנחנו קמנו ונתעודד.
די הבטחה פון כי לא תשכח וועט אלס בלייבן...
אהרן טייטלבוים דער חונף הרשעים וועט נאך אויך אמאל האבן זיין מפלה....
רבינו הקדוש בגנזי מרומים האט אבער איינגעריסן פארן כלל ישראל, אז סאטמארער אידן זאלן נישט דארפן צוקומען צו דעם אהרן טייטלבוים...
ב"ה ס'איז נאך דא היינט צענדליגער סאטמארער מוסדות הקדושים איבער די גארער וועלט וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט אים, און מ'קלאמערט זיך ווייטער על דרך האבות און די קינדער ווערן נתחנך צו וויסן פון א רבי ז"ל נישט פון קיין דברי יואל וכו', תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
ווער האט זיך געחלומ'ט אז די עדה החרדית וועט קענען דערהייבן די בעלזער פרשה 30 יאר צוריק, ס'האט דעמאלטץ אויסגעקוקט אז די בעלזער וועט אונטערברענגן דאס יהדות החרדית
ווער האט זיך געחלומ'ט בשנת תשנ"ח אז ר' זלמן לייב גייט היינט האבן נאך אזויפיל חסידים ווי אהרן האט היינט.. (וועגן מער צו ווייניגער רעד איך נישט ווייל לאנצוט דארף אויך קענען עפעס ענטפערן)...
ווער האט זיך געחלומ'ט אז בשנת תשע"ב ווען מ'וועט וועלן זאגן סאטמארער רבי וועט מען דארפן פרעגן וועלכע?
יעצט לאנצוט אהער מיט די תגובות... אבער ערווארט נישט קיין תשובה פון מיר...
נשלח ב-21/2/2012 02:04
יהודה ועוד לקרא
זיי האבן געפייט דעם ברך משה אין יעצט ר' יצחק טובי', מה כל הרעש וואס איז די געוואלדעס וואס איז די שאק וואס איז די ברעקניג
אין ווי אייביג וועלן זיי האבן א מיאוסן דורכפאל
נישט פארגעסן די פייט איז נאר אויף היידפארק קיין איינע פין די רבנים ווייסן נאך נישט וואס דא גייט פאר ר' יצחק טובי ערהוילט זיך די טעג פין זיין שווערע מחלה אין ר' אהרן איז ציפארנימען מיט שאפן מיליאנען פאר זיינע מוסדות
נשלח ב-21/2/2012 02:07
סטראבערי כתב:
*
זאגן מיר פאר הגה"ק משרידי דור הישן דעם גאב"ד שליט"א:
חזק ואמץ! ד' עמך גבור החיל!
תוקן על ידי סטראבערי ב- 21/02/2012 01:39:53
קען איינער ביטע לויפן אנזאגן פאר רי"ט אז אויף היידפארק זאגט מען איהם חזק ואמץ
ס'כדי אפי' איהם אויפוועקן
נשלח ב-21/2/2012 02:11
איך זאג ענק רבותי דא אויף היידפארק ווערן נולד וחרוב עולמות ווי לעגא,
נשלח ב-21/2/2012 03:01
אלעס ווייל ר' יצחק טובי גייט נישט אין שפאן
ר' יצחק טובי' לאכט פינעם מנחת יצחק זי"ע
די זאלי'ס טוט זייער וויי די גאנצע בעלזע פיוס בעיקר טוט זיי וויי אז די רבי האט געהאט די מאכט צי מאכן בעלזער רבי איבער דעם היילידען רבי'ן זי"ע קומען זיי אן מיט מעשה אז אז ר' יצחק טובי טוט וויי אז מען האט זיך מיט אים נישט אדורך גערעדט פארדעם פיוס
זאלי'ס טייערע ר' יצחק טובי אליינס לאכט פינעם מנחת יצחק ווען ער איז געגאנגען וויזיטן דעם גע'אסר'טן מוסד בני יואל וואס איז גע'אסרט געווארן דורכן הגאון מנחת יצחק זי"ע מיט הרה"ק ר' משה ארי זי"ע דעם מנחת יצחק כבוד טוט אים נישט וויי, אין ער לאכט גאר פין אים
סך הכל טוט אים נאר א מען האט זיך מיט אים נישט א דורך גערעדט
ר' יצחק טובי טייערע האט איר זיך אדורך גערעדט מיטן סאטמאר רבי פאר איר זענט געגאנגען צי די בני יואל ? האט איר זיך א דורך גערעדט פאר איר זענט געגאנגן צי רב אלישב ?
ר' יצחק טובי א שטעקן האט 2 זייטן
ׁבמאמר הנסגר איך רעד נאר צי די זאלי'ס, מיטן ירושלימער רב האט עס גארנישט ווייל ער האט גארנישט קעגן דעם פיוס )
ס'איז צייט אראפ זעצן ר' יצחק טובי פין די עדה החרדית פארן האבן די חוצפה אנציפייפן הגאון דעם מנחת יצחק ר' יצחק טובי איז האט מבזה געווען די פריערדיגע גאונים וקדושי ארץ
כלל ישראל איז נישט מוותר אויף די חופצה איז עזות פין ר' יצחק טובי ער איז גארנישט אנדערש פינעם בעלזער רבי
תוקן על ידי סענעטאר ב- 21/02/2012 03:03:21
נשלח ב-21/2/2012 15:42
ענק האבן איין ריזיגע פראבלעם. עטס פארשטייטס נישט ווען מען שרייבט סארקאסטיק. און לשיטתכם. און ווען מען שרייבט ערנסט. דער גאנצער ארטיקל וואס דו ברענגסט אראפ איז חוזק צו מאכן פון די נארישע זאליס וואס האלטן כאילו דער גאב"ד האט עפעס קעגן מהר"א'ס באזוך ביים בעלזער. האט דער שרייבער ארויסגעברענגט אז די גאנצע זאך איז הוילע שטותים. ווער עס פארשטייט פארשטייט. און ווער נישט זאל גיין צום דאקטאר..
נשלח ב-21/2/2012 18:51
יד הכותב על הספר תקצוץ! יזדעזע כל העולם כולו ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה! ווי טרויען זיך די ראצערס יונגאטשן אזוי צו רעדן מול הקודש!? אתמהה!!!! און דאס זעלבע איז נוגע, די נידעריגע שפראך וואס זיי ניצן כסדר מול כ"ק הראב"ד סאטמאר שליט"א תמידים כסדרן ואין פוצה פה ומצפצף!!!???
נשלח ב-21/2/2012 19:06
קינדער מאכן זיך נאריש, און דו ווערסט ווילד. קיינער האקט נישט אויפן גאב"ד. זיי שפילן דיר אויף די נערפן, און דו בילסט.
דאס איז דער אמת.
אבער דו וועסט דאך נישט פארשטיין ווען מ'רעדט צו דיר געהעריג, וועל איך דיר מסביר זיין קרום שפראך. (נישט אז ס'איז גערעכט, נאר בבחינת עם עקש תתפל.
אויב דו רעדסט אויף מיין רבי, וואס איך האלט פאר א קדוש עליון באמת. רעד איך אויף דיין רבי, פון וועמען דו האלסט.
טריי נומבער #2: (נאך וואס #1 איז געווען א דורכפאַל, און די קינדער האבן פייגלעך אויף אדמו"ר סאנז קט.) אונטער די זעלבע פינגער אפדריקן ווי די מלחמה קעגן דעם ברך משה זצ"ל (גבאי, שטוהב מענטשן, ער איז נישט בעה"ב.... וכו' וכו') נעמט מען זיך צום גאב"ד העדה החרדית!
זיי ווייסן נאר נישט וואספארא געלעכטער זיי רופן אויס: אין די צייט וואס יעדער ווייסט וואספארא פּאערפול מענטש דער גאב"ד איז, און ווי פעסט ער איז ביים רודער, און פליעט נאך ארום פירן מערכת השם, אזוי ווייט אז די מדינה האט קיינמאל אין די היסטאריע געהאט אזא הארטנעקיגע מלחמה פירער וואס שטעלט זיי אזוי אין פּלאַץ!
במילא די גאנצע פארדרייען א קאפ, מיט שטוהב-מענטשן און גבאים, איז נאר א ספין פאר די ארונים, און ניטאמאל פאר אלע: נאר פאר די גאר קליינקעפיגע פון סיגעט'ע ביהמ"ד אויף היוז סט...... (יא! דארט ווי ס'איז דא די פּיצי-4-פיסיגע-בּאַגלייטן-פארטש... )
נשלח ב-25/3/2012 22:35
סטראבערי
איר זענט אביסל שוואך באקאנט
נשלח ב-25/3/2012 22:43
איך ווייס נישט אין וואס איר זענט יא באהאווענט....
אבער דאס איז א מציאות אז די מדינה האט אויסגערופן מלחמה קעגן אים, און דאס איז נאך וואס נאך יעדע מערכה זענען זיי פערזענליך אראפגעקומען צו אים אין שטוהב צו פראבירן פארהאנדלען ווייל מ'האט דא צוטוען מיט א יוד וואס שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט! ווי לאנג די זאך איז אויסגעפירט! און די גאנצע וואס די ארונים זענען יעצט באטראפעצט אויף אים איז אויך פאר די זעלבע סיבה: ווייל ער לאזט זיך נישט פירן אין באד אריין. און בעיקר ווייל די ארונים זענען אין צרות ביי די בני ברק'ע דין תורה און זיי הייבן אהן א פרי עמטיוו מלחמה קעגן אים אזוי וועלן זיי האבן א סיבה נישט צו פאלגן די פסק פון די די"ת!
אבער ווי ס'זעהט אויס דערווייל וועלן זיי האבן דארט די זעלבע סוקסעס ווי ביז היינט אין ווילאמסבורג....
נשלח ב-25/3/2012 22:52
איך האב זיך באצויגן אויף אייערע ווערטער אז די מדינה האט שוין לאנג נישט געזעהן אזא כח
ווי דו שרייבסט
קיינמאל אין די היסטאריע געהאט אזא הארטנעקיגע מלחמה פירער וואס שטעלט זיי אזוי אין פּלאַץ
די עדה החרדית איז כהיום צושמאלצן אויף יעדע איינציגע זאך
ביי יעדע איינציגע נושא
אריינגערעכנט יעצט בנוגע אומאן און אזוי יעדן טאג נייע זאכן
דער גאב "ד קלאפט טאקע אויפן טיש
אבער קיין כח הנהגה איז אטאמאטיש נישטא
און אז די מדינה ציטערט פון אים דאס איז א עכטע וויץ
נשלח ב-25/3/2012 23:05
אה! יעצט אז איר זאגט אז איר וואינט אין בית שמש שטימט שוין בעסער, אז דו ווייסט נישט וואס טוט זאך ווייל איך וואין אין י-ם, במילא האלט איך אלעס מיט ערשט-האנטיג בכלי ראשון. אנטשולדיגט ווען דו זאגסט מיר ווען תיכף אז דו וואינסט אין בית שמש וואלט איך נישט אנגעפאנגען די טענה'ריי מיט דיר